גיין צו א מאמעס ציון

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פומפדותא האט געשריבן:
ישמחו האט געשריבן:
הרבנית חנה ע"ה אשת הקדושת יו"ט זי"ע ליגט אין סיגוט אין אוהל, און בנה דער עצי חיים פלעגט נישט ארויפגיין צו איר קבר ביום היארצייט, אפילו ער האט געוואוינט אין סיגוט, בעיר מנוחת כבודה.

מקור ביטע

ישמחו האט געשריבן:(אזוי האט נכדו הברך משה מסאטמאר ז"ל געזאגט פאר זיינע אייניקלעך לבית מייזליש, בני בתו הרבנית חי' ע"ה, געהערט פון אירע קינדער)
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

נא_שכל האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:ביסט דיר סותר אויב א פרוי ברויך נישט אזויפיל תיקונים [כן הדברים]
דאן פארוואס איז ביי זיי דא מער חיצונים

ס'האט נישט קיין שייכות!
די זעלבע סיבה פארוואס דער גר"א האט מזהיר געווען זיין ווייב און טעכטער אז זיי זאלן נישט קיין בחיותם אויף קיין בית הקברות צוליב אחיזת החיצונים.

ומי שיש לו ידיעה קצת בקבלה יודע היטב ענין אחיזות הקליפות בנוקבא וכו'.

די גר"א איז געגאנגן צי זיין מאמעס ציון אין די טאג פון די יארצייט זעה דא פון ספר עליות אליהו
אטעטשמענטס
gru.jpg
.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

נו, שטייט דאך דארט אז דער גר"א האט חרטה געהאט דערויף
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

בקב הישר פ' ע"א: ומכאן נתפשט המנהג יפה שבישראל שאנחנו הולכים על קבר אבות ביום שמת בו אביו או אמו וכו' עיי"ש.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

יהיה כן האט געשריבן:נו, שטייט דאך דארט אז דער גר"א האט חרטה געהאט דערויף

איך האב עקספעקטעד די חכמה, אבער נישט פון דיר.
.
דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל »

אין וויזשניץ גייט מען צו א מאמעס ציון ביום היא"צ. אזוי האט געטון די אהבת ישראל.

וועגן פרויען איז דא א גמרא אין ברכות אז צוליב זיי איז ירדה מיתה לעולם - איז א סכנה צו שטיין אין פארנט פון זיי ביי א לויה - יתכן עס האט מיט דעים.

דיסקלעימער: איך פארשטיי לגמרי נישט צו קיין חיצונים
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

דו מיינסט אפשר,
אמר ריב''ל שלשה דברים סח לי מלאך המות אל תטול חלוקך שחרית מיד השמש ותלבש ואל תטול ידיך ממי שלא נטל ידיו ואל תעמוד לפני הנשים בשעה שחוזרות מן המת מפני שאני מרקד ובא לפניהן וחרבי בידי ויש לי רשות,
אבער דעס איז עפעס אנדערש אז פרויען זאלן נישט גיין צו קיין קברים, אבער נישט צו מענער זאלן גיין צו פרויען קברים
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

דיעל האט געשריבן:וועגן פרויען איז דא א גמרא אין ברכות אז צוליב זיי איז ירדה מיתה לעולם - איז א סכנה צו שטיין אין פארנט פון זיי ביי א לויה - יתכן עס האט מיט דעים.

דער ב"ח ביו"ד סוס"י רי"ז ברענגט ער בשם ר' חיים פלטיאל אז גיין צום ביה"ק איז נאר אויף אן אופן וואס מען בעט בכח קדושת המקום, אדער אויב מען דארף מפייס זיין א נפטר, אבער מענטשן וואס ווייסן נישט דאס צו טוהן אדער נשים, ווייסט ער נישט פארוואס זיי גייען.

שרייבט דער ב"ח, מיהו כבר החזיקו במנהג זה (אז יעדער גייט) ואין מוחה וכו' עיי"ש.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:שמעתי בשם אדמור מהר"א סאטמאר אז אין סיגוט איז מען נישט געגאנגען אויף א מאמעס ציון
אין דאכט זיך מיר אז האדמו"ר הנ"ל פירט זיך טאקע אזוי

קען זיין ער גייט נישט דירעקט
ווען ער גייט אבער אויף ציון אביו ודודו, גייט ער יא צו צי די מאמע

קיינמאל, אפשר פאר א שמחה בין איך נאכנישט געווען, אבער ביום היארצייט פון אביו ודודו איז ער נאך קיינמאל נישט צוגעגאנגען
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובה דורך שאינו יודע »

עס איז דא א שרעקוועדיגע מעשה פונעם מהר״ם שיק וואס דער איידעם שרייבט אין די הקדמה, איינער קען צוצייכענען?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

פון דעם רעדסטו?

עובדא א׳ אספר מה ששמעתי מדודתי הרבנית
הצדיקת מדת בריינדל, בתו של המהר״ם שיק, שפעם אחת
כאשר היתה אצל אביה בחוסט (בבואה מאדא) ורצתה ללכת
על קבר אמה בעת אשר אינה רשאית, ואביה הגאון זצ״ל
אמד לה ג״כ שלא תלך כי סכנה היא, אבל נפשה אותה מאד
להשתטח על קבר אמה, והלכה בלי ידיעת ורשות אביה, באמצע
תפלתה ראתה חתול שחור גדול למעלה מדרך הטבע מתקרב
אליה והתחילה לרוץ משם והחתול אחריה ורצה עד בית אביה
הגאון במרוצה, בבואה לחצר בית אביה, טרם התחילה לדבר
מחמת פחדה בא אביה לנגדה ואמר לה: הלא אמרתי לך שלא
תלכי, איך האבע עם נאך ניא געטוהן, אבער יעצט אום דיין
לעבין מציל צוא זיין ווער איך געצוואנגען משתמש צוא זיץ
בשמות הקדושים.

פון דא:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=5
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

יא

הפלא ופלא קדושתו אז ער האט זיך משתמש געווען מיט שמות הקדושים מציל זיין זיין טאכטער

ווייזט אויס אז זי איז געווען אין די מצב וואס שטייט אין ספרים אז מען זאל נישט גיין
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:דו מיינסט אפשר,
אמר ריב''ל שלשה דברים סח לי מלאך המות אל תטול חלוקך שחרית מיד השמש ותלבש ואל תטול ידיך ממי שלא נטל ידיו ואל תעמוד לפני הנשים בשעה שחוזרות מן המת מפני שאני מרקד ובא לפניהן וחרבי בידי ויש לי רשות,
אבער דעס איז עפעס אנדערש אז פרויען זאלן נישט גיין צו קיין קברים, אבער נישט צו מענער זאלן גיין צו פרויען קברים

דאס איז לגבי דעם אז נשים זאלן נישט באגלייטן די מטה, וכן נוהגים אין א"י, אז מ'רופט אויס קינדער און ווייבער זאלן נישט באגלייטן, כי כאשר הנשים "חוזרות" מן המת כלומר ווען די נשים קומען צוריק פון די לויה, אז המה"מ מרקד לפניהן

צוליב דעם אויך פירט מען זיך נישט צו צוריק גיין אויף דעם זעלבן וועג נאך א לויה (אויב ס'איז שייך)
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

ביי אונז רופט מען אויס, נאר קינדער זאלן נישט באגלייטן נישט פרויען,
עס מיינט בכלל נישט די גשמיות'דיגע קינדער.... [הגם זיי באגלייטן אויך נישט]

קיינמאל נישט געהערט פון אזא ענין נישט צירוק צו גיין אויפן זעלבען וועג אפילו עס איז שייך, ביי אונז גייט די עולם געהריג צירוק אפילו עס איז דא נאך אסאך וועגן,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

