די וואונדערליכע תפילה - יעלה ויבא

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

די וואונדערליכע תפילה - יעלה ויבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דער באקאנטער תפילה פון יעלה ויבא האבן חז"ל (תוספתא, ושבת כד ע"א) מתקן געווען צו דערמאנען ביי שמו"ע ביום שיש בו קרבן מוסף כגון ר"ח וביו"ט, וויבאלד דעמאלטס זענען די געגועין שטערקער צום הייליגן ביהמ"ק ווען אידן דערמאנען זיך פון די קרבנות המוספין.

דער תוכן התפילה איז א בקשה צו דערמאנען ירושלים עיר הקודש, די אבות הקדושים, משיח בן דוד, ויעלה הזכרון לפני אדון כל שיגאלנו במהרה בימינו.

אבער ווייניג האבן צוגעלייגט קאפ וואס ליגט אלס אין אט דער תפילה, און וויאזוי אונזערע הייליגע חכמים האבן מיט זייער געטליכן פארשטאנד אריינגעלייגט שמ"ז (347) בקשות אין בלויז 80 ווערטער!

לאמיר נעמען דעם נוסח און זען וואו עס ליגט באהאלטן 347 בקשות בתפילת יעלה ויבא.

אֱלקֵינוּ וֵאלקֵי אֲבותֵינוּ. יַעֲלֶה וְיָבוא וְיַגִּיעַ. וְיֵרָאֶה וְיֵרָצֶה וְיִשָּׁמַע. וְיִפָּקֵד וְיִזָּכֵר זִכְרונֵנוּ וּפִקְדונֵנוּ וְזִכְרון אֲבותֵינוּ. וְזִכְרון מָשִׁיחַ בֶּן דָּוִד עַבְדֶּךָ. וְזִכְרון יְרוּשָׁלַיִם עִיר קָדְשֶׁךָ. וְזִכְרון כָּל עַמְּךָ בֵּית יִשרָאֵל. לְפָנֶיךָ. לִפְלֵיטָה לְטובָה. לְחֵן וּלְחֶסֶד וּלְרַחֲמִים. לְחַיִּים וּלְשָׁלום בְּיום:
בראש חדש - ראשׁ הַחדֶשׁ:
בפסח - חַג הַמַּצּות:
בסוכות - חַג הַסֻּכּות:
הַזֶּה. זָכְרֵנוּ ה' אֱלקֵינוּ בּו לְטובָה. וּפָקְדֵנוּ בו לִבְרָכָה. וְהושִׁיעֵנוּ בו לְחַיִּים. וּבִדְבַר יְשׁוּעָה וְרַחֲמִים חוּס וְחָנֵּנוּ וְרַחֵם עָלֵינוּ וְהושִׁיעֵנוּ. כִּי אֵלֶיךָ עֵינֵינוּ. כִּי אֵל מֶלֶךְ חַנּוּן וְרַחוּם אָתָּה:


עס הויבט זיך אן מיט 8 בקשות:
    יעלה
    ויבא
    ויגיע
    ויראה
    וירצה
    וישמע
    ויפקד
    ויזכר

וואס זאלן די אכט זאכן טוען? וואס זאל עולה זיין, וואס זאל מגיע זיין וכו'? דאס זענען די קומענדיגע 6 עלעמענטן:
    זכרונינו
    ופקדונינו
    וזכרון אבותינו
    וזכרון משיח בן דוד עבדיך
    וזכרון ירושלים עיר קדשיך
    וזכרון כל עמך בית ישראל
דאס הייסט אז מיט יעדע פון די זעקס עלעמענטן זאל נתמלא ווערן די פריערדיגע אכט בקשות; למשל יעלה זכרונינו ופקדונינו וזכרון אבותינו וכו'. ויבא זכרונינו ופקדונינו וזכרון אבותינו וכו', ויגיע זכרונינו ופקדונינו וזכרון אבותינו וכו'. וכן כולם.
האלטן מיר ביי 48 בקשות ווייל 8X6=48.

און וואס זאל פאסירן מיט די אלע עלעמענטן נאכן עולה ויבא זיין? דאס זענען די קומענדיגע 7 זאכן:
    לפניך
    לפליטה לטובה
    לחן
    ולחסד
    ולרחמים
    לחיים
    ולשלום
דאס הייסט אז יעדע פון די אכט און פערציג עלעמענטן זאל נתרצה ווערן פארן רבוש"ע מיט די אלע זיבן זאכן. למשל יעלה זכרונינו ופקדונינו וזכרון אבותינו וכו', לפניך לפליטה לטובה לחן ולחסד וכו'. ויבא זכרונינו ופקדונינו וזכרון אבותינו וכו', לפניך לפליטה לטובה לחן ולחסד וכו'. ויגיע זכרונינו ופקדונינו וזכרון אבותינו וכו', לפניך לפליטה לטובה לחן ולחסד וכו'. וכן כולם.
האלטן מיר ביי 336 בקשות, 48X7=336.

דערנאך קומען נאך עלף איינצעלנע בקשות:
    ביום (ר"ח, פסח, סוכת) הזה
    זכרנו ה"א בו לטובה
    ופקדנו בו לברכה
    והושיענו בו לחיים
    ובדבר
    ישועה
    ורחמים
    חוס
    וחננו
    ורחם עלינו
    והושיענו
האמיר א סך הכל פון 347 בקשות, 336+11=347.
(בשם המנחת אלעזר זי"ע)



ותחזינה עינינו במהרה בשובך לציון ברחמים אמן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שטעכעלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטעכעלע »

זייער שיין
גוט אפגעלערנט - ישר כח איר האט מיר מהנה געווען...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35424
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שוועמל האט געשריבן:עס הויבט זיך אן מיט 8 בקשות:
    יעלה
    ויבא
    ויגיע
    ויראה
    וירצה
    וישמע
    ויפקד
    ויזכר

דאס גייט שטאפלווייז, מדרגה אחר מדרגה העכער און העכער, יעלה - ס'זאל ארויפגיין, ויבא - און ס'זאל אנקומען, ויגיע - און ס'זאל דערגרייכן וואוהין ס'באדארף, ויראה - און ס'זאל געזען ווערן, וירצה - און ס'זאל דערוויליגט ווערן, וישמע - און ס'זאל דערהערט ווערן, ויפקד - ס'זאל גערעכנט ווערן, ויזכר - און ס'זאל געדענקט ווערן שפעטער אויך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

יש"כ, זייער אינפארמאטיוו און רייך. איך האב שוין לאנג געהערט פון דעם חשבון, אבער איך האב קיינמאל נישט געהערט דעם פונקליכן ציפער וואס דאס באטרעפט. נו.. האט זיך שוועמל אפירגעיאוועט און אהערגעשטעלט א שיינער ארבעט.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זייער שיין שוועמל, עטליכע הערות-קשיות;

1) פארוואס איז דער ווארט 'לפניך' א בקשה, מיר שיינט דאס ווי אן הקדמה צו 'לפליטה לטובה וכו'
2) וואס באדייט אז 'ובדבר' איז א באזונדערע בקשה, דאס איז דאך אינאיינעם מיט 'ובדבר-ישועה'
3) פארוואס איז 'ביום ר"ח הזה' א בקשה
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

האמת אגיד, כ'אב געוואוסט איינער וועט מיך אויספראקן..
דער פונקטליכער ציפער געדענק איך נישט ליידער, אדרבה אויב איינער קען ברענגען די מקור זאל עס אראפשרייבן כפי לשונו.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ס'איז מיר א חידוש אז דו אדרעסירסט דעם חשבון צום מנח"א ווען עס שטייט פון די ראשונים (כמדומה פון אבודרהם)
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אדרבה ברענג א מקור.
כ'אב עס געהערט בשם מונקארטשער רב ז"ל קען זיין ער ברענגט עס בשם אנדערע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אויב וואלט עס געוועהן פון מנח"א וואלט געוועהן נאך א ווארט אינעם נוסח ופקדונינו לטובה
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

געטראפן ענדליך צו דעם כמעט אין אבודרהם (זכרון איז א גנב)
אטע דא
http://www.hebrewbooks.org/26840

דף 110 און 111
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

למה זה תשאל לשמי...
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

ועיין כאן, שמשלם כפל
http://www.ladaat.net/forum/index.php?topic=44244
למה זה תשאל לשמי...
קליינע טאטע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 4:52 pm

Re: די וואונדערליכע תפילה - יעלה ויבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע טאטע »

ארויף לכבוד ראש חודש
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: די וואונדערליכע תפילה - יעלה ויבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

אין די הקדמה פון דער ביאור הגר"א אויף שו"ע איז געדרוקט א פירוש אויף יעלה ויבוא. אמאל פלעגט עס געדרוקט ווערן ביי הל' ר"ח, אבער אין די אלגעמיינע דרוק איז עס ביים הקדמה.
אוצר החכמה_200300.jpg
אוצר החכמה_200300.jpg (516.89 KiB) געזען 765 מאל
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
קוועטש
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 1:29 pm
לאקאציע: אין בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוועטש »

PDF לכבוד ראש חודש הבעלט
אטעטשמענטס
די וואונדערליכע תפילה - יעלה ויבא_compressed.pdf
(93.88 KiB) געווארן דאונלאודעד 24 מאל
ווי גרינטליכער די קוועטש איז אלס זאפטיגער איז צו קענען געניסן