האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

great
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 12:22 pm

האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך great »

ברוך השם אז איך און נאך טויזענטער יודן געהערן צו א חשובע קהילה אין ניו יארק, די קהילה שטעלט צו אלע הצטרכות וואס עס פעלט אויס פאר א קהילה אנגעהויבן א אדמו"ר, בי"ד, מוסדות, בתי מדרשים, שיעורים, מקוואות, גמח'ן, חתונה תקנות, פילטער'ס, פרנסות, מצה בעקעריי, קעמפ'ס, פיש, פלייש, וכו' וכו'
יעצט איז די שאלה צו איך דארף (מוז) דארט אויך טרעפן א 'מורה דרך' - און פאר איך גיי ווייטער לאמיר אין קורצן ארויסברענגן פארן יונגערן דור וואס מיינט א מורה דרך, א מורה דרך וואס אונזערע עלטערן און זיידעס האבן געהאט דהיינו אז יעדע ספק וואס מען האט געהאט אין טאג טעגליכע לעבן בעיקר וואס איז נוגע צו עבודת השם (נישט קיין הלכה שאלות וואס אויף דעם איז געאאיגנט די די מו"ץ) האט מען אים געפרעגט און באקומען א קלארע תשובה דורכן חכמה וצדקות פונם מורה דרך. און אויך אלע ענינים וואס דארפן האבן ריכטיגע דעת ובינה, און פארשטיי זיך אז די מורה דרך האט געזאגט דברי מוסר בין בציבור בין ביחידות - איז אין מיין קהילה האב איך נאכנישט געטראפן א פאסיגע מורה דרך פאר מיר אזא איינעם וואס זאל האבן א עינא פקיחא אויף מיר סיי בדברי מוסר ויראה און סיי על כל תהלוכות החיים און זיך קענען שואל עצה זיין ולהוציא כל הספיקות, און באגלייטען על כל דבר קטן וגדול, און די זיכעריי גייט שוין אן באלד 10 יאר און וואס א יאר שפעטער ווערט עס וויכטיגער און וויכטיגער מיינע קינדער וואקסן שוין אונטער ב"ה און די שאלות ווערן עטוואס מערער און די נסיונות פון די דרויסענדיגע גאס ווערט שטערקער, דארף איך איין מורה דרך וואס מען קען האבן מיט אים א קשר על כל דבר און ער קען זאגן פאר מיר מוסר און חיזוק,

וויל איך פרעגן צו דארף איך אויפגעבן מיינע זיכונגען,? אדער האב איך א טעות און די מורה דרך מוז נישט זיין דוקא פון די קהילה! און איך דארף יעצט אנהייבן זוכן אויך אינדרויסן פון די קהילה??, אדער גאר האב איך א טעות מיסודו און אז היינטיגע צייטן דארף מען עס נישט האבן און מען מעג בלייבן מיט קשיות און ספיקות, אדער קען גאר זיין אז עס פשוט נישטא אזא מורה דרך און דאס איז א חלק פון צרות הדור אין עיקבתא דמשיחא, די קשיא איז מיר נאך שטערקער ווען איך זעה נאך אסאך פון מיינע חברים (הונדערטער) וואס לויט מיינע אינפארמאציע האבן זיי נישט קיין מורה דרך אין איך זעה נישט קיינעם זיך אפרעדן

בעט איך דעם עולם אריינצוקומען מיט עצות והסברה
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

איך וואלט דיר ווען געענטפערט "פרעג דיין מורה דרך"

אבער ווי איך פארשטיי ווילט איר עס זאל ווערן א שמועס דערפון, וויל איך דיר זאגן אז איך לאז מיר ארויס פון די שמועס באצייטנס.

צו דיין קשיא: יא, דו מעגסט גיין זוכן און מיט'ן אייבערשטענס הילף זאלסטו טרעפן א מרה דרך אפי' אינדערויסן פון דיין קהילה.

הצלחה רבה.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גיי ארויס אויף דער וועלט און זוך דיר א מורה דרך וואס רעדט צו דיין הארץ.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
זעמל מעל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 2:08 pm

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעמל מעל »

אה... ס'קומט א אשכול דא...
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8297
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

אוודאי איז מעגליך צו טרעפן פון א אנדערע קהילה, אבער פארשטייט זיך בתנאי אז יענע קהילה איז געבויעט אויף די זעלבע יסודות בערך ווי דיין קהילה.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:אוודאי איז מעגליך צו טרעפן פון א אנדערע קהילה, אבער פארשטייט זיך בתנאי אז יענע קהילה איז געבויעט אויף די זעלבע יסודות בערך ווי דיין קהילה.

