שבעה עשר בתמוז שנדחה

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

שבעה עשר בתמוז שנדחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

אזוי ווי יעדער ווייסט איז דאך איז די יאר שבעה עשר בתמוז אויס געפאלען שבת און עס איז נדחה געווארען אויף זונטאג, האב איך א שאלה אזוי, צו זונטאג (יח) איז אתשלומין אויף שבעה עשר אדער ניין, און אזא יאר האט מען עס לכתחילה קובע געווען אויף שמונה עשר.
איר קוקט מיר מסתמא אן, וואס איז די שאלה בכלל פארוואס עפעס זאל מען עס קובע זיין אויף שמונה עשר, וועל איך מסביר זיין מיינע ווערטער, די מנחת חינוך פרעגט אין מצוה שא' מיר אלע ווייסען אז די אלע ד' תעניתים ווען זיי געפאלען אין שבת איז מען דאס דוחה אויף נאך שבת אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין די משנה אין מגילה (עשרה בטבת איז באקאנט די אבודרהם אז אויב עס וואלט אויסגעפאלען שבת וואלט מען געפאסט אפילו שבת, וואס אגב פין רש''י דארט אין מגילה איז לכאו' א סתירה צו דעם וכבר ראיתי אחד שהעיר כן ואיני זוכר כעת) פרעגט די מנ''ח לכאו' די תעניתים זענען דאך מדברי קבלה ראה בר''ה יח, און די גאנצע איסור צו פאסטען שבת איז אויך נאר מדברי קבלה וקראת לשבת עונג, אויב אזוי מאי אולמא האי מהאי, און נאך מער שב ואל תעשה עדיף (וכבר העירו דהיום התעניתים אינם אלא מדרבנן כמבואר בריטב''א ר''ה ולכאו קושיית המנ''ח הוא על בזמן שאין שלום)קימט דער מנ''ח און טוט אויף א מורא'דיגע יסוד, דהיינו אז ווען מ'קיקט אריין אין פסוק ביי די אלע תעניתים זעהט מען אז עס ווערט קיינמאל נישט דערמאנט די טאג נאר די חודש 'כה אמר ה' כו' צום העשירי וצום החמישי כו' דאס הייסט אז מדברי קבלה איז נישט נקבע געווארען נאר צו פאסטען אין די חודש, טבת, תמוז, אב וועלכע טאג מען וויל, נאר די חכמים זענען געקימען און קובע געווען א באשטימטע טאג ווען יעדער מוז פאסטען אבער דאס איז שוין נאר מדרבנן ולפי''ז איז זייער גוט פארענטפערט די קושיא פא''וו עס איז נישט דוחה שבת, וויבאלד מדברי קבלה איז נישט דא קיין חיוב צו פאסטען אין די ספיצעפישע טאג נאר מקען פאסטען אין איינע פין די טעג פין חודש ממילא איז עס נישט דוחה שבת, מיט דעם פארענטפערט ער נאך א סך קושיות והדברים ידועים (וידוע דברי הגרי''ז שמש''ה כתב האבודרהם הנ''ל שעשרה בטבת היה דוחה שבת משום דבעשרה בטבת כתיב בעצם היום הזה ממילא נקבע החיוב על היום)
צירוק צו אינזער ספק לויט ווי די מנ''ח שרייבט אז מדברי קבלה איז נקבע געווארען די גאנצע חודש נאר די חכמים האבען קובע געווען די באשטימטע טאג, אפ''ל אז במקום וואס עס געפאלט שבת אט מען עס לכתחילה קובע געווען אויף שמונה עשר (באמת יש ספק כעין זה מהראגאטשעווער בת'''ב
שנדחה אבל שם יש עוד צד משום מימרא דר''י דאילו הייתי באותו הדור הייתי קובע בעשירי)
באמת איז לכאו' פשוט ווי די ערשטע צד ווייל מען זעהט אין אלע פוסקים אז א תענית שנדחה איז גרינגער אבל יל'''ע על הא גופא לויט די מנ''ח פארוואס זאג איךטאקע נישט אז מ'האט עס לכתחילה קובע געווען אויף י''ח
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

wow זייער גוטע שאלה און זייער גוט אראפ געשריבן!
שרייבסט נישט קיין נפק"מ אבער עס איז א נפק"מ לגבי א בחור וואס האט בר מצוה געהאט ביום י"ח. אויב ער מעג עולה זיין לתורה.
אויב איז עס נאר נדחה איז דער בחור'ל נישט בעצם מחויב צו פאסטען אבער אויב איז עס לכתחילה נקבע געווארען פאר שמונה עשר איז ער יא מחוייב צו פאסטען און ער קען עולה זיין.
נאך וועגן עולה זיין בתענית זעה דא
viewtopic.php?p=1082098#p1082098
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

