וואו איז דער מקור?....

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

שמואל בארג האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:גראדע זענען אמאליגע נשים צדקניות געגאנגען אלעמאל מיט שירצלעך.


איז דאס נישט מתקנות עזרא?


יעפ שבת צב

אבער אין ב"ק דף פב שטייט נאר אז די טעם איז משום צניעות , משא"כ אין מס' שבת שטייט יא משום שבת
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ראש הקהל האט געשריבן:וואס איז דער מקור להמנהג שלובשים הנשים שירצעלע"ך בעת הדלקת נרות ערב שבת?
ווי לאנג צירוק גייט עס שוין צירוק? ווי קאן מען זעהן אן אריכות בנושא זו?

איר מיינט צו פרעגן זינט ווען מ'טוט עס אן בלויז צו הדלקת הנרות? נישט צו לאנג.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ב״ק
מתקנת עזרא שתהא אשה חוגרת בסינר משום צניעותא

רש"י שמות פרק כח: "כמין סינר שקורין פורציינ"ט בלעז [חגורה] שחוגרות השרות כשרוכבות על הסוסים".

פשט פון דעם אי לכאורה ווייל אמאליגע קליידער איז די פראנט געווען אפן אזוי ווי אונזער רעקלעך און א סינר איז א בגד צנוע

פארוואס איז נאר ביי הדלקת נרות לכאורה ווייל דעמאלטס איז מען בצניעות יתירה אזוי ווי די אלע מנהגים ביי הדלקת נרות צו גיין צוגעדעקט די קאפ אדער אנדערע מנהגים בענין הצניעות

איי וועסטו פרעגן היינט איז דאך נישט א סינר מער צנוע?
א. מקען נאכלטס זאגן אז סאיז יא מער צנוע, בפרט בימינו מיט די ראובס,(אן אריינגיין אין דיטעילס)
ב. און לכאורה דאס איז די אמת אזוי ווי אנדערע זאכן במנהגי ישראל וואס זיי זענען מער א סימן ווי א סיבה אבער נאכאלטס מנהג ישאל תורה און מהאלט שטארק אן דעם מנהג.

[עי׳ רשי שם בבב״ק מה שפירש וכבר האריכו למה פירש כך]
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

און דברי תורה ברענגט מונקאטשער רב אז הטעם הפשוט ללבוש צעיף היא וויבאלד דעמאלטס זענען זיי מקבל שבת
והיא היא פארן סינר

דברי תורה מהדור ו.png
דברי תורה מהדור ו.png (29.5 KiB) געזען 2002 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

איינס האט געשריבן:ב״ק
מתקנת עזרא שתהא אשה חוגרת בסינר משום צניעותא

סינר דארט אויפ'ן פלאץ איז טייטש אונטערוועש, כמבואר ברש"י שם, ובבלי וירושלמי שהתקנה היא משום מעשה שהיה דשייך רק לפי פרש"י שם.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

חלב ישראל האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:ב״ק
מתקנת עזרא שתהא אשה חוגרת בסינר משום צניעותא

סינר דארט אויפ'ן פלאץ איז טייטש אונטערוועש, כמבואר ברש"י שם, ובבלי וירושלמי שהתקנה היא משום מעשה שהיה דשייך רק לפי פרש"י שם.

איך האב געשריבן עין ברשי שם אבער איך האב נישט געוואלט אריינגיין אבער סינר איז זיכער פשוט פשט א שירצל און בענין המעשה קען מען פארשטיין אויך אויב פשט איז א שירצל (קען איך אבער נישט דא ציפיל מסבירן)

די לשון בין מלפניה ובין מלאחריה שטומט דאך זיכער מער מיט א שירצל, ווי איך האב געשריבן פלעגט מען גיין מיט א קלייד אזוי ווי א רעקל וואס האט זיך אויפגעמאכט אין די פראנט, אין אנדערע ווערטער א סינר מלאחריה, אויף דעם האט עזרא מתקן געווען אז זי דארף גיין א סינר מלפניה אויך.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