איך ווייס נישט וואו די 'אונז' איז

אבער ביי וועלכע לוי' איך בין דערווייל געזען האב איך געזען אז מען איז מקפיד

קען זיין אז דו האסט פשוט נישט אויפגעכאפט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אין די יארן וואס הרה"ק החקל יצחק מספינקא זי"ע הי"ד האט שוין נישט געוואוינט אין ספינקא פלעגט עד יעדעס יאר פארן (פון מונקאטש/סעליש) צו די יארצייט פון זיין מוטער הרבנית פערל, כ"ט טב"ת (זי ליגט נאך דארט אין ספינקא נישט ווייט פון די אהל הקדוש, וסמוכה אליה מקום מנוחת אמה מרת זיסל. מאחורי האהל מקום מנוחת אביה ר' עזרא יעקב באש ואביו ר' חיים אליעזר ואבי אביו), צוויי שבתים במשך די יאר פלעגט דער חקל יצחק פראווען אין ספינקא, אין די יארן צווישן די צוויי וועלט קריג, שב"ק ו' אייר או הסמוכה לה, ושב"ק הסמוכה לערב ר"ח שבט.

אפילו אין די קריג יארן איז ער געפארן מיט מסירות נפש ממש, כידוע אז ביי דעם גרעניץ וואו מען האט אים אויפגעהאלטן און געפייניגט, האט מען צווישן אנדערע זאכן, אויך פון אים צוגענומען זיינע כתבים על פרשת וארא, וואס פעלט טאקע פון ספרו הקדוש חקל יצחק עה"ת.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

דער נטעי גבריא' ברענגט אז
וכ״כ בספר נפש הרב שכן נוהגים משפחת בריסק עפ״י
הגר״א שלא ללכת כלל לביה״ק, שלא יהא נראה ח״ו כדורש אל המתים, וכן
הורו החזו״א וגיסו בעל קהלות יעקב זצ״ל.

הרה"ג ר' חיים ק' שליט"א גייט צום טאטען און פעטער

אין סקווירא גיט מען נישט צי א נישט אדם גדול
אבער לאדענען צו א חתונה יא
מיינס א ידיד וואס האט יארצייט ערשטען טאג פסח
האט פאר דעם ערשטע יארצייט געפרעגט סקווירא רבי
ווען ער זאל גיין אויף זיין טאטע'ס קבר צו פאר ר"ח ניסן
און סקווירא רבי האט איס ג'ענטפערט "מיר פרעגט נישט
אזעלכע זאכען"
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:דו מיינסט אפשר,
אמר ריב''ל שלשה דברים סח לי מלאך המות אל תטול חלוקך שחרית מיד השמש ותלבש ואל תטול ידיך ממי שלא נטל ידיו ואל תעמוד לפני הנשים בשעה שחוזרות מן המת מפני שאני מרקד ובא לפניהן וחרבי בידי ויש לי רשות,
אבער דעס איז עפעס אנדערש אז פרויען זאלן נישט גיין צו קיין קברים, אבער נישט צו מענער זאלן גיין צו פרויען קברים

דאס איז לגבי דעם אז נשים זאלן נישט באגלייטן די מטה, וכן נוהגים אין א"י, אז מ'רופט אויס קינדער און ווייבער זאלן נישט באגלייטן, כי כאשר הנשים "חוזרות" מן המת כלומר ווען די נשים קומען צוריק פון די לויה, אז המה"מ מרקד לפניהן

צוליב דעם אויך פירט מען זיך נישט צו צוריק גיין אויף דעם זעלבן וועג נאך א לויה (אויב ס'איז שייך)

שולחן ערוך
ועיין בבית יוסף בשם הזוה"ק
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kyshtiper »

אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א גייט יא צו די ציון פון זיין מאמע ביום היארצייט
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעטינגס »

kyshtiper האט געשריבן:אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א גייט יא צו די ציון פון זיין מאמע ביום היארצייט

כ'פארשטיי אז די ברענגסט ארויף די אשכול אין די טאג פין די יא''צ פין הרבנית הצדיקת א''ח רבינו הברך משה ז''ל
ישמחו האט געשריבן:
קעלנער האט געשריבן:פון וואו נעמט מען דאס אז די סיגוט'ע רביס זענען נישט געגאנגען צו די מאמע'ס ציון?

