נשים חכמניות; פרויען בעולם התורה

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

farshlufen האט געשריבן:אין די סעריע פון נשים למדניות:
די מוטער פון אונסדארפער רב ז"ל


יא חזרה איז א גיװאלדיגע זאך דאכצעך כמעט יעדער אין דעם אשכול װערט דערמאנט כאטש צויי מאל ועי׳ לעיל
שערי-תירוצים
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 6:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שערי-תירוצים »

יידישיסט האט געשריבן:
שאץ-מאץ שרייבט:
די רעבעצן פונעם סמ"ע איז געוועהן א מלומדת, זי איז אויפגעקומען מיט די הלכה פון צינדן לעכט שבת פאר די ברכה און יו"ט נאך די ברכה,


טאקע אן אינטערעסאנטער פאל!

אייגנטליך, וועגן שבת אליין איז קיין רעדע נישט געווען דען דאס ווערט שוין באהאנדלט אין שו"ע גופא. די שאלה איז געווען וויאזוי מען זאל טון יו"ט, דען אפילו אויב שבת זאל מען דארפן קודם צינדן וויבאלד נאך דער ברכה וועט שוין זיין נאך קבלת שבת, איז דאך אבער יו"ט דער פראבלעם נישטא. עס איז אינטערעסאנט צו באטראכטן דעם ענין לויט די מקורות און לויט די פארשידענע מיינונגען. מיר טרעפן דעם שמועס אין שו"ע או"ח סי' רס"ג (הלכות שבת) סעי' ה'; דארט ברענגט דער רמ"א ביידע דעות אין דעם ענין וועגן שבת (יש מי שאומר שמברכין קודם הדלקה, ויש מי שאומר שמברך אחר ההדלקה, וכדי שיהא עובר לעשייתו לא יהנה ממנה עד לאחר הברכה, ומשימין היד לפני הנר וכו').

יעצט ברענגט אויף דעם דער מגן-אברהם די ווערטער פונעם סמ"ע אז אפילו לויט דער צווייטער דעה - לויט וועם מיר פירן זיך טאקע - זאל מען נישט דארפן זיך פירן אזוי יום-טוב וויבאלד דער פראבלעם איז דאך דאן נישטא. די ווערטער פונעם מגן-אברהם באציען זיך צו די ווערטער פונעם רמ"א "יש מי שאומר שמברך אחר ההדלקה", דערויף זאגט ער "דאם תברך קבלה לשבת ואסורה להדליק, וא"כ ביו"ט תברך ואח"כ תדליק. כ"כ בסוף ספר הדרישה בא"ע בשם אמו. אבל אין חכמה לאשה וכו' דלא חלקו חכמים כמ"ש סי' קנ"ח וכו'.."

יעצט איז אינטערעסאנט וואס רוב פוסקים נעמען דווקא אן איר מיינונג און פסק'ען אזוי. אט קומט דער דגול מרבבה און זאגט "הדין עם אמו של הדרישה" און ער ערקלערט שיין פארוואס און פירט אויס צום סוף "והיא אשה נשאה לבה בחכמה". עס איז אינטערעסאנט צו זעהן אין וואס די מחלוקת גייט, עס איז נישט בלויז א שפיל וואס איר האט זיך געקלערט אזוי, נאר עס איז דא דערביי א שטיקל פלפול אין הלכה. דער מגן-אברהם האט געטענה'ט קעגן איר אז עס איז נישט ריכטיג צו טוישן ביי דער הדלקה פון יו"ט דעם סדר פון דער ברכה נאכן צינדן, וויבאלד מען דארף דערביי זאגן "לא פלוג", און אויב שבת מוז מען צינדן פאר דער ברכה, טאר מען דאס יו"ט נישט טוישן כדי מען זאל זיך נישט פארמישן צווישן די צוויי. דער מגן-אברהם בויט זיין הלכה פון דעם וואס מיר זעהען אזוי ביי נטילת ידים אז מען דארף מאכן די ברכה שטענדיג נאכן וואשן, ווייל עס איז פארהאן א נטילה וואס דער מענטש דארף זיך וואשן פון א טומאה – ווען ער קומט ארויס פון ביה"כ – און דאן טאר מען דאך נישט מאכן די ברכה פארן זיך וואשן. דעריבער האט מען שוין מתקן געווען אויך ביי נט"י פארן עסן אז מען דארף מאכן די ברכה נאכן וואשן זיך. ענליך צו דעם איז אויך ביי טבילה וואו מען מאכט די ברכה נאך דער טבילה ביי אלע טבילות, און דאס נאר צוליב טבילת גרים וואס דער גר קען נאר מאכן די ברכה נאך דער טבילה ווען ער איז שוין א איד. פון די פלעצער זעהען מיר אז צוליב דעם וואס איין מאל דארף געמאכט ווערן די ברכה נאך דער מעשה המצוה, דעריבער דארף אין דעם פאל שוין אלעמאל זיין אזוי כאטש דער טעם איז נישט שייך אויך דא.

ווי געזאגט אבער באשיצט דער דגול מרבבה די מאמע פונעם סמ"ע (דער בעל דרישה ופרישה), און ער ווייזט איבער אז עס איז נישט קיין פארגלייך צו יענע פלעצער וואס דער מגן-אברהם ברענגט אויף. דאס אינטערעסאנטסטע איז נאך וואס זי אליין – די מאמע פונעם סמ"ע – האט אויך געוואוסט פון די קשיות, און ווי דער חתם-סופר שרייבט "והמעיין בספרים יראה שהיא בעצמה הרגישה בזה וכתבה דהרי בנס חנוכה מברכין עובר לעשייתן א"כ הרי חזינן דלענין ברכת הדלקה פליגי רבנן דלא דמי לטבילה וכו' דלא פלוג וכו'.." דאס הייסט אז זי אליין האט שוין אויפגעברענגט די שאלה און זעהט נאר וואס א פיינע ראיה זי האט געברענגט צו זיך אז אין דעם פאל פון הדלקת נרות האבן חז"ל יא מחלק געווען צווישן איין פאל און דעם אנדערן, און מען האט דערביי נישט געזאגט "לא פלוג", דען ביי נר חנוכה זעהען מיר דאך אז מען מאכט די ברכה פארן צינדן.

וועגן דעם טעם פארוואס נרות זאל טאקע זיין אנדערש פון אנדערע זאכן וואס מען זאגט דערביי יא "לא פלוג" איז פארהאן דערביי עטליכע סברות. דער דגול מרבבה זאגט אז דווקא ווען דער נוסח הברכה איז דער זעלבער דאן קען מען זיך פארמישן, דעריבער ביי נרות איז דער פראבלעם נישטא וויבאלד יעדער סארט "נר" האט זיך זיין באשטימטע ברכה (נר של שבת, של יום-טוב, נר חנוכה). ר' עקיבא אייגער פרעגט דארט אויפן מגן-אברהם וואס האט בכלל געוואלט פארגלייכן נר צו טבילה ונטילה, וויבאלד דארט איז עס א תקנה וואס איז מתחילה אוועקגעשטעלט געווארן פון חז"ל, וואס דעריבער וויל מען אין די פארשידענע פאלן נישט אפטיילן. אנדערש איז אבער מיט "נר שבת" וואס מען וואלט גארנישט געמוזט אזוי טון, נאר עס איז אזוי איינגעפירט געווארן וויבאלד געווענליך איז מען מקבל שבת מיט דער ברכה, אבער פון דעם דין אויס איז מען גאר נישט מחוייב דאן מקבל שבת צו זיין, וויבאלד מיר נעמען אן אז מען קען מאכן א תנאי אז מען וויל נישט דאן מקבל שבת זיין.

נאך איז אינטערעסאנט ביז גאר וואס דער מחצית השקל טייטשט אינעם מגן-אברהם אויף דעם וואס ער האט געשריבן "אבל אין חכמה לאשה". דערויף שרייבט דער מחצית השקל "רצה לומר כל הנשים לא יֵדְעוּ לחלק בין שבת ליו"ט ואם נאמר ביום טוב שתברך ואח"כ תדליק תעשה כן גם בשבת". דאס הייסט אז דער "מחצית השקל" האט דא אריינגעטייטשט אין די ווערטער פונעם מגן-אברהם אז עס זאל זיך באקומען דערפון אז אפילו דער מגן-אברהם האט אויך נישט געלאזט פאלן קיין ווארט קעגן דער מאמע פון דעם סמ"ע, נאר מיטן זאגן "אין חכמה לאשה" האט ער גאר געמיינט צו ערקלערן זיין שיטה אז מען קען נישט אפטיילן צווישן שבת און יו"ט וויבאלד פרויען וואס לערנען נישט געווענליך וועלן נישט וויסן אפצוטיילן צווישן די צוויי און זיי וועלן פארדרייען די יוצרות. אריינקוקנדיג אינעם מגן-אברהם זעהט נישט אזוי ווייט אויס אז ער האט דאס געמיינט, דערפאר איז גאר אינטערעסאנט וואס דער מחצית השקל האט דאס אזוי פארטייטשט.

נו, אז דער סמ"ע האט געהאט אזא מאמע איז שוין קיין וואונדער נישט וואס ער איז געווען דער סמ"ע, ווי זאגט די וועלט? "דאס עפל פאלט נישט ווייט פונעם בוים"!.


דאכט זיך אז איך האב געזען א תשובה פון אדמו"ר מהר"א מסאטמאר צו הרב ברוידא אויף דעם ענין.
שערי-תירוצים
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 6:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שערי-תירוצים »

עס ליגט מיר אין זכרון אויף א רביצין פון א באקאנטע רב וואס פלעגט זיך אריינמישען אין דיני תורה... אין ס'איז דא עפעס א מעשה/ווארט ווי זיי האבן זיך געטענה'ט. איך וועל זאגן פאר מיין מח זיך צו דערמאנען.
שערי-תירוצים
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 6:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שערי-תירוצים »

די לב אריה האט געהאט א טאכטער א גרויסע מלומדת וואס האט געהייסן זלאטע. עס איז דא פון איר טיפע תורה.
שערי-תירוצים
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 6:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שערי-תירוצים »

דער פני יהושע'ס רביצין, עס איז דא עפעס א מעשה מיט אישה עיניה צרה באורחים...
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

פרעגער האט געשריבן:
באנקיר האט געשריבן:כ'האב אמאל געזען א ספר דוכט זיך מיר ס'הייסט "פנינים פז", פון די שוויגער פון הרב אליעזר חיים בלום מקאשוי שליט"א, ס'האט הסכמות פון איר מחותן דער קאשוי רב זצ"ל און ווי אויך פון פאפא רב זצ"ל, און נאך עלטערע רבנים זצ"ל.


זי איז געווען די פרוי פון הרה"ח ר' מרדכי פריעדמאן זצ"ל שו"ב.

באנקיר האט געשריבן:כ'געדענק נישט איר נאמען, אבער נישט פרידמאן (און אויך נישט קיין באקאנטע סטייל נאמען), זעט אויס עפעס א זוו"ר אדער זוו"ש איז דארט געווען אריינגעמישט אדער אפשר איז זי גאר געווען א שטיף מאמע.


קודם באנקיר דאס וואס דו שרייבסט אז זי האט נישט געהייסן פריעדמאן האט זי יא אזוי געהייסן.
דערנאך כבר קדמך שמערי אינעם ערשטן בלאט אין דיזען אשכול.
שמערי בערי האט געשריבן:גאנץ לעצטנס אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט, איז געווען א פרוי (דוכט זיך מיר די שוויגער אדער א באבע פון אדמו"ר מ'קאשוי שליט"א) וועלכע האט מחבר געווען א ספר.

עס איז א אינטערעסאנטע ספר, ארויס געקומען שנת תשל"ח, עס האט גאנצעטע גאנצעטע בלעטער מיט גימטריאות אויף תשל"ח און נאך ענינים.

זי האט הסכמות פון רבנים וועלכע שרייבן אז זי האט זיך אנגעזאפט מיט תורה אלס קינד ווען זי פלעגט הערן איר טאטע לערנען און רעדן אין לערנען מיט תלמידי חכמים.

איך האב דעם ספר געזעהן מיט א שיינע פאר יאר צוריק, און איך געדענק נישט דעם נאמען.
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

אינטערעסאנט אז מען האט עס נאך נישט צוגעצייכענט, אין מקור ברוך האט ער א גאנצע פרק חכמת נשים ווי ער דערציילט וועגן זיין מומע די רביצין פונעם נצי"ב וואס איז געווען א גרויסע מלומדת, אויך האט ער דארט שפעטער א רשימה פון נשים חכמניות (נישט אלע זענען אין תורה, נאר סתם געלערנטע), אסאך האט מען שוין דערמאנט דא.

כ'האב נישט נאכגעקוקט אלע זיינע מקורות, אסאך מאל זענען זיינע מקורות נישט מדויק, אבער איינס פאר די לעצטע וואס ער דערמאנט, איז די שוועסטער פונעם אדר"ת וואס האט געזאגט א סברא וועגן פאסטען בה"ב אין פסח שני, (וואס אגב, די זעלבע סברא זאגט דער מהרש"ם אין די תשובות ח"ו סי' ל"ב) אין ער שרייבט אז עס איז געווען געדרוקט אין יגדיל תורה, דאס האב איך טאקע געטראפען, אין יגדיל תורה חוברת ח' איז געווען געדרוקט די שאלה בשם 'צעיר ורב' (וואס דאס איז דער אדר"ת, ווי ער שרייבט אין זיין ספר סדר אליהו. (דף 27)

Screenshot_2017-07-13-17-59-24.png
Screenshot_2017-07-13-17-59-24.png (404.4 KiB) געזען 3516 מאל


און אין חוברת ט' דערמאנט דער אדר"ת 'שמעתי הרבה רבני מלינים עלי ובתוכם אחותי הרבנית תחי' אשת מר גסי הרה"ג שליט"א' (לכאורה זו אחותו רבקה אשת ר' דוב בער רבינוביץ)
אטעטשמענטס
Screenshot_2017-07-13-17-43-01.png
Screenshot_2017-07-13-17-43-01.png (412.22 KiB) געזען 3521 מאל
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

אגב, דארט ברענגט ער אז זיין מומע האט אים געוויזען דעם מעין גנים וועגן לימוד התורה לנשים, וואס ער ברענגט אין תורה תמימה, זעה וועגן דעם http://www.shturem.net/index.php?section=artdays&id=785

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 00&hilite=

און בכלל וועגן די גאנצע פרק, http://seforim.blogspot.com/2008/01/cla ... y.html?m=1
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

מענין לענין לסדר 'כן בנות צלפחד דוברות'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

בשנת תרס"ב האט איינער ארויסגעגעבן א ספר: "מסכת נשים". מלוקט מאמרי רז"ל איבער מעלת הנשים, און איין פרק פארקערט.




[קרעדיט: אבישי אלבוים]
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

חוקר האט געשריבן:נאך פון דער מאמע פון ראפשיצער רב א קשיא עס שטייט אין הקב"ה מביא תקלה על ידי צדיקים זאגט תוס' אז מען רעט נאר פון מדי דאכילא פרעגט זי עס שטייט און כתבי האר"י אז דער וואס איז נזהר פון א משהו חמץ בפסח ווערט ניצל פון א חטא א גאנץ יאר אויב אזוי איז איינער וואס איז אפגעהיטן פון עסן א זאך וואס מען טאר נישט איז שוין אפגעהיטן אויף אלעס וצ"ע
(אינז געדענקן נישט פון וועם אבער איינער פון יענער גזע וואס ענפערן דאס אז דער כתבי האר"י איז אויך אויף בל ימצא ואני הקטן וויל איך אפשר פארענפרן פושט אין דנין מדברי קבלה)

די קושיא האט עפעס א מזל אז מען זאגט עס נאך פון פרויען... דהיינו, דער מונקאטשער רב אין דברי תורה מהד"ת אות קל"ד ברענגט טאקע אראפ די קושיא פון 'הרבנית הצדיקת מ' בילא ע"ה בת זקיני הגאון האמיתי המפורסם מוהר"ר יצחק הלוי הורוויץ מהאמבורג זצ"ל, - און ער ווייל טאקע ענטפערען אז עס מיינט אויף בל יראה אויך, למעשה אין מהדורא שתיתאה אות פ"ו שרייבט ער אז אין זוה"ק זעהט נישט אויס אזוי -, אבער אין שו"ת שואל ומשיב מהדו"ת ח"ד סי' י"א ברענגט ער עס פון 'האשה חכמת לב בת הגאון מו"ה יוקל אבד"ק בראד', וואס זי איז געווען די שוועסטער פון ר' איציקל האמבורגער, דהיינו א מומע פון ראפשיצער רב'ס מאמע, (אויף איר ווערט בכלל געברענגט אז זי איז געווען א גרויסע למדנית, זעה דא, און דא), ווידער אין אסאך פלעצער ווערט די קושיא געברענגט בשם די מאמע פון רע"א, ראה למשל כאן, וכאן.
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

חוקר האט געשריבן:און פנים יפות שטייט און פרשת שמיני אויפן פוסק קרב אל המזבח וז"ל
ובשם ב"ד אשה משכלת שמעתי שחוונתו היה עפ"י דברי חז"ל (ברכות לד.)
ביורד לפני תיבה פעם ראשונה מסרב וכו' אך כתבו הפוסקים (או"ח סי' נ'ג סט"ז)דבשליח ציבור אין צריך לסרב לכך אמר לכך נבחרת ואין לך לסרב
ווער איז דער בת דודי אויב איינער ווייסט?
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 8&pgnum=69" onclick="window.open(this.href);return false;

מעגליך אז דאס איז די אויבענדערמאנטע הרבנית שרה רבקה רחל לאה די שוועסטער פון ר' איציקל האמבורגער וואס זייער טאטע ר' יעקב יוקל איז געווען א ברודער פונעם הפלאה'ס טאטע ר' צבי הירש.
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

שאץ מאץ האט געשריבן:מ'זאגט אז די ספר חוות יאיר איז ע"ש די באבע פונעם מחבר וואס האט געקענט בבלי ירושלמי.

דער חוות יאיר שרייבט עס אין די הקדמה.
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

שאץ מאץ האט געשריבן:דער אמרי יוסף פון ספינקא האט געהאט א ברודער אדער א קרוב ר' מנחם ווייס, זיין רעבעצן האט געהייסן חי' צפורה ווייס, זי פלעגט שרייבן חידושים, איינמאל האט זי דאס געגעבן פאר א חתן זאל דאס איבער שרייבן, יענער זייענדיג א חתן האט ער די חידושים געשיקט צו זיין שווער אויף זיין נאמען כאילו ער האט געמאכט דעם קונטרס, דער מחותן איז אהיין געקומען און אויפגעמישט דעם ס' האט ער געזעהן ביים צווייטן בלאט שטייט, מה שחידשתי בעוניי - "חי' צפורה ווייס"!!!!....

אזא מעשה האב איך אמאל געהערט, כ'האב נישט קיין מקור....

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 68&hilite=
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

scy4851 האט געשריבן:זי האט זיך אמאל אפגערעדט צי איר גרויסען מאן ווען זי האט געהערט א פשוטער שניידער מאכט די ברכה שלא עשני אשה, אז הלמאי, איז זי דען נישט מער חשוב וויא יענער שניידער?
האט איר גרויסער מאן געענטפערט אז א יעדער מאן מאכט די ברכה שלא עשני אשה לויט לפי דער דרגא פון זיין אייגענע ווייב.

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=22
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

שוועמל האט געשריבן:לעצטענס האב איך מיך אנגעשטויסן אין א באשרייבונג איבער חנה רחל ווערבערמאכר, ווערט אויך גערופן הבתולה מלודמיר.
זי האט מקדיש געווען אירע טעג בלויז אויף לימוד התורה, זי האט געפירט טיש פאר אירע חסידים, געהאלטן אלע מצוות גבריות און אפילו געלייגט טלית ותפילין.
געוואוינט אין פולין און דערנאך אין מאה שערים, אוועק אלס בתולה ביי די 80 בערך קברה בהר הזיתים.
קען איינער מרחיב זיין הדיבור איבער איר?

איר קבר אויף הר הזיתים
https://mountofolives.co.il/he/deceased ... %9B%D7%A8/
הרבנית הצדקת חנה רחל בת ר' מאניש מלודמיר כ"ב תמוז תרמ"ח מנשים באהלה של תורה תבורך ת.נ.צ.ב.ה
דער מח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 3:18 pm

הרבנית בילא כ"ץ ז"ל אשת הגאון בעל הדרישה והסמ"ע ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מח »

שיינע אפשאצונג איבער אשת הדרישה והסמ"ע אינעם גליון 'כינוס סופרים' ארויגעגעבן דורך רבני "מבצר הכוללים קרית יואל"
"מי היא זה
סקירה קצרה סביב בעלי השמועה המובאים בשמעתתין
הרבנית בילא כ"ץ ז"ל
אשת הגאון בעל הדרישה והסמ"ע ז"ל
מוזכר: סי' רס"ג מג"א (סקי"ב)
בסי' רס"ג מובא חידוש בשם אמו של הגהות דרישה (והיא אשת הגאון הדרישה זצ"ל), ומג"א כתב ע"ז 'אבל אין חכמה לאשה', ומשמע שחולק על חידושה, וכן הבין הגאון בעל נודע ביהודה, שהרי חולק על המג"א ומחזק חידושו של הרבנית, ומסיק, וכן נ"ל להורות כאשת הגאון דרישה, 'והיא אשה אשר נשאה לבו בחכמה'. אמנם במחצית השקל הבין שכוונת המג"א על שאר נשים, ר"ל שאף אם נכונים דבריה, מ"מ שאר הנשים לא ידעו לחלק עיי"ש.
לכן ראינו לנכון להעתיק ממה שכתב בנה הגאון ר' יוסף כ"ץ ז"ל בעל הגהות דרישה בשבחה של אמו, וז"ל:
והנה אף גם בהיותה בת יחידה אצל אביה הקצין פרנס הדור ובידה למלאות תאוותה כאוות נפשה, והיא לא עשתה כן, רק מאסה נפשה בתענוגי עולם הזה ובחרה תמיד לקנות לעצמה עולם הבא. לא זה שלא בקשה בתענוגי עולם הזה אף גם זאת שסגפה נפשה בתעניתים. ובהיותה בחיי אביה וברשות בעלה אבי מורי ורבי ז"ל לא היה בידה לעשות כל כך, רק אחר פטירת אבי מורי ורבי ז"ל חיתה כמו שבעה עשר שנים שישבה בתעניתים מידי יום ביום ובלילה לא אכלה דבר הבא מן החי ולא מן הבא מפרי אילן רק כדי חיי נפשה. ולכבוד שבת עשתה כל מיני מטעמים ומעט נהנה מהם רק שלחה לעניים ולבני בית. וכל ימיה הן בימי החורף הן בימי הקיץ עמדה תמיד בזריזות קודם אור היום כמה שעות והרביתה להתפלל בכוונה גדולה בתפילות ובתחנונים לפני המקום ברוך הוא. ובידה מפתח עזרת הנשים שהיתה ראשונה מבאי בית הכנסת ואחרונה שעה אחת או שתים אחר יציאת העם מבית הכנסת שהגמירה תפלותיה ותחנוניה, ואחר התפלה לא שם נפשה לשום דבר בטלה רק מחיל אל חיל עוסקת בתורה פרשה של ימי השבוע עם פירוש רש"י ושאר מפרשים כידוע לכל תלמידי אבי מורי ורבי ז"ל מאוכלי שלחנו שתמיד אשר היו פוטרין השלחן בדברי תורה היתה אוזרת כגבר חלציה במשא ומתן הדברי תורה ולפעמים אשר המציאה מדעתה איזה פשט מתוק מדבש נופת תטופנה שפתותיה ובפרט בדיני נשים ובהלכות נדה היתה בקיאה כמעט כאחד מבעלי הוראה.
...אם היה עוד היום גדול לא שם נפשה לבטלה, היתה עוסקת במלאכה טוה ציצית וגידין לתפור הס"ת ותפרה טליתות וקיטל, וראה על הבית בהדרכת בניה ונכדיה ושאר בחורים ונערים להטיבה עמהן לתת לפניהם מאכלים ובתיקון פשתן שלהם ובחפיפת ראשם לשבת. לא היה בה שום צד גאוה וידה פתוחה בצדקה יותר מכדי ערכה. וכל הליכותיה ומחשבותיה ומעשיה לחשוב מחשבה לעשות תמיד דבר מצוה ומי יוכל לפרט כל פרטי מעשיה הטובים בחסידותיה ובפרישותיה ומה שאסרה על נפשה אף במותר לה אשר קצר היריעה מהכיל כידוע ומפורסם לכל.
ואחר פטירת אבי מורי ורבי ז"ל חבבה הארץ לעלות לארץ ישראל ולירושלים תוב"ב, וכאשר זכתה לדבר זה והולכת וסובבת על כל קברי הצדיקים שבכל עיר ועיר המונים בארץ ישראל ולבסוף יושבת בירושלים תוב"ב כמו שמנה שנים ושמעה נתרבה ונתגדל שם עד למעלה. ולדעתי מרוב גודל סיגוף נפשה במאכלים ובתעניתים ושמאסה בעולם הזה רק לקנות נפשה עולם הבא לא מלאו שנותיה רק כבת נ"ח שנים, ואחר שנח נפשה חלקו לה שם כבוד וחשבו לקבור אותה בין חשובי ארץ ונזדמנה שנקברה בכבוד גדול בירושלים תוב"ב תוך ארבע אמות של קבר זכריה הנביא עליו השלום. זכותה יעמוד לה ולנו ולזרעינו ולכל בית ישראל אמן כן יהי רצון."
צו זעהן דעם גאנצן גליון קליקט אויף דעם לינק
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

מיללער האט געשריבן:אין 'ספר התשבי' בערך 'תרפים' ברענגט ר' ישעי' פיק-ברלין אין זיינע הגהות א שיין ווארט פון זיין שוועסטער אשת ר' יוסף שטיינהארט מפיורדא, אז דאס וואס רחל אמנו האט געזאגט פאר לבן 'כי דרך נשים לי' ביי די מעשה פון די תרפים, איז נישט געווען קיין ליגענט ווייל זי האט אינזינען געהאט דאס וואס חז"ל זאגען ביי מכשפה לא תחי' אז דיבר הכ' בהווה ווייל פרויען זענען געווענליך בעלות-כישוף, און דאס האט זי מרמז געווען (די תרפים לויט דעם פשט זענען געווען א כישוף-מיטל).

ודברי פי חכמת חן, האמיר נאך א תלמידת-חכם

סקרענטאנער רב איר'ט פארגעסן צו ברענגן די מליצה וואס רבי ישעי' פיק פירט דארט אויס אמרו לאחותי חכמה את

אגב די חיד"א אין שם הגדולים ווען ער ברענגט דער ספר זכרון יוסף פון איר מאן שרייבט ער (כ'געדענק נישט פונקטליך דער לשון) מביא הרבה דרוש ופיר"ש מן האשה
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מאיר האט געשריבן:נאך פון דארט:


מס' מעירי השחר [כך קוראו המחבר]
https://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.a ... t=&pgnum=5
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (230.7 KiB) געזען 866 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
חוק תוכות
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 8:17 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוק תוכות »

סביב העולם האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:
באנקיר האט געשריבן:כ'האב אמאל געזען א ספר דוכט זיך מיר ס'הייסט "פנינים פז", פון די שוויגער פון הרב אליעזר חיים בלום מקאשוי שליט"א, ס'האט הסכמות פון איר מחותן דער קאשוי רב זצ"ל און ווי אויך פון פאפא רב זצ"ל, און נאך עלטערע רבנים זצ"ל.


זי איז געווען די פרוי פון הרה"ח ר' מרדכי פריעדמאן זצ"ל שו"ב.

באנקיר האט געשריבן:כ'געדענק נישט איר נאמען, אבער נישט פרידמאן (און אויך נישט קיין באקאנטע סטייל נאמען), זעט אויס עפעס א זוו"ר אדער זוו"ש איז דארט געווען אריינגעמישט אדער אפשר איז זי גאר געווען א שטיף מאמע.


קודם באנקיר דאס וואס דו שרייבסט אז זי האט נישט געהייסן פריעדמאן האט זי יא אזוי געהייסן.
דערנאך כבר קדמך שמערי אינעם ערשטן בלאט אין דיזען אשכול.
שמערי בערי האט געשריבן:גאנץ לעצטנס אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט, איז געווען א פרוי (דוכט זיך מיר די שוויגער אדער א באבע פון אדמו"ר מ'קאשוי שליט"א) וועלכע האט מחבר געווען א ספר.

עס איז א אינטערעסאנטע ספר, ארויס געקומען שנת תשל"ח, עס האט גאנצעטע גאנצעטע בלעטער מיט גימטריאות אויף תשל"ח און נאך ענינים.

זי האט הסכמות פון רבנים וועלכע שרייבן אז זי האט זיך אנגעזאפט מיט תורה אלס קינד ווען זי פלעגט הערן איר טאטע לערנען און רעדן אין לערנען מיט תלמידי חכמים.

איך האב דעם ספר געזעהן מיט א שיינע פאר יאר צוריק, און איך געדענק נישט דעם נאמען.




בדקתי עתה באוצר החכמה - יש להם הספר "פנינים פז" של הרבנית הנ"ל - אבל לא מצאתי שם שום הסכמות על הספר, האם הוציאו את ההסכמות קודם ההדפסה?
עוד זאת אשאל, מי יכול להוסיף פרטים וקורות חייה, כי כאן ראיני לעיל שהי' קרובת משפחה להגה"צ מקאשוי, והנה ראיתי בקטלוג מכירות עתיקות (ירושלים של זהב שע"י מוסד ר"ק), שהעלו למכירה אגרת מהרבנית הזו, וכותבים שם שהיא היתה בזוו"ש אשת האדמו"ר הקדוש רבי משה מרדכי מלעלוב זצ"ל, ואכן האגרת ממנה נכתבה אליו, וכן שהיתה קודם בזיוו"ר אשת האדמו"ר הקדוש מריבניץ זצ"ל. (!!) מי יכול להאיר עינינו בדבר פליאה זה? כמו כן בדקתי בכל ספרי התולדות של לעלוב שיש תחת ידי ובאוצר ועוד, ואין אפילו אחד שמזכיר את זה הרבנית פרומא כלל וכלל, לא מינה ולא מקצתה, אתמהה?!

11.jpg
11.jpg (125.36 KiB) געזען 779 מאל
מאי אשכולות - איש שהכל בו (סוטה מז:) - ודבריהם כיין אשכולות משמח אלקים ואנשים (תפ"י יכין סוטה ט'). ותרגומו בוויקי: renaissance man
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נשים חכמניות; פרויען בעולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א שאדע אייער זוכעניש.

אלעס האט א תירוץ.

פרעגט אייך נאך ביי די וואס געדענקען נאך, וכנ"ל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מהיות טוב
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 9:05 pm

Re: נשים חכמניות; פרויען בעולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהיות טוב »

farshlufen האט געשריבן:א שאדע אייער זוכעניש.

אלעס האט א תירוץ.

פרעגט אייך נאך ביי די וואס געדענקען נאך, וכנ"ל.

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 75#p941229
אטעטשמענטס
עלון שטפינשט.pdf
(174.12 KiB) געווארן דאונלאודעד 35 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”