;l;p-
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
nemtudom
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 5:41 pm

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nemtudom »

RT אונגארישע.

איך וואלט נאר געזאגט אז נישט יענע "קהילה" זאל זיין געבויעט אויף די זעלבע יסודות בערך ווי דיין קהילה, נאר יענע מורה דרך זאל וויסן פון וואו דו קומסט, און דיך קענען גיידן לויט דיינע יסודות.

א שטייגער ווי א גאר בארימטע דיין וועם מענטשן פון אנדערע קהלות פרעגן אויך אן, בפרט אויפן בית הוראה ליין, און צומאל פרעגט ער, אדער כאפט ער אליין אויף אויפן שואל, צו וועלכע חסידות מ'געהערט, און ער שמועסט אויס וויאזוי זיין קהלה נעמט אן, און וויאזוי די שואל'ס קהלה נעמט אן.
למד לשונך לומר איני יודע (ברכות ד.)
Pardon my English, obviously I don't have now a Yiddish keyboard
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

nemtudom האט געשריבן:RT אונגארישע.

איך וואלט נאר געזאגט אז נישט יענע "קהילה" זאל זיין געבויעט אויף די זעלבע יסודות בערך ווי דיין קהילה, נאר יענע מורה דרך זאל וויסן פון וואו דו קומסט, און דיך קענען גיידן לויט דיינע יסודות.

א שטייגער ווי א גאר בארימטע דיין וועם מענטשן פון אנדערע קהלות פרעגן אויך אן, בפרט אויפן בית הוראה ליין, און צומאל פרעגט ער, אדער כאפט ער אליין אויף אויפן שואל, צו וועלכע חסידות מ'געהערט, און ער שמועסט אויס וויאזוי זיין קהלה נעמט אן, און וויאזוי די שואל'ס קהלה נעמט אן.

גענאגעלט ;l;p-
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

צעטיל קטן סעיף יג.
לספר בכל פעם לפני המורה לו דרך השם, ואפילו לפני חבר נאמן, כל ...., חוץ עצה הטובה אשר יוכל לקבל מחבירו שהוא דרך השם, והוא סגולה נפלאה:

ביז די טרעפסט א מורה דרך נעם כאטש חבר נאמן
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

great האט געשריבן:...פאר איך גיי ווייטער לאמיר אין קורצן ארויסברענגן פארן יונגערן דור וואס מיינט א מורה דרך

א מורה דרך וואס אונזערע עלטערן און זיידעס האבן געהאט דהיינו אז יעדע ספק וואס מען האט געהאט אין טאג טעגליכע לעבן בעיקר וואס איז נוגע צו עבודת השם (נישט קיין הלכה שאלות וואס אויף דעם איז געאאיגנט די די מו"ץ) האט מען אים געפרעגט און באקומען א קלארע תשובה דורכן חכמה וצדקות פונם מורה דרך. און אויך אלע ענינים וואס דארפן האבן ריכטיגע דעת ובינה, און פארשטיי זיך אז די מורה דרך האט געזאגט דברי מוסר בין בציבור בין ביחידות

צו פארשטיין קלארער פון וואס די רעדסט...

איז שייך צו געבן א נאמען פון אזא מורה דרך, וואס אונזערע עלטערן און זיידעס האבן געהאט?
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

הלשון האט געשריבן:
great האט געשריבן:...פאר איך גיי ווייטער לאמיר אין קורצן ארויסברענגן פארן יונגערן דור וואס מיינט א מורה דרך

א מורה דרך וואס אונזערע עלטערן און זיידעס האבן געהאט דהיינו אז יעדע ספק וואס מען האט געהאט אין טאג טעגליכע לעבן בעיקר וואס איז נוגע צו עבודת השם (נישט קיין הלכה שאלות וואס אויף דעם איז געאאיגנט די די מו"ץ) האט מען אים געפרעגט און באקומען א קלארע תשובה דורכן חכמה וצדקות פונם מורה דרך. און אויך אלע ענינים וואס דארפן האבן ריכטיגע דעת ובינה, און פארשטיי זיך אז די מורה דרך האט געזאגט דברי מוסר בין בציבור בין ביחידות

צו פארשטיין קלארער פון וואס די רעדסט...