הרבנית חנה ע"ה אשת הישמח משה ליגט אין אוהעל, און בנה ר' אלעזר ניסן אזוי אויך נכדה הייטב לב פלעגן נישט קומען צו פארן ביום היארצייט.

הרבנית רחל ע"ה אשת הייטב לב ליגט אין סיגוט אין אוהל, און בנה הקדושת יו"ט וואס האט געוואוינט אין סיגוט, און אזוי אויך די אנדערע קינדער, זענען נישט ארויף ביום פטירתה צו איר קבר.

הרבנית חנה ע"ה אשת הקדושת יו"ט זי"ע ליגט אין סיגוט אין אוהל, און בנה דער עצי חיים פלעגט נישט ארויפגיין צו איר קבר ביום היארצייט, אפילו ער האט געוואוינט אין סיגוט, בעיר מנוחת כבודה. (אזוי האט נכדו הברך משה מסאטמאר ז"ל געזאגט פאר זיינע אייניקלעך לבית מייזליש, בני בתו הרבנית חי' ע"ה, געהערט פון אירע קינדער)

אויך רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז קיינמאל נישט געקומען צו פארן אין איר יום היארצייט, ווען ער האט געוואוינט אין אורשיווא און קראלי אדער סאטמאר.

און אזוי פירט זיך מהר"א מסאטמאר ביום פטירת אמו הרבנית ע"ה. וואס ער פארט אוועק געווענליך אין די וואך פון די יארצייט. (זיין וואקאציע קען ער כמובן טוישן א וואך ארויף א וואך אראפ).
HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך HelpMe »

דא האט איר די סיבות פארוואס אין סיגוט איז געווען די מנהג נישט צו גיין צו קיין מאמעס ציון אין טאג פונעם יארצייט

הרבנית חנה ע"ה אשת הישמח משה ליגט אין אוהעל, און בנה ר' אלעזר ניסן אזוי אויך נכדה הייטב לב פלעגן נישט קומען צו פארן ביום היארצייט.
נפטרה בר"ח ניסן

הרבנית רחל ע"ה אשת הייטב לב ליגט אין סיגוט אין אוהל, און בנה הקדושת יו"ט וואס האט געוואוינט אין סיגוט, און אזוי אויך די אנדערע קינדער, זענען נישט ארויף ביום פטירתה צו איר קבר.
נפטרה בחול המועד

הרבנית חנה ע"ה אשת הקדושת יו"ט זי"ע ליגט אין סיגוט אין אוהל, און בנה דער עצי חיים פלעגט נישט ארויפגיין צו איר קבר ביום היארצייט, אפילו ער האט געוואוינט אין סיגוט, בעיר מנוחת כבודה. (אזוי האט נכדו הברך משה מסאטמאר ז"ל געזאגט פאר זיינע אייניקלעך לבית מייזליש, בני בתו הרבנית חי' ע"ה, געהערט פון אירע קינדער)
אויך רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז קיינמאל נישט געקומען צו פארן אין איר יום היארצייט, ווען ער האט געוואוינט אין אורשיווא און קראלי אדער סאטמאר.
נפטרה בחודש ניסן

הרבנית ברכה סימה ע"ה אשת העצי חיים זי"ע
נפטרה בחודש ניסן
התגרות באומות איז יהרג ואל יעבור!
אפילו די ביזט גערעכט!
כי אתה השם באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה!
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

HelpMe האט געשריבן:דא האט איר די סיבות פארוואס אין סיגוט איז געווען די מנהג נישט צו גיין צו קיין מאמעס ציון אין טאג פונעם יארצייט

הרבנית חנה ע"ה אשת הישמח משה ליגט אין אוהעל, און בנה ר' אלעזר ניסן אזוי אויך נכדה הייטב לב פלעגן נישט קומען צו פארן ביום היארצייט.
נפטרה בר"ח ניסן

הרבנית רחל ע"ה אשת הייטב לב ליגט אין סיגוט אין אוהל, און בנה הקדושת יו"ט וואס האט געוואוינט אין סיגוט, און אזוי אויך די אנדערע קינדער, זענען נישט ארויף ביום פטירתה צו איר קבר.
נפטרה בחול המועד

