לכאורה וואלט דאך משה ווייטער געקענט טענה'ן צי פרעה: אויב ווי דו זאגסט אז יעצט איז עס צוריק צי זיין אריגינעלן יצירה לאמיר זעהן צי דיינע חרטומים קענען מאכן דעם שלאנג פאר א שטעקן, בשלמא אויב דאס איז מיין שטעקן און איך האב מיט מיין געטליכער כח פון אייבערשטן איבערגעדרייט דעם טבע פונעם האלץ צי א שלאנג האבן ענק נישט קיין אחוזה דערויף, אבער ווי דו טענה'סט אז דא ליגט א נאטורליכער שלאנג, לאמיר זעהן מאך איהם פאר א שטעקן?
עס קען אפשר זיין אז עס איז דא א כישוף וואס מאכט אז אנדערע כישוף מאכערס זאלען נישט האבען א כח איבער א געוויסע זאך. דיסקלעימער: איך בין נישט א כישוף מאכער... און איך ווייס נישט וויאזוי כישוף ארבעט, איך שרייב נאר בדרך האפשר.
לכאורה וואלט דאך משה ווייטער געקענט טענה'ן צי פרעה: אויב ווי דו זאגסט אז יעצט איז עס צוריק צי זיין אריגינעלן יצירה לאמיר זעהן צי דיינע חרטומים קענען מאכן דעם שלאנג פאר א שטעקן, בשלמא אויב דאס איז מיין שטעקן און איך האב מיט מיין געטליכער כח פון אייבערשטן איבערגעדרייט דעם טבע פונעם האלץ צי א שלאנג האבן ענק נישט קיין אחוזה דערויף, אבער ווי דו טענה'סט אז דא ליגט א נאטורליכער שלאנג, לאמיר זעהן מאך איהם פאר א שטעקן?
ניין איך האב נישט קיין תירוץ דערויף. די קשיא האט מיר מיין שיעור ב' מגי"ש דערמאנט, ער'ט געהאט געפרעגט דעם אריגינעלן קשיא און עטליכע בחורים האבן געהאט ציגעטראפן. כ'האב מיר גע'עקש'נט אז דאס איז נישט קיין גוטע תירוץ צוליב מיין קשיא. למעשה דארף מען אדער אן אנדערע תי' אויפן ערשטן אדער אויף מיינעם
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
גרשון האט געשריבן:אין די ראשונים טרעפט מען אפטמאל אז ס'זענען דא זיבן קאנטינענטן. וועלכע זיבן רעכענען זיי, האט מען דען שוין געוואוסט יענע צייט פון אמעריקע, אסטראליע, און אנטארטיקע?
מקור אין די ראשונים?
זע רד"ק און אבן עזרא אויפ'ן פסוק "אתה הצבת גבולות ארץ" (תהלים עד). ס'איז דא אויף נאך ערטער, דאכט זיך אויך אין אבן עזרא אויפ'ן פסוק "ולמקוה המים קרא ימים".
שער השמים פון ר' גרשון אביו של הרלב"ג האסטו געקוקט אין? אולי רעדט ער פון דעם. כ'טראכט ס'קען זיין זיי האבן געהאט א חשבון מיט די ימים ונהרות וואס איז גורם דער ציטיילונג פון די קאנטינענטן אפי' אנע וויסן ווי פונקטליך זיי געפונען זיך
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
א פאר יאר צוריק איז מיר אויסגעקומען דאווענען מנחה אין כולל זכרון מנחם מאנסי האב איך געזעהן ווי דער ש"ץ ווארט אז דער ראה"כ זאל אים ווינקען (אינמיטען שמ"ע) אז ער זאל אנהייבען די חזרת הש"ץ אויב איך געדענק גוט האט הרה"גה"צ ר' חיים שליט"א נישט אנגעיאגט קדושה
די גאנצע זאך איז מיר א פלא וואס איז זיין חשבון? פון וואנעט ווייסט ער ביי וועלכע ברכה אין זיין שמ"ע האט שוין רוב ציבור ג'ענדיגט?
קיקיון האט געשריבן:בין בחורף ובין בקיץ? איך האב דאס געזעהן אין איטליכע מהדודות
Untitled.jpg
אולי זאגן זיי בקיץ ברכנו?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
ס'איז מיר נאכאמאהל נתעורר געווארן די קשיא ביים מעביר סדרה זיין די הפטורה, וואס די וואך זאגט מען די פסוקים (ישעיה נב ז, ח, און י) מה נאוו על ההרים וגו' קול צפיך נשאו קול וגו' חשף ה' את זרוע קדשו וגו'. וואס איז די טעם אז ביי תפילת רבון העולמים פון מוצאי שבת זאגט מען די דריי פסוקים אויף צוריק צו-וועגס, דהיינו וְנֳאֶמַר: חָשַׂף ה' אֶת-זְרוֹעַ קָדְשׁוֹ, לְעֵינֵי כָּל-הַגּוֹיִם; וְרָאוּ, כָּל-אַפְסֵי-אָרֶץ, אֵת, יְשׁוּעַת אֱלֹקֵינוּ. ונאמר: קוֹל צֹפַיִךְ נָשְׂאוּ קוֹל, יַחְדָּו יְרַנֵּנוּ: כִּי עַיִן בְּעַיִן יִרְאוּ, בְּשׁוּב ה' צִיּוֹן.וְקַיִם לנו ה' אלֹקינו מקרא שֶׁכָּתוּב: מַה-נָּאווּ עַל-הֶהָרִים רַגְלֵי מְבַשֵּׂר, מַשְׁמִיעַ שָׁלוֹם מְבַשֵּׂר טוֹב--מַשְׁמִיעַ יְשׁוּעָה; אֹמֵר לְצִיּוֹן, מָלַךְ אֱלֹקָיִךְ.
dovidal האט געשריבן:רש"י זאגט אין ויחי אויף חסד ואמת זה שעשים עם המתים שאינו מצפה לתשלום גמול = און די פארגאנגענע סדרה זאגט אליעזר די זעלבע ווערטער "חסד ואמת " .? אתמהה
dovidal האט געשריבן:רש"י זאגט אין ויחי אויף חסד ואמת זה שעשים עם המתים שאינו מצפה לתשלום גמול = און די פארגאנגענע סדרה זאגט אליעזר די זעלבע ווערטער "חסד ואמת " .? אתמהה