א גרויסע יש"כ ! די וואס דו צייכענסט אן איז עפעס מורא"דיג! נישט געוויסט אז עס איז דא אזא אוצר אי"ה מ'וועט מאכן צייט דורכצולערנען בעיון גדול
פארוואס שרייבסטו נאר לגבי עולה זיין לתורה לגבי די עצם פאסטען איז דאך א נפק"מ?
איך קען אפשר פארענטפערן דיינע ווערטער בדרך פלפול קצת נאכן זוכן אביסל אויף דעם עניין האב איך געטראפען אז כבר דשו בו רבים(כאטש נישט ממש מיט די יסוד פין מנ"ח וואס איך האב געברענגט) די שאלה ווערט שוין געפרעגט אין אבני נזר סי' תכו אין אזוי אויך אין מהרש"ם ח"ג שסג(דארט לגבי ת"ב) דארט אין מהרש"ם וויל ער טענה'ן אז וויבאלד אפילו א קטן דארף מען דאך מחנך זיין לשעות הייסט נישט אז ער איז אינגאנצען פטור געווען פין פאסטען ממילא אפילו אויפן צד אז עס איז תשלומין איז ער אויך מחויב(בעצם יל"ע דלכאו' זה תלוי בפלוגתת רש"י ותוס' במס' ברכות אם חיוב חינוך הוא על האב או על הקטן אח"כ ראיתי שכבר העיר כן בשו"ת דברי מלכיאל) די סברא איז אביסל אינטרעסאנט אבער לכאורה אויב נעכטען איזה ער נאר געווען מחויב לשעות פא"וו היינט איז ער מחויב צו פאסטען א גאנצען טאג די תירוץ איז אבער פשוט נעכטען האט תענית געמיינט ביי אים לשעות און היינט מיינט עס א גאנצען טאג און וויבאלד ער דארף משלים זיין די תענית פין נעכטען און תענית היינט טייטשט א גאנצען טאג דארף ער פאסטען א גאנצען טאג קען איך אפשר זאגען אז וויבאלד אלס זיין נעכטיגע תענית האט ער נישט קיין חיוב קריאה איז אפילו ער דארף פאסטען קען ער אבער נישט עולה זיין כן נ"ל ליישב דבריך המתוקים
באמת קען מען טראכטען נאך א סברא אז אפילו לויט די צד פין תשלומין דארף ער פאסטען וויל עס איז נישט ערגער ווי איינער קימט אריין למקום שמתענין עיין באבנ"ז הנ"ל שהעיר בזה
לגופו של עניין האב איך געטראפען אין דברי מלכיאל ה-קל ווי ער זאגט בערך אזא סברא אז וויבאלד מהאט דאך געוויסט בשעת'ן קובע זיין אז עס וועט אמאל אויספאלען שבת ממילא האט מען עס לכתחילה קובע געווען אויף זונטאג
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: שבעה עשר בתמוז שנדחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

זייער שיין
גראדע איז דא שיטות אז די איסור תענית בשבת איז א איסור דאורייתא
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: שבעה עשר בתמוז שנדחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

האלסט באמת אז מען קען טוישן די הלכה, באזירט אויף א לומדי׳שע קשיא פון מנחת חינוך?
שנית, מען יימר אז וויבאלד דער פסוק דערמאנט נישט דער טאג, איז נישט מדברי קבלה. בפרט אז די חכמים זאגן אונז קלאר ווען דער טאג פון דער ענית איז נקבע געווארן.
נאר וואס דען, פרעגט בעסער. די צום הרביעי, איז נישט שבעה עשר בתמוז, נאר אום תשעה בתמוז, ווייל ביי בית ראשון זענען די חומות נבקע געווארן אום ט׳ בתמוז, ווי עס שטייט קלאר אין פסוק.
לפי זה קומט אויס אז שבעה בתמוז, איז א פרישע תענית וואס די רבנן האבן קובע געוען נאך חורבן בית שני. און איז איבערהויפט נישט מדברי קבלה.
מאידך, איז יתגן, אז מדברי קבלה דארף מען פאסטן ביום שנקבעו החומוץ, איז ממיךא פאךט עס צוריק י״ז בתמוז אלס דברי קבלה.
אבער דאס איז פשוט, אז ס׳איז דא א טאג וואס מען האט קובע געווען מדברי קבלה און נישט דעם חודש.
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”