אז איר ווילט דוקא וועל איך אייך זאגן ברחל בתך הקטנה א טייל פון די געברעגטע "מנהג המקום'ס" ווייס איך קלאר אז ס'איז פארקערט. האב איך געוואלט וויסן פון ווי איר נעמט אייער אינפא. נאכ'ן זעהן זעהן טייל מקורות זעה איך טאקע אז זיי זענען בכלל נישט בר סמכא במילא על הכלל כולו יצא.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
ס'איז נישט יעצט תח"י. ס'איז כאמור אין קובץ נ"ד. ומקורו פון ספר עזר מקודש (ארויס לכמבוד נישואי הרה"צ רא"מ רוקח תשנ"ג). אין ביידע שטייט נישט מער. אולי פרוביר קאנטאקטן ר' עקיבא אשר פדווא (איתן מושבו בוועסטקליף) וואס איז געווען מעורכי הספר הנ"ל.
נישטא קיין שום מחלוקת, כ׳האב גערעדט מיט גארליצער אייניקלעך, כולם פה אחת אז אין צאנז מען איז נישט געגאנגען. דער קלויזנבורגער רב האט ווארשיינליך פארטוישט סיגעט מיט צאנז.
אין אור הצפון דעם חודש (טבת תשפ"א) ווערט געברענגט א ציטאט פון אלה מסעי, פון ר' מרדכי אפרים פישל זוסמאן סופר מבודאפעסט (געדרוקט געווארן לעצטנס דורך א אייניקל), צווישן די חידושים וואס ער האט געזעהן אין ירושלים אז דער חתן באדעקט אליין די כלה. משמע מזה אז אין בודאפעסט האט מען זיך נישט אזוי געפירט, און אז אין ירושלים יא.
קרייסלער האט געשריבן:אין די היינטיגע מארמאראש-סיגוט-סאטמער גייט די חתן מיט און באדעקט
בעיקר זוכן מיר צו דערגיין די מנהג פאר׳ן קריג.
אגב: דער סאטמארער רב, האט אין אלגעמיין געהייסן זיך נאכפרעגן וואס די מנהג איז געווען אין די שטאמט פון וואנעט מען שטאמט. דעריבער אז טאקע זייער וויכטיג צו וואוסן את עשר יעשון. די וואס האבן עס נישט געקענט נאכגיין האט ער געהייסן אז דער חתן גיין.
כששאלו את רבינו על המנהג שהחתן הולך קודם החופה לכסות פני הכלה אמר רבינו שהחתן אינו הולך רק המנהג שהמחותנים הולכין (ספר תפארת יואל אות ק“ט)
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממשאגרא דכלה פרשת בהר