רשי אין שבת יג סינר מפסיק בינו לבינה טייטש אויך די זעלבע ווי אין חומש אז סאיז א שירצל
וז״ל
פורציינ"ט שהיא חוגרת בו ומגיע ממתנים למטה

און צו אויסקלארן רשי אין חומש רעדט פונעם אפוד
לא שמעתי ולא מצאתי בברייתא פירוש תבניתו, ולבי אומר לי שהוא חגור לו מאחוריו, רחבו כרוחב גב איש, כמין סינר שקורין פורציינ"ט בלעז [חגורה] שחוגרות השרות כשרוכבות על הסוסים, כך מעשהו מלמטה,
רשי זאגט קלאר אז די פוציינט איז א שירצל וואס די שרות גייען אין פראנט און די זעלבע איז די אפוד פון די בעק

שרייבנדיג איז מיר פארענטפערט געווארן א זאך וואס פלעגט מיר אלטס ארויף קומען ביים לערנען די אפוד: פארוואס זיי פלעגן דאס גיין נאר בשעתן רייטן, ווי איך האב פריער געשריבן אז די קליידער איז געווען אן פון פראנט און בשעתן רייטן טיילט מען דאך אפ די פיס און די רעקל מאכט זיך אויף דארף מען א רעקל צו צודקען. ודי בזה.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

נאמנים עלי דברי רשיה"ק אז ס'מיינט אונטערוועש, לויט דיין פשט וואלטן זיך די בבלי און ירושלמי געדארפט דינגען צו די מ'דארף האבן א שירצל פון הינטן אויך, וזה לא שמענו מעולם, הה"ד אז מ'קען גיין קרום פארוואס זאל מען גיין גראד...

איך ווייס נישט וואס דו רעדסט אז מ'פלעגט גיין א קלייד ווי א רעקל, אבי געשאסן, נישטא קיין איין היסטאריקער וואס האלט אזוי.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

חלב ישראל האט געשריבן:נאמנים עלי דברי רשיה"ק אז ס'מיינט אונטערוועש, לויט דיין פשט וואלטן זיך די בבלי און ירושלמי געדארפט דינגען צו די מ'דארף האבן א שירצל פון הינטן אויך, וזה לא שמענו מעולם, הה"ד אז מ'קען גיין קרום פארוואס זאל מען גיין גראד...

איך ווייס נישט וואס דו רעדסט אז מ'פלעגט גיין א קלייד ווי א רעקל, אבי געשאסן, נישטא קיין איין היסטאריקער וואס האלט אזוי.

די שירצל און די בעק גייט מען דאך שוין, די קלייד אליין

איך האב נישט געמיינט א רעקל איך מיין צו זאגן אז סאיז נישט געווען קיין ראוב פארמאכט (עכ״פ א חלק מענטשן פלעגן גיין אזוי)

די בילד פון אלע רומישע קיסרים איז אזא קלייד וואס מפלעגט ארום דרייען, און ווען מרייט אויף א פערד קומט אויס אז סמאכט זיך אויף די קלייד



די ווארפסט נאר אריין א צווייטע נקודה אז נאמנים דברי רש״י, איך מיין אז דאס איז שוין אויסגעשמועסט אין אויסגעדראשן אין ספרי ראשונים ואחרונים ואחרוני אחרונים אין זיכער נישט דא דער פלאץ

אויב דריקט דיר אז איך זאג מסברא, דאנט ווארי געב מיר א טאג איך ברענג דיר א ראשון וואס טיישט דא אויך סינר א שירצל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 6:08 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

דא האב איך געטראפן איינס וואס ברענגט דאס קלארער ארויס

Screen Shot 2019-08-22 at 6.05.32 PM.png
Screen Shot 2019-08-22 at 6.05.32 PM.png (282.68 KiB) געזען 3559 מאל


נ.ב. משום והייתם נקיים סאיז נישט קיין געטשקע פון קיין קלויסטער סאיז א רוימישע פיסול (אויב איינער ווייסט ווי אזוי מזאגט דאס אויף ענגליש)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

איינס האט געשריבן:אויב דריקט דיר אז איך זאג מסברא, דאנט ווארי געב מיר א טאג איך ברענג דיר א ראשון וואס טיישט דא אויך סינר א שירצל

דאס וואלט איך טאקע געוואלט זעהן.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

רמב״ם איז גוט?

ידי אליהו על הרמבם פכ״ד מהלכ׳ אישות הי״ג
עזרא תיקן שתהיה אשה חוגרת בסינר תמיד בתוך ביתה משום צניעות וכו'.
הכי איתא בפרק מרובה בעשרה תקנות שתקן עזרא ושתהא אשה חוגרת בסינר ואמרו בגמרא דטעמא משום צניעותא.
וראיתי לרש"י שכתב סינר דוגמת מכנסים קטנים.
ולא ידעתי למה פירש מכנסים ומה שייך בהו צניעותא דאי לבשה חלוקה ומלבוש העליון הסובב כל גופה עד הרגל אפילו לא לבשה מכנסים איכא צניעותא ואי לא לבשה פשיטא שלא תגלה ערותה ומה צורך לתקנה גם מה טעם כתב קטנים גם שלא נאמר חגורה בשום מקום במכנסים אלא לבישה ומכנסי בד ילבש.
ויראה שסינר הוא החגור שחוגרת למעלה ממתניה כמו חגרה בעז מתניה והיינו צניעותה שאם לא תחגור לפעמים יתגלה לבושה ודקדק רבינו לומר בתוך ביתה דאלו ביוצאת לשוק עוברת על דת היא אפילו במראה זרועותיה כ"ש שאר בשרה ומי איכא מידי דקודם עזרא היו כל הנשים עוברות על דת והוצרך עזרא לתקן אלא תקנת עזרא היא שאפילו בתוך ביתה תתנהג בצניעות.
ושוב ראיתי לרש"י ביבמות דף כ"ד גבי דבר מכוער דתניא התם רוכל יוצא ואשה חוגרת בסינר כתב התם נמי סינר הוא כעין מכנסים שהיו הנשים חוגרות לצניעות אלא שלא כתב קטנים אלא שכבר כתב כעין
אבל רבינו בפרק זה כתב רוכל יוצא וכו' עומדת מעל המטה והיא לובשת המכנסים או חוגרת אזורה הרי בהדיא שפי' רבינו חוגרת בסינר היינו האזור וכן הוא בירושלמי פרק המדיר לובשת המכנסים או חוגרת בסינר
וכל הני מילי שכתב עוד רבינו בהדיא משמע דלא כרש"י
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

דער רמב"ם אויפ'ן פלאץ איז נישט מסביר וואס א סינר איז, און לגבי זיין קשיא "ומה שייך בהו צניעותא", אויף דעם זאגט דאך שוין די גמרא אז ס'איז משום מעשה שהיה, אויב דו פארשטייסט טאקע נישט וויאזוי אונטערוועש קען צוריקהאלטן פון אזא מעשה צו פאסירן, קענסטו מיך פרעגן אין אישי.

אויך איז כדאי אנצומערקן, אז אין תימן פלעגן די פרויען גיין מיט הויזן אונטער די קליידער משום צניעות, די מושג פון זאקן/שטרימפ/טייטץ האבן זיי נישט געהאט.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

דער רמב״ם זאגט קלאר אזוי ווי אלע אנדערע זאכן וואס ער זאגט, דער רמב״ם איז נישט קיין מפרש ער איז א פוסק

איך האב נישט געזאגט אז אינטערוועש קען נישט צוריק האלטן נאר אז א שירצל איז די זעלבע געדאנק (נקודה למחשבה: די גמרא ברענגט א מעשה פון א קוף און נישט פון א מענטש)

לייג צו אז די לשון בין מלפניה ובין מלאחריה שטומט סאך בעסער מיט א שירצל. די לשון חוגרת איז שייך ביי א שירצל און נישט ביי הויזן (ווי דער ידי אליהו שרייבט), וביותר אז רש״י אליין מערקט אן די נקודה אין חומש. און ועל כולם אז רש״י אליין טייטשט אויף אנדערערע פלעצער אז ס'איז א שירצל, (ידוע מהלך רש״י אז ער איז מפרש על גופו של מקום און נישט על גופו של עניין)
לעצט פארראכטן דורך איינס אום פרייטאג אוגוסט 23, 2019 5:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

צ/ק
זיך אויפצושטעלן ביי לכה דודי ביים שטיקל ימין ושמאל?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיינסט צו זאגן, צו זיצן ביז דארט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
טראכט א מינוט
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט א מינוט »

לב בשר האט געשריבן:צ/ק
זיך אויפצושטעלן ביי לכה דודי ביים שטיקל ימין ושמאל?

ס’ דרכי חיים ושלום אות שע”ד שאכן נהגו במקומם לעמוד בכל זמן אמירת הלכה דודי, אלא שלעת זקנתו הקפיד על כך רק בימין ושמאל מחמת חולשתו
איך האב אמאל געמיינט אז... ווער ס'האט שכל טראכט (קרעדיט: מאטי אילאוויטש)
אוועטאר
האלבע שיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 25, 2019 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלבע שיך »

צ/ק
טבילה במקוה לע"נ?
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

טראכט א מינוט האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:צ/ק
זיך אויפצושטעלן ביי לכה דודי ביים שטיקל ימין ושמאל?

ס’ דרכי חיים ושלום אות שע”ד שאכן נהגו במקומם לעמוד בכל זמן אמירת הלכה דודי, אלא שלעת זקנתו הקפיד על כך רק בימין ושמאל מחמת חולשתו

הא גופא, פון ווי האט ער עס גענומען?
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

האלבע שיך האט געשריבן:צ/ק
טבילה במקוה לע"נ?

בצוואת המנחת אלעזר. כן מונח בזכרוני.
לענ״ד וויל מען וויסן אויף דעם אליינס א מקור, פון ווי האט עס דער מנח״א גענומען...
דאס זעלביגע ווי מיין פריערדיגע תגובה
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

פעם שמעתי אז ס'איז דא א מדרש אדער א ירושלמי אז מיט יעדע קאסטומער וואס קומט עפעס קויפן, קומט מיט א מלאך. אמאל זעהט מען דעם קויפער זיך דרייען אינדרויסן טראכטנדיג צו ער זאל יא אריינגיין קויפן צו נישט, און צום סוף גייט ער יא אריין. פארוואס איז ער יעצט אריין? ווייל דער מלאך האט איהם געשטופט אז ער זאל יעצט קויפן. און די זעלבע איז פארקערט, אמאל קומט איינער אריין און ס'זעהט אויס אז ער גרייט זיך צו קויפן עפעס, אבער צום סוף גייט ער ארויס מיט ליידיגע הענט, איז דאס צוליב דעם וואס דער מלאך האט איהם ארויסגעשטופט.

ווייסט איינער עפעס א מקור דערצו?
לחיים ולברכה!
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

אין בעלזא איז מען מקפיד צו שטיין א גאנץ לכה דודי.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

ווי איז דער מקור אז א האלצערנע מזוזה האלטער איז מסוגל פאר פרנסה???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

ווי איז דער מקור אז א האלצערנע מזוזה האלטער איז מסוגל פאר פרנסה???
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

אין והייתם לי סגולה ערך מזוזה ברענגט ער עס פון נועם שיח (מאטע-סאלקע) בשם ר' הירצקא'לע ראצפערטער.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

פארוואס הייבט מען אן ביי סליחות קודם מיט 'קל ארך אפים' און נאכדעם נעמט איבער 'קל מלך יושב'?
האבעך געהערט:

השי"ת איז דאך עומד מכסא דין ויושב על כסא רחמים.
קודם זיצט ער על כסא דין, און נאך מיר זאגן דאס ערשטע מאל די י"ג מידות איז ער עומד מכסא דין, וועגן דעם קען מען מכאן ואילך זאגן 'קל מלך יושב על כסא רחמים'.

איז דאס פשוט פשט? וואו איז דער מקור צו דעי ווארט?
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”