געדאנקן און התחזקות - פרשת תולדות

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

געדאנקן און התחזקות - פרשת תולדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

א) איך האב געטראכט א געדאנק אויף די פרשה לעובדא למעשה בעזהשי''ת.

די תורה דערציילט אז עשיו האט פארקויפט די בכורה ווייל ער האט געזאגט 'ואנכי הולך למות ולמה לי בכורה'.
לכאורה איז ער דאך געווען גערעכט, ער האט דאך געוואוסט אז ער וועט נישט קענען היטן די מצוות ה' וואס פעלט זיך אויס פאר די עבודה, פארקערט, ער וועט נאר עובר זיין דערויף, איז אויב אזוי וועט ער עס פארקויפן און שוין.
איז וואס האט ער שלעכט געטון דערמיט?

למעשה, ביי רות זעט מען א ענליכע זאך.
נעמי האט געזאגט פאר רות ווען זי האט געזאגט אז זי וויל זיך מגייר זיין, האט נעמי איר געווארנט אז זי זאל וויסן אז אויב איז מען עובר אויף געוויסע עבירות ווערט מען מיט דעם באשטראפט מיט ד' מיתות בית דין! אויב אזוי לוינט זיך נישט צו זיך מגייר זיין, ווייל זי קען עובר זיין דערויף און ווערן נענש.
האט רות גענטפערט דערויף 'באשר תמותי אמות'!
זי האט נישט גענטפערט אז זי וועט זיכער נישט עובר זיין קיין עבירה. ניין. נאר זי האט געזאגט אז אפילו אויב ח''ו זי וועט יא עובר זיין, לוינט זיך איר נאך אלץ אבי צו קענען זיין א איד און טון עפעס די רצון ה'.

קומט דא אויס א מורא'דיגע התחזקות, אז עס לוינט זיך אפילו צו אפקומען וואס מען דארף אפקומען, עס לוינט זיך אלעס וואס עס וועט נאר זיין ברו''ג, אבי די ביסל וואס מען כאפט ארויס גוטס פון דער וועלט!
קומט אויס, אז מען דארף זיך זייער זייער פרייען מיט יעדע גוטע זאך וואס מען כאפט ארויס, וויאזוי די טאג קוקט נאר אויס, און אפילו אז (אויב מען וועט נישט תשובה טון) מען וועט דארפן אויך אפגעבן דין וחשבון אויף יעדע נישט גוטע זאך וואס איז נישט געשמאק, לוינט זיך נאך אלץ אלעס אבי פאר די ביסל וואס מען כאפט יא ארויס גוטס!
און עס איז טאקע באקאנט א מעשה וואס מען דערציילט, אז א פיינע גוי א פריץ האט גלייך באקומען זיין שכר, אבער זיין מאשקע האט קודם געדארפט דורכגיין כל מיני תיקונים און זיכוכים ביז ער האט באקומען זיין שכר, אבער די שכר פון די מאשקע האט די פריץ ניטאמאל געקענט קוקן דערויף, כאטש דער מאשקע איז געווען א פשוטע איד.

און ווער כאפט דען נישט ארויס?
ברוך השם מען טוט אן יעדן טאג א טלית, מען לייגט תפלין, מען זאגט ארויס די ווערטער פון דאווענען, מען פרובירט אביסל אינזין צו האבן, מען זאגט ברכות הנהנין, מען לערנט די תורה הקדושה, יעדע ווארט תורה איז דאך אזוי טייער! מען היט זיך עפעס די אויגן און מחשבה, מען איז מגדל קינדער לעבודת ה', משא ומתן באמונה, און נאך אזוי סאך.
דאס איז א חסד ה' אז ער האט אונז געגעבן אזויפיל מצוות, אזוי כאפט יעדער ארויס גוטס יעדן טאג פאר א עולם הנצחי!

און אסאך טאקע פרעגן אז עס שטייט אין די משנה 'רצה הקב''ה לזכות את ישראל לפיכך הרבה להן תורה ומצוות ומעשים טובים'.
איז אסאך טראכטן אז זאל דער אייבערשטער מאכן ווייניגער מצוות, און אזוי וועט אויך זיין ווייניגער זאכן וואס מען קען דורכפאלן...
אבער די אמת איז נישט אזוי, ווייל קודם דארף מען גלייבן אז דער אייבערשטער מאכט אלעס לטובתינו און מיט א פונקטליכע חשבון פאר אונזער אמת'ע גוטס, איז אויב דער אייבערשטער האט אזוי אויסגעשטעלט איז דאס זיכער די טובה פאר אונז.
און לויט ווי מען האט גערעדט ביז אהער קען מען עס אביסל פארשטיין, אז דער אייבערשטער האט טאקע געמאכט אזויפיל מצוות, אזוי אז יעדע איד באשר הוא שם זאל יעדן טאג ארויסכאפן מצוות בעל כרחך, און אזוי זיך גוט אנגרייטן פארן עולם הנצחי.
און פארשטייט זיך אז ווי מער מען לייגט צו קאפ צו די מצוה - מען פרייט זיך דערמיט, מען געדענקט אז מען מאכט דערמיט א נחת רוח פארן אייבערשטן, מען פרובירט עס מקיים צו זיין כדבעי מיט הארץ און מחשבה, איז אלץ חשובער איז עס טאקע!! ווי די אורחות צדיקים שרייבט אז א מצוה בשמחה איז טויזענט מאל אזויפיל חשובער ווי א מצוה אן שמחה!

איז וועגן דעם איז עשיו נישט גערעכט געווען מיט דעם חשבון, ווייל אפילו אויב ער וואלט טאקע דורכגעפאלן האט ער אבער יא געדארפט אנעמען דער עבודה, און אפילו אויב ער וואלט נאר איינמאל גוט געטון, וואלט שוין אלעס ווערט געווען אפילו אויב ער וואלט נאכדעם דורכגעפאלן.
אבער עשיו האט נאר געוואלט שלימות, אדער אלעס אדער גארנישט. אדער טוט ער א גאנצע טאג בשלימות די רצון ה', אדער טוט ער גארנישט (און וואס ער טוט יא טוט ער אזוי נאכגעלאזט כמצוות אנשים מלמדה).
אזוי ווי מען זעט טאקע אז עשיו איז געווען א פערפעקשעניסט, ער האט נאר געוואלט שלימות, ער איז געבוירן געווארן א פארטיגע מענטש ווי רש''י זאגט, ער איז אלעס געגאנגען מיט א גאוה און ישות, ממילא איז ער נישט גרייט געווען צו כאפן גוטע זאכן מתוך די פארקערטע, אדער גרויס און אלעס, אדער גארנישט.
אבער יעקב איז געווען א עניו, איש תם, עס האט אים געפאסט צו כאפן קלייניגקייטן, צו דינען דעם אייבערשטן אפילו אויב עס איז נישט שלימות, ער האט מחשיב געווען יעדע ביסל און געווען גרייט צו טון זאכן אפילו אויב עס האט נישט אויסגעקוקט אזוי מעכטיג, און דורכדעם האט ער צום סוף זוכה געווען טאקע צו שלימות דורך ישועת ה'!
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: געדאנקן און התחזקות - פרשת תולדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

ב) די הייליגע דגל מחנה אפרים פרעגט אויף די פסוק ויתן לך האלקים, פארוואס שטייט 'ה'אלקים, עס וואלט געדארפט שטיין אלקים.
טייטשט ער אז די ברכה דא איז געווען, אז דער אייבערשטער זאל דיך געבן זיין אלוקות! אז דו זאלסט האבן ביי דיך דעם אייבערשטן, זאלסט קענען ממשיך זיין די אור ה' צו דיין פלאץ!
און אויף דעם זאגט רש''י יתן ויחזור ויתן, ווייל די ענין פון לעבן מיטן אייבערשטן גייט מען יעדע מאל מדרגא לדרגא און יעדע מאל דערהערט מען עס מער און קלארער און אויף א צווייטע אופן, 'יתן ויחזור ויתן' יעדע מאל לויט די דעמאלטסדיגע תיקון און אור.

און מען קען טאקע צולייגן אויף די המשך הפסוקים, אז ממילא וועט מען שוין טאקע האבן די אלע ברכות מטל השמים ומשמני הארץ וכו', ווייל אז מען האט די מקור הברכות, די אמונה און די אור פונעם אייבערשטן, מען האט די ריכטיגע דעת 'וידעת היום והשבות אל לבבך כי ה' הוא האלקים', דעמאלטס האט מען שוין אלעס גוט, ווי עס שטייט 'דעת קנית מה חסרת'.

און צומאל טאקע קען די מענטש זוכן אלע ענינים און סגולות, אלע סארט עבודות און מדריגות, אבער די העכסטע זאך און ערשטע זאך איז די פשוטע אמונה, די פשוטע לעבן מיטן אייבערשטן, רעדן צום אייבערשטן, אים אריינברענגן אין יעדן מצב און יעדן מקום ווייל ער געפינט זיך באמת איבעראל, מען דארף אים נאר אביסל זוכן.
און ווען מען טוט טאקע זיינע מצוות זאל מען עס מקשר זיין צום אייבערשטן, געדענקן אז מען מאכט דערמיט א נחת רוח פארן אייבערשטן און עס טון מיט א שמחה, לעבן מיט די מלא כל הארץ כבודו וויפיל מען קען, די פשוטע אמונה וואס איז די א''ב פון א איד.
און דעמאלטס וועט מען שוין ממילא האבן אלעס גוט, אלע חסרונות וועלן שוין ממילא ווערן נשלם, ווייל ווי דער אייבערשטער איז איז נישטא קיין שום חסרון נאר אלע ברכות שבעולם!!

ודורשי ה' לא יחסרו כל טוב!
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: געדאנקן און התחזקות - פרשת תולדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

שיינע געדאנקן. שכח @טוב פארן ברענגן דא.
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: געדאנקן און התחזקות - פרשת תולדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

ישר כוח
שטארקע געדאנקן און התחזקות,
אויב מקען בעטן, שרייב מער אפטער פליז


פאר נאר שטארקע ווערטער פון @טוב ה לכל שטארקע חיזוק פאר אונז פשוטע אינגעלייט, ליקוט פון '' @טוב ה לכל ''
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: געדאנקן און התחזקות - פרשת תולדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

געליינט אינעם 'שרייבער', זייער א שיינע געדאנק! יישר כוח.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”