איז שייך צו געבן א נאמען פון אזא מורה דרך, וואס אונזערע עלטערן און זיידעס האבן געהאט?

לכאורה מיינט ער אז ווען די אדמורי הקהילות זצוקק''ל האבן נאך געלעבט זענען זיי געווען די מורה דרך, וואס איז טאקע אזוי געווען, אבער היינט איז די אדמו''ר אין רוב קהילות מער אויסגעשטעלט נאר צי די קהלישע און די צענטראלע ענינים, נישט פארן יחיד, במילא זוכט ער גליקן. און איך מיין אפילו חסידות'ער וואס זענען פייער פאר זייער רבי, אבער עס איז שווער אנציקימען צום רבי'ן.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

great האט געשריבן:(נישט קיין הלכה שאלות וואס אויף דעם איז געאייגנט די מו"ץ)

האט איר פרובירט מיטן מו"ץ און ס'האט נישט געארבעט?
זייער אסאך אינגעלייט האבן טאקע דעם מו"ץ אלס זייער מורה דרך. אין געווענליכע פעלער איז עס איינער מיט א שכל הישר און יראת שמים.
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

זאג א גוטס האט געשריבן:
great האט געשריבן:(נישט קיין הלכה שאלות וואס אויף דעם איז געאייגנט די מו"ץ)

האט איר פרובירט מיטן מו"ץ און ס'האט נישט געארבעט?
זייער אסאך אינגעלייט האבן טאקע דעם מו"ץ אלס זייער מורה דרך. אין געווענליכע פעלער איז עס איינער מיט א שכל הישר און יראת שמים.

גא"מ
א יוד וואס לערענט תורה ללמוד וללמד (א מו"ץ) האט א דעת תורה און אויב ליגט ער אזוי פיל אין עולם הזה אז ער ווייסט און פארשטייט אביסל די גשמיות'דיגע צרכים פון א מענטש
(למשל אז געוויסע יונגעלייט דארפען אינטערנעט לצורך פרנסה) דארף מען קענען זיך דורך רעדן מיט אים
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליג »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:אוודאי איז מעגליך צו טרעפן פון א אנדערע קהילה, אבער פארשטייט זיך בתנאי אז יענע קהילה איז געבויעט אויף די זעלבע יסודות בערך ווי דיין קהילה.

100 פערצענט, וה"ה לגבי השקפה ציונות או דברים ידועים שנתקבלו בקהלה שאתה שייך, על עף שבשאר מקומות אולי מקילין בזה.
די עיקר אז דער מורא דרך זאל דיר נישט קאלט מאכען פון דיין מסורה. (ער דארף זיין פארשטענדליך דיר צו ענטפערן לויט דיין בעקראונד און דיין מסורה)

איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:אוודאי איז מעגליך צו טרעפן פון א אנדערע קהילה, אבער פארשטייט זיך בתנאי אז יענע קהילה איז געבויעט אויף די זעלבע יסודות בערך ווי דיין קהילה.

אויב מען קען נישט טרעפן בתוך די קהילה איינער וואס זאל דיר קענען איבערגעבן אויף וואס די קהילה איז געבויט, האט אזא קהילה יסודות?
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

וויל וועלן האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:אוודאי איז מעגליך צו טרעפן פון א אנדערע קהילה, אבער פארשטייט זיך בתנאי אז יענע קהילה איז געבויעט אויף די זעלבע יסודות בערך ווי דיין קהילה.

אויב מען קען נישט טרעפן בתוך די קהילה איינער וואס זאל דיר קענען איבערגעבן אויף וואס די קהילה איז געבויט, האט אזא קהילה יסודות?