הרבנית חנה ע"ה אשת הקדושת יו"ט זי"ע ליגט אין סיגוט אין אוהל, און בנה דער עצי חיים פלעגט נישט ארויפגיין צו איר קבר ביום היארצייט, אפילו ער האט געוואוינט אין סיגוט, בעיר מנוחת כבודה. (אזוי האט נכדו הברך משה מסאטמאר ז"ל געזאגט פאר זיינע אייניקלעך לבית מייזליש, בני בתו הרבנית חי' ע"ה, געהערט פון אירע קינדער)
אויך רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז קיינמאל נישט געקומען צו פארן אין איר יום היארצייט, ווען ער האט געוואוינט אין אורשיווא און קראלי אדער סאטמאר.
נפטרה בחודש ניסן

הרבנית ברכה סימה ע"ה אשת העצי חיים זי"ע
נפטרה בחודש ניסן

אין סיגעט איז געווען דער מנהג אז ניסן גייט מען נישט אויפן ציון אפילו ביום היארצייט? א פלא אז כ"ו ניסן גייט מען יא
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

פיין פלעגט מען גיין - בפרט קיין צאנז
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

מי יודע האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:שמעתי בשם אדמור מהר"א סאטמאר אז אין סיגוט איז מען נישט געגאנגען אויף א מאמעס ציון
אין דאכט זיך מיר אז האדמו"ר הנ"ל פירט זיך טאקע אזוי

קען זיין ער גייט נישט דירעקט
ווען ער גייט אבער אויף ציון אביו ודודו, גייט ער יא צו צי די מאמע

קיינמאל, אפשר פאר א שמחה בין איך נאכנישט געווען, אבער ביום היארצייט פון אביו ודודו איז ער נאך קיינמאל נישט צוגעגאנגען

פאר רא שמחה גייט ער יא אבער חוץ פון דעם גייט ער קיינמאל נישט
נישט ביום היארצייט און נישט ביום היארצייט פון אביו או דודו
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

מי יודע האט געשריבן:
HelpMe האט געשריבן:דא האט איר די סיבות פארוואס אין סיגוט איז געווען די מנהג נישט צו גיין צו קיין מאמעס ציון אין טאג פונעם יארצייט

הרבנית חנה ע"ה אשת הישמח משה ליגט אין אוהעל, און בנה ר' אלעזר ניסן אזוי אויך נכדה הייטב לב פלעגן נישט קומען צו פארן ביום היארצייט.
נפטרה בר"ח ניסן

הרבנית רחל ע"ה אשת הייטב לב ליגט אין סיגוט אין אוהל, און בנה הקדושת יו"ט וואס האט געוואוינט אין סיגוט, און אזוי אויך די אנדערע קינדער, זענען נישט ארויף ביום פטירתה צו איר קבר.
נפטרה בחול המועד

הרבנית חנה ע"ה אשת הקדושת יו"ט זי"ע ליגט אין סיגוט אין אוהל, און בנה דער עצי חיים פלעגט נישט ארויפגיין צו איר קבר ביום היארצייט, אפילו ער האט געוואוינט אין סיגוט, בעיר מנוחת כבודה. (אזוי האט נכדו הברך משה מסאטמאר ז"ל געזאגט פאר זיינע אייניקלעך לבית מייזליש, בני בתו הרבנית חי' ע"ה, געהערט פון אירע קינדער)
אויך רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז קיינמאל נישט געקומען צו פארן אין איר יום היארצייט, ווען ער האט געוואוינט אין אורשיווא און קראלי אדער סאטמאר.
נפטרה בחודש ניסן

הרבנית ברכה סימה ע"ה אשת העצי חיים זי"ע
נפטרה בחודש ניסן

אין סיגעט איז געווען דער מנהג אז ניסן גייט מען נישט אויפן ציון אפילו ביום היארצייט? א פלא אז כ"ו ניסן גייט מען יא

כ״ו ניסן האט נאכנישט עקסיזטירט אויפן קאלענדער אין סיגוט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”