אראפשלונגען הויט

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

מה יקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 1:06 pm

אראפשלונגען הויט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה יקר »

ס'קוקט אפשר אויס מאדנע, אבער א פאקט, שוין א היבשע שטיק צייט וואס איך האב (געהאט) א שגעון צו נעמען אייגענע הויט אין מויל אריין, פון קאפ הענט און פוס.

אבער...
איך האב גערעדט לעצטנס צו צוויי תלמידי חכמים, און ביידע האבן געזאגט אז עס איז אסור אראפצושלינגען,
כדין בשר אדם וואס שטייט אין יורה דעה סי' ע"ט אז ס'איז אסור צו עסן, (מח' אם מן התורה או מדרבנן)
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: אראפשלונגען הויט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

מה יקר האט געשריבן:ס'קוקט אפשר אויס מאדנע, אבער א פאקט, שוין א היבשע שטיק צייט וואס איך האב (געהאט) א שגעון צו נעמען אייגענע הויט אין מויל אריין, פון קאפ הענט און פוס.

אבער...
איך האב גערעדט לעצטנס צו צוויי תלמידי חכמים, און ביידע האבן געזאגט אז עס איז אסור אראפצושלינגען,
כדין בשר אדם וואס שטייט אין יורה דעה סי' ע"ט אז ס'איז אסור צו עסן, (מח' אם מן התורה או מדרבנן)

איך האב שוין לאנג געטראכט אויב מ"מעג לעקן די פינגער וואס האט געטאטשט די פעטנס פון די פנים.
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5513
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

Re: אראפשלונגען הויט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

מה יקר האט געשריבן:כדין בשר אדם וואס שטייט אין יורה דעה סי' ע"ט אז ס'איז אסור צו עסן, (מח' אם מן התורה או מדרבנן)

יא שוין אויך אמאל געכאפט דעם שאק.. די הויט פין די ליפן איז זייער שווער
וואס טוט זיך ווען עס בלוט פון די ליפן/צינג איז עס א פראבלעם?
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22696
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

בליט פון אינערווייניג די מויל איז נישט קיין פראבלעם. אפשר ה"ה די הויט.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
מה יקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 1:06 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה יקר »

סטיטשינער האט געשריבן:בליט פון אינערווייניג די מויל איז נישט קיין פראבלעם. אפשר ה"ה די הויט.

שווער צו זאגן אזא היתר אויף הויט פון מויל, ווייל ביי בלוט איז בעצם דם אדם מותר, און ס'איז נאר אסור ביי פירש משום מראית העין, במילא פון אינעווייניג אין מויל איז עס נישט ניכר אז ס'זאל הייסן פירש, אבער הויט איז אסור מצד עצמו אלץ בשר אדם, זעה איך נישט אן אויסוועג אז עס זאל זיין מותר.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: אראפשלונגען הויט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

וועגן אראפשלינגען הויט, נעמט דער 'בן איש חי' אן לאיסור:

בן איש חי.JPG
בן איש חי.JPG (39.17 KiB) געזען 696 מאל


דער כף החיים מאכט עס אבער אוועק אלס 'חומרא בעלמא', אבער ער האט א פראבלעם מיט זיך צוגעוואוינען צו בייסן די הויט אויך אין שבת:

כף החיים.JPG
כף החיים.JPG (145.05 KiB) געזען 696 מאל


אנדערע פרעגן אבער אויפן כף החיים (שו"ת חיי הלוי חלק ה):

חיי הלוי.JPG
חיי הלוי.JPG (48.02 KiB) געזען 696 מאל


לכאורה קומט אריין אין דעם שמועס צו דערמאנען דער אור-אלטן מנהג, אין טייל מקומות, וואו מ'פלעגט אראפשלינגען די 'ערלה' נאכן ברית אלס סגולה! זע דא.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: אראפשלונגען הויט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

עפעס געדענק איך א שאלה אין איינע פון די ספרים פונעם מהרש״ם צו מישן די קאווע מיט די פינגער איז א פראבלעם אלס בליעות פון אבר מן החי
דביה תחדי נפשא
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”