דער פוה"א זאגט נישט אז אין זיין קהלה זענען נישטא ווער ס'זאל איבערגעבן די יסודות, נאר אז "ער" האט נישט געטראפן ווער ס'זאל רעדן צו "אים".
טאטע העלף
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 29, 2016 10:01 pm

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטע העלף »

איך מיין אז די קשאי הייבט זיך אן פריער ... איז א קהילה/חסידות דאס וואס איז געווען אמאל... ד.ה. אמאל איז געווען א איד א מורה דרך וואס מען האט זיך צי געקלעבט צינעם, אין.... מזל טוב א חסידות איז געבוירן... נישט אווי היינט סאיז דא א חסידות/פערטיי אין מען זיכט א מורה דרך מיט לעכט ... אין אנדערע ווערטער א איד דארף א מורה דרך....! אין אטאמאטיש קימט עס מיט א חסידות, נישט אז מדארף א חסידות, אין מען קלעבט צי א ערליכער איד דערצי.....
#מיינע צוויי צענט..
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2931
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

בדרך כלל איז דא אין יעדע קהילה קלוגע אידן, און בדרך כלל די וואס זוכן גליקן ביי פרעמדע מיינען עס נישט לשם שמים. אבער אז איינער איז יוצא מן הכלל און זוכט באמת א תועלת, וואס איז די שאלה?
great
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 12:22 pm

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך great »

פעיק ניוז האט געשריבן:גיי ארויס אויף דער וועלט און זוך דיר א מורה דרך וואס רעדט צו דיין הארץ.

איך בין גרייט אויב האט איר איינעם וואס איר טראכט וואס איז גוט פארמיך (לויט ווי איך האב געשריבן ) קענט איר ביטע שיקן (קען זיין פריוואט)
יישר כח
לעצט פארראכטן דורך great אום מיטוואך אוגוסט 19, 2020 2:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
great
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 12:22 pm

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך great »

זאג א גוטס האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:אוודאי איז מעגליך צו טרעפן פון א אנדערע קהילה, אבער פארשטייט זיך בתנאי אז יענע קהילה איז געבויעט אויף די זעלבע יסודות בערך ווי דיין קהילה.

אויב מען קען נישט טרעפן בתוך די קהילה איינער וואס זאל דיר קענען איבערגעבן אויף וואס די קהילה איז געבויט, האט אזא קהילה יסודות?

דער פוה"א זאגט נישט אז אין זיין קהלה זענען נישטא ווער ס'זאל איבערגעבן די יסודות, נאר אז "ער" האט נישט געטראפן ווער ס'זאל רעדן צו "אים".

איך בין נישט קיין יחיד מיין גאנצע קהילה דארף נאר נישט יעדער זוכט
great
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 12:22 pm

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך great »

הייליג האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:אוודאי איז מעגליך צו טרעפן פון א אנדערע קהילה, אבער פארשטייט זיך בתנאי אז יענע קהילה איז געבויעט אויף די זעלבע יסודות בערך ווי דיין קהילה.

100 פערצענט, וה"ה לגבי השקפה ציונות או דברים ידועים שנתקבלו בקהלה שאתה שייך, על עף שבשאר מקומות אולי מקילין בזה.
די עיקר אז דער מורא דרך זאל דיר נישט קאלט מאכען פון דיין מסורה. (ער דארף זיין פארשטענדליך דיר צו ענטפערן לויט דיין בעקראונד און דיין מסורה)

איך מיין אז עס שטומט נישט עפעס ווייל טאמער וועל איך בעזר השם טרעפן א ריכטיגע מורה דרך מיט אלע מעלות דעמאלטס ווערט ער מיין רבי מובהק ווי אזוי ער זאגט מוז איך פאלגן אז נישט בין איך מהרהר אחר רבו (השם ירחם) ממילא וואס איז א נפקא מינא צו די יסודות איז די זעלבע ? איך האב מורא אז די עולם איז נישט משיג וואס מיינט א ריכטיגע מורה דרך ?
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליג »

great האט געשריבן:

די עיקר איז ביים אים אויפנעמען אויף זיך וואס דאן דארף מען נאכקוקען די אלע אויבערדערמאנטע זאכען,
שפעטער דארף מען אים פאלגען אויף אלעם פארשטייט זיך ווען עס איז נישט נגד התורה און\אדער נגד המסורה וואס דאן הייסט דאס נישט מהרר אחר רבו.

איך מיין חלום האב איך נישט געהערט אז יעדע איד וואס וויל נעמען א רבי דארף אים פארהערן ??
ווער האט פארהערט די חתם סופר ??
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8297
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

great האט געשריבן:
הייליג האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:אוודאי איז מעגליך צו טרעפן פון א אנדערע קהילה, אבער פארשטייט זיך בתנאי אז יענע קהילה איז געבויעט אויף די זעלבע יסודות בערך ווי דיין קהילה.

100 פערצענט, וה"ה לגבי השקפה ציונות או דברים ידועים שנתקבלו בקהלה שאתה שייך, על עף שבשאר מקומות אולי מקילין בזה.
די עיקר אז דער מורא דרך זאל דיר נישט קאלט מאכען פון דיין מסורה. (ער דארף זיין פארשטענדליך דיר צו ענטפערן לויט דיין בעקראונד און דיין מסורה)

איך מיין אז עס שטומט נישט עפעס ווייל טאמער וועל איך בעזר השם טרעפן א ריכטיגע מורה דרך מיט אלע מעלות דעמאלטס ווערט ער מיין רבי מובהק ווי אזוי ער זאגט מוז איך פאלגן אז נישט בין איך מהרהר אחר רבו (השם ירחם) ממילא וואס איז א נפקא מינא צו די יסודות איז די זעלבע ? איך האב מורא אז די עולם איז נישט משיג וואס מיינט א ריכטיגע מורה דרך ?

ס'איז דא געוויסע זאכן אויף וואס עס גייט אן אל תטוש תורת אמך, אפילו אויב דיין מורה דרך האלט אנדערש אויף יענע זאך.

און איך קען דיר עס אביסל געבן צו פארשטיין מיט א מעשה פון הגאון ר' אברהם קאלמאנאוויטש זצ"ל ר"י מיר (איך בין כמעט זיכער אז מיט איהם איז עס געווען, קען אבער זיין אז איך בין מיך טועה מיט א צווייטן ליטווישן גדול).

איינמאל האט ער געהאט א שמועס מיט איינער פון די חסיד'ישע אדמורי"ם אין אמעריקא און מען האט גערעדט פון די ליטווישע מהלך אין חינוך און די חסיד'ישע מהלך אין חינוך, און ר' אברהם פארשטייט זיך האט געהאמערט אז די ליטווישע מהלך איז די ריכטיגע און נאר מיט דעם קען מען אנקומען וכו' וכו'. האט איהם דער חסידי'שער רבי געפרעגט אויב ער וואלט גענומען צו זיך אין ישיבה א חסיד'יש בחור'ל און געטוישט מקצה אל הקצה צום ליטווישן חינוך, האט ר' אברהם געענטפערט, ניין, און ער האט מסביר געווען, אז כדי צו קענען טוישן די מהלך המחשבה פונעם בחור וועט ער איהם דאך מוזן אפקיהלן פון זיין חסיד'ישן חינוך וואס ער האט באקומען, און עס וועט נעמען א שטיק צייט ביז דער בחור וועט אויפכאפן דעם ליטווישן מהלך פון חינוך, קומט אויס אז עס וועט זיין א שטיק צייט וואס דער בחור וועט נאר זיין אפגעקיהלט פון זיין חסיד'ישן חינוך און נאכנישט האבן קיין צווייטן חינוך, און דאס איז די גרעסטע סכנה וואס קען זיין!
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: האט א מורה דרך א שייכות מיט א קהילה(חסידות)?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליג »

ציגאנער האט געשריבן:בדרך כלל איז דא אין יעדע קהילה קלוגע אידן, און בדרך כלל די וואס זוכן גליקן ביי פרעמדע מיינען עס נישט לשם שמים. אבער אז איינער איז יוצא מן הכלל און זוכט באמת א תועלת, וואס איז די שאלה?

מען רעדט דא נישט פון זוכען גליקן.
יעדע איד כדאי צו וויסן אין א צומישטע וועלט וויאזוי זיך צו פירן דארף א מורה דרך. פינטל.
עס איז דא אומצאליגע זאכען וואס עס איז דא עקסטרעמיסטן אויף ביידע ליניעס, און נישט ווער עס איז מחמיר איז גערעכט און נישט ווער עס איז מקיל איז א קל עס ווענד זיך וואס און ווען, און טאקע דאס צו מחליט זיין דארף מען א מורה דרך.
אויב דו פארשטייסט נישט, אדער האסטו שוין איינעם וואס דו רופסט אפשר נישט מורה דרך אבער דו גייסט נאך זיינע פסקים. אדער האסטו דיך אליין אויפגענומען ואיש הישר בעיניו יעשה

איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”