וואס איז אין א ליכטל?

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

וואס איז אין א ליכטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

לקראת חנוכה הבעל"ט.

איך האב שוין אסאך מאל אריינגעטראכט , וואס איז די רוחניותדיגע כח אין א ליכטל? מילא נרות חנוכה אדער שבת ליכט איז א חפץ של מצוה, אדער א ליכט אין ביהמ"ד איז א כבוד בית ה'. אבער וויאזוי באקומט א (לכאורה) גשמיותדיגע ליכטל א כח צו גיבן א נשמה אן עליה? וואס איז פשט אז מאיז מקפיד נישט צו טוהן טמאנע זאכן ווען די ליכט "זעהט"? וואס איז די ענין פון ליכט ביי א סעודה, חופה , הבדלה? עני שיעורים ספרים און מאמרים זענען וועלקאם.

איך האף אז איך ברענג ארויס גוט די שאלה
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וואס איז אין א ליכטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

בענין נר נשמה
רבינו בחיי (שמות כה, לא)
וידוע כי הנשמה נהנית בהדלקת הנרות והיא מתהלכת בעדוני ההוד והשמחה, ומתפשטת ומתרחבת מתוך הנאת האורה מפני שהיא חתיכת אור חצובה באור השכל, ומן הטעם הזה נמשכת אחר האור שהוא מינה אע"פ שהוא אור גופני והנשמה אור רוחני זך ופשוט, ועל כן המשילה שלמה ע"ה לנר הוא שאמר (משלי כ) נר ה' נשמת אדם.

בענין דברים מגונים בפני נרות שבת, איז נישט ווייל די לעכט זעהט, נאר וווי די רמ"א שרייבט (או"ח רע"ה סי"ב) "נהגו לכסות הקטנים שלא יהיו ערומים בפני הנרות משום ביזוי מצוה וכן כתב הרוקח"
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וואס איז אין א ליכטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

שוין געקלערט אמאל, אינטערעסאנט מ'זעט אז מ'האט געלאזט א גוי אנצינדן א לעכט, ווי למשל אין הל' שבת רעדט זיך ארום דערוועגן, אדער בנוגע אויב ס'פארלעשט זיך די געזונטע לעכט/נשמה לעכט יוה"ק, אדער אין בעלזא מוצאי יום הקדוש.
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וואס איז אין א ליכטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

פייער איז דאך אן ענין רוחני, ס'ציט אויף ארויף, בבחינת רצוא ושוב.
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: וואס איז אין א ליכטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

אוראייניקל האט געשריבן:בענין נר נשמה
רבינו בחיי (שמות כה, לא)
וידוע כי הנשמה נהנית בהדלקת הנרות והיא מתהלכת בעדוני ההוד והשמחה, ומתפשטת ומתרחבת מתוך הנאת האורה מפני שהיא חתיכת אור חצובה באור השכל, ומן הטעם הזה נמשכת אחר האור שהוא מינה אע"פ שהוא אור גופני והנשמה אור רוחני זך ופשוט, ועל כן המשילה שלמה ע"ה לנר הוא שאמר (משלי כ) נר ה' נשמת אדם.

בענין דברים מגונים בפני נרות שבת, איז נישט ווייל די לעכט זעהט, נאר וווי די רמ"א שרייבט (או"ח רע"ה סי"ב) "נהגו לכסות הקטנים שלא יהיו ערומים בפני הנרות משום ביזוי מצוה וכן כתב הרוקח"

הייסט די גאנצע מקור פון א נשמה ליכט איז אין קבלה? א חידוש אז דאס איז נפוץ בכל תפוצות ישראל אזוי ווי עס וואלט געברענגט געווארן אין משנה
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וואס איז אין א ליכטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

ס'ווערט געברענגט אין הלכה אויך בכמה מקומות.
אבער דאס איז דיטעם וואס איך ווייס.

אויף צינדן ליכט לע"נ אין ביהמ"ד שטייט אין "ארחות חיים" בענין צינדן נשמה ליכט עיו"כ,
"בשם הר' אשר ז"ל, נהגו להיות כל א' מדליק במקומו נר אחד בערב יה"כ לכפר על אביו ועל אמו, כי כבוד הוא לשם וכן דוד אמר באורים כבדו ה', ואמר הקב"ה הדליקו לפני נר כדי שאשמור נפשותיכם שקרויה נר, ועוד שמנהג ישראל תורה היא".
חוח בין השושנים האט געשריבן:
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1893
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

Re: וואס איז אין א ליכטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

https://drive.google.com/file/d/1PH8VZL ... p=drivesdk
ר שרגא פאפלאנאש. אויף יארצייט לעכט
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וואס איז אין א ליכטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

זאל ער מוחל זיין טויזענט מאל, נישט אלעס ווייסט ער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: וואס איז אין א ליכטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

ער זאגט בעיסיקלי אז די ענין פון נשמה ליכט (חוץ פון קבלה) איז די זעלבע געדאנק פון מנדב זיין אין שוהל נר למאור פאר לעקטער, קומט די ליכט נאר אין ביהמ"ד אוו נאר ביים דאווענען . דאס פארענטפערט אסאך מנהגים ביי נרות נשמה
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1893
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

Re: וואס איז אין א ליכטל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

farshlufen האט געשריבן:זאל ער מוחל זיין טויזענט מאל, נישט אלעס ווייסט ער.

אדרבה. קום אריין מיט עפעס מער בקיאות
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”