פר' ויצא - געדאנקען און התחזקות

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

פר' ויצא - געדאנקען און התחזקות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

דער וואך רעדן אלע ספרים אויף די געוואלדיגע גילוי אלוקות וואס איז פארגעקומען מיט יעקב אבינו דארט אויפן הר המוריה, וואס דאס אלעס איז נוגע לדורות פאר אונז היינט.
אז מען קוקט נאר אריין די פסוקים זעט מען גלייך אזעלכע הערליכע רמזים פון התחזקות און התעוררות אין עבודת ה' וואס יעדער קען ארויסנעמען.

יעקב אבינו האט דא מתקן געווען מעריב, וואס מעריב איז א תפלה וואס מען דאווענט ביינאכט -
וואס די עיקר נקודה דערפון איז אז די מענטש זאל האבן כח צו מגלה זיין און מאיר זיין יעדע מקום מיט די אייבערשטנ'ס אור, מיט אמונה אינעם אייבערשטן און מיט זיין תורה ומצוות.

און דאס איז איינס מיט די חלום וואס יעקב אבינו האט דעמאלטס געזען, וואס ווי רש''י זאגט האט ער דעמאלטס געזען די ד' גליות, וואס דאס ווייזט אויף אלע צרות און הסתרות פון אלע דורות.
און בעיקר האט ער געזען אז גלות אדום גייט ארויף אבער קומט נישט אראפ, וואס דאס ווייזט אויף די גרויסע הסתרות וואס איז דא יעצט בכלל אין דער גלות און בפרט בעק''בתא דמשיחא וואס מען זעט ווי די נישט גוטע גייען ארויף אבער מען זעט נישט ווי זיי גייען אראפ.
איז יעקב אבינו געווארן זייער דערשראקן דערפון, וויאזוי גייט כלל ישראל דאס אלעס קענען דורכגיין?

האט דער אייבערשטער אים מגלה געווען אז ער איז דארט אויך, איבעראל איז ער באהאלטן, איבעראל קען מען אים טרעפן אויב מען זוכט אים!
אוודאי איז טאקע דא הסתרות, אבער בודאי גם שם נמצא השי''ת, אכן יש ה' במקום הזה! איבעראל קען מען אים דינען, אין יעדע מצב קען מען געדענקן פון אים און אנגיין מיט א שמחה אין עבודת ה', יעדע מאל לויט די מצב און תיקון.

און דער אייבערשטער האט אים טאקע דעמאלטס געבענטשט און צוגעזאגט 'והנה אנכי עמך, ושמרתיך בכל אשר תלך'!
דאס זאגט דער אייבערשטער פאר יעדע איד אין יעדע דור:
איך בין מיט דיך! איך היט דיך אפ פון אלעם בייזן! אלעס וואס פאסירט מיט דיך איז פון מיך לטובתך! איבעראל בין איך מיט דיך און דו קענסט מיך דינען!

און דאס איז מרומז אין תפילת ערבית, וואס ווייזט אז אין יעדע מצב אפילו אין אלע חשכות, קען מען דאווענען צום אייבערשטן און מגלה זיין די אמונה, איבעראל קען מען דינען דעם אייבערשטן לפי המצב והמקום, ויפגע במקום, מען דארף דינען דעם אייבערשטן לויט די מקום ווי מען געפינט זיך ווייל איבעראל קען מען עפעס טון גוטס ברצון ובמעשה.
דאס איז טאקע מרומז אין די לשון 'ערבית', וואס ווייזט אויף צומישעניש, א צומישטע און מעורב'דיגע עבודת ה', א לילה'דיגע דאווענען און לערנען, אז אפילו אויב מען קען יעצט נישט טון עבודת ה' כראוי, האט יעקב אבינו דעמאלטס מגלה געווען און אריינגעשיינט לדורות עולם אז אפילו דעמאלטס זאל מען אויך זיך אנהאלטן אינעם אייבערשטן מיט וואס מען קען און וויסן אז דאס האט אויך א מקום און תיקון.

און אז מען קוקט די פסוקים זעט מען נאך גאר אסאך געוואלדיגע רמזים איבער דער סוד פון די גלות און גאולה, און איבער די דרכים און עצות וואס יעקב אבינו האט דעמאלטס ממשיך געווען לדורות פאר יעדע איד אין יעדע מצב:
ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה – ער איז ארויס פון די קדושה און אריין אין די חרון און הסתרה צו קענען ממשיך זיין ד אלע התגלות.
סלם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה – דיקא די פלעצער ווי עס זעט אויס ווי מוצב ארצה, דוקא פון דארט קומט מען אן השמימה אויב מען האלט זיך אן אינעם אייבערשטן.
והנה מלאכי אלקים עולים ויורדים בו – אלע דארפן דורכגיין עליות און ירידות, און דורכדעם ווערט מען באמת מקורב צום אייבערשטן.
כי בא השמש, והנה ה' נצב עליו, אכן יש ה' במקום הזה – עס ווערט נתגלה אז דער אייבערשטער איז אויך אין די גלות און אין די לילה און חרון.

און דוקא דורך דאס אלעס, וועט טאקע ווערן די גרויסע תיקון השלם!
פון דעם דיקא וועט ארויסקומען די הערליכע לאנג אויסגעווארטעטע גאולה שלימה אויף וואס אלע דורות און אלע צדיקים ווארטן שוין אזוי לאנג!
וואס דאס איז די ענין פון יעקב וואס ווייזט אויף די דריטע בית המקדש כידוע, וואס וועט דוקא ארויסקומען פון די אלע ערבית'דיגע סארט עבודת ה', טאקע דורכן מגלה זיין דעם אייבערשטנ'ס מלכות אין אלע פלעצער, דוקא פון דעם וועט ארויסקומען די הערליכע גאולה שלימה!
וואס וואויל איז אונזער חלק וואס אונז האבן א טייל דערין דורך אונזער ביסעלע עבודת ה' וואס אונז שטארקן זיך דא אין גלות, דורך די ביסעלע אמונה וואס אונז זענען מגלה דא אין די לילה, ואמונתך בלילות! אונז האבן די זכיה צו קענען מאכן דער גרויסע נחת רוח פארן אייבערשטן!

אשרינו מה טוב חלקינו! ישראל אשר בל אתפאר!
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: פר' ויצא - געדאנקען און התחזקות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

מדברי מוהרנ''ת בענין הנ''ל בתפלת המנחה הלכה ז':

אבל יעקב בחיר שבאבות הוסיף לתקן גם תפילת ערבית, שהוא בחשכת לילה אחר שכבר שקעה החמה ונחשך השמש, שזה בחינת הסתלקות המוחין שהם אור יום לגמרי, ותיקן אז תפילת ערבית שנוכל לעסוק בתיקון התגלות מלכותו גם אז.
ועיקר התיקון בשביל העולם, כי כל האבות עסקו בתיקון העולם להחזיר כל העולם בתשובה להשיב כולם אליו יתברך שיקבלו עליהם עול מלכותו מכל מקום שהם.
והעיקר הוא יעקב שהיתה מטתו שלימה וזכה להעמיד כלל ישראל בעולם, אבל ידע ברוח הקודש שעתידים לחטוא.
על כן התגבר ותיקן תפילת ערבית שהיא בעת חשכת לילה, שאפילו מי שנפל לחושך ממש, שהוא בחינת אריכות הגלות של עכשיו, שהוא בחינת וחושך על פני תהום, בחינת במחשכים הושיבני, גם אז נוכל להמשיך תקון התפלה שהוא בחינת התגלות מלכותו, כי גם חושך לא יחשיך ממך ולילה כיום יאיר.

כי זה מובן בדברי רבינו ז''ל בכמה מקומות שכל מה שהצדיק גדול וקדוש יותר, הוא יכול להוריד את עצמו יותר לכל הנופלים וכו' לעסוק בתיקונם, ועל כן יעקב דיקא תיקן תפילת ערבית שהיא בעת החושך הגמור.
ועיקר התיקון שהוא מאיר בלב ישראל אפילו בתכלית החושך גמור צריכין להתחזק לעסוק בתפלה, כי לית רעותא טבא דאיתאביד.
כי עיקר התיקון הוא על ידי אתרעותא דלתתא, על כן כל תנועה וכל נקודה ונקודה טובה שהאדם מנתק עצמו מרע לטוב, הכל יכול להרים ולקבץ לתוך בית הקדושה, אע''פ שבינו לבינו בין הנקודות טובות נעשה עמו מה שנעשה, אעפ''כ צריך להתחזק לחטוף בכל פעם נקודות טובות כל מה שיוכל כל ימי חייו מתוך עומק החושך.
כי כל מה שהדרגא נמוך ביותר ויותר כמו כן יקר וחשוב יותר כשעולה משם איזה התעוררות ונקודה טובה לה' יתברך.
ועל כן עוסק יעקב בבנין הבית השלישי שאנו מקוים שיתקיים לנצח, שזה עיקר התיקון של כל העולמות שכולם תלויים בזה העולם והעיקר בישראל, על ידי שישובו כולם להשי''ת בכל הצדיק בחינת יעקב העוסק בתיקונם.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: פר' ויצא - געדאנקען און התחזקות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

פי די עף
אטעטשמענטס
פר' ויצא.pdf
(40.42 KiB) געווארן דאונלאודעד 42 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”