אפשר שנעלער האט געשריבן:דורך געליינט אביסל די בלעטער און עס רינען מיר טרערן. מיר גיגעבן א ציפ. איך דארף שטארק חיזוק אין דעם, שוין זייער אסאך מאל פרובירט זיך פארבעסערן און זייער שטארק צוריק געפאלן, יעדע מאל נאך ערגער. שוין ממש מיואש געווארן פון קענען זיך צוריק כאפן.
א. וואס איז געווען לשעבר, זאל זיין די ערגסטע דורכפאל, האט געדארפט געשעהן אפילו אן עבירה (פרי הארץ להרה״ק מ׳וויטעפסק)
ב. אסאך אסאך תפילה צום אייבערשטער אז מ׳זאל האבן א שמירה עליונה און א רוח טהרה. קיין איין טרער גייט נישט לאיבוד.
ג. אריינטראכטן אז די ראיה וכו׳ איז מיין פערזענליכע שונא. דער איז איינער וואס וויל מיך אונטערברענגן, אוועק כאפן מיין שלום בית, פרנסה, שלוות הנפש. ס׳איז באמת אזוי.
ד. אויפן גאס זאלן די מחשבות זיין פארנומען, אויב איז אדורכגעפאלן זאל מען פשוט מסיח דעת זיין דערפון, גארנישט צוריקטראכטן. תשובה טוהן וועט מען אן אנדערע מאל.
ה. אסאך התבוננת אין די נקודה פון ״אוהבי השם שנאו רע״ אויב וויל מען ליב האבן דעם אייבערשטער מוז מען פיינט האבן שלעכטס בתחלית השנאה. אויב האב איך ליב דעם אייבערשטער קען איך איך נישט ליב האבן שלעכטס. דאס מיינט תשובה מאהבה.
די הייליגע לעכעוויטשער האט געזאגט ״א איד וואס נאכן עובר זיין על איסור אשת איש קען זיך נישט שטעלן דאווענען מיטן גאנצן קנאק, לא דרך על מפתן החסידות - האט נאכנישט איבערגעטרעטן די שוועל פין חסידות.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.