איטשע האט געשריבן:איך קען נישט גלייבען, אז עס איז דא נישט מער און נישט וויינגער א אשכול אפצולאכן פון א ספרוואס ווערט געברענג אין די ראשונים מיט אחרונים, אלץ אן אנגענומענער ספר.
חז"ל זאגן אז מגלת אסתר איז געשריבען מיט רוח הקודש, פון וווייסן זיי דאס? ווייל עס שטייט "ויאמר המן בלבו", המן האט געטראכט, וויאזוי האבן זיי געוואוסט וואס המן האט געטראכט?, מיט רוח הקודש.
יוסיפון, איז געווען זייער אן ארנטליכער יוד, ער האט באלאנגט צו די ערלכיע גרופע "פרושים", און איז געווען נישט מער און נישט וייניגער דער "כהן משוח מלחמה" פון כלל ישראל, מען רעדט פון די סאמע שטערקסטע פאזאציעס פון כלל ישראל, נאך א מלך, כהן גדול!
ווען מען ליינט זיין פריוואטע התנהגות, זעהט זיך שטארק אן זיין ערליכקייט, אינדערצייט וואס אנדערע זענען באגאנגען "זעלבסט-מארד" נישט אריינצופאלן ביי רוימער, האט ער נישט געוואלט הערן דערפון אין מיט זיין חכמה זיך ארויסגעדרייט דערפון.
יוסיפון איז געשריבען געווארן "אסאך" פאר חז"ל האב געשריבען זייערע ווערסיע, אינדערצייט וואס חז"ל לייגן עם אראפ פון טיטוס אינרעליכן פוינט אף וויו, מיט רוח הקודש, האט יוסיפון עס אראפ געלייגט פון א פאליטישען פוינט אף וויו, עס איז בכלל נישט קיין סתירה, יוסיפון פארציילט טיטו'ס אויסערליכן התנהגות, אינדערצייט וואס חזל שרייבען זיין אינערליכען התנהגות.
ווען יוסיפון וואלט געשריבען זיין ספר "נאך" חז"ל, וואלט געווען א שטארקע קשיא" אבער למעשה האט ער עס געשריבען אסאך פריער...
נישט קיין וואונדער אז אונזערע הייליגער רבי'ס רש"י וכדומה, האבן פארברענגט פון זייערע טייערע צייט און עס געליינט, און האבן זיך מטריח געווען לציין דברים בשם אומרם.
ממש דער געדאנק שרייבט רבי צדוק הכהן מ'לובלין אין "אור זרוע לצדיק" (מאמר על מהות לשון הקודש) וז"ל:
וזו היא הסיבה לדעת בהשינויים הרבים בסיפורי החורבן שיראה הרואה ממה שנזכרו בגמרא ומדרשי חז"ל עם מה שנראה בספר יוסף הכהן בן גוריון. אם בכלל במה שחז"ל קראוהו טיטוס הרשע והפליגו מרשעותו והוא עשאו לצדיק וישר ואם בפרטי מעשים רבים. אבל הוא דבר ההבדל אשר אמרנו כי יוסף הכהן סופר היה לא נביא או בעל רוח הקודש וכתב מה שכתב כפי מה שידע וראה ושמע וכפי מה שהיה בלבו ודעתו וצורכו אשר לפיכך אי אפשר לדעת האמת הברור לסיבות האמורות. אבל חז"ל אשר אמנם היו כולם בעלי רוח הקודש כמודעת וידעו כל הדברים שבלב והסיפורים אשר לא נתפרסמו ולא נטו לאחד מן הצדדים אבל זכרו האמת אשר הוא לפיכך באו השינויים האלה. וכל שכן שנמצאו השינויים מספרי חז"ל בהרבה סיפורים אל סופרי דברי הימים של מלכי העמים לעלות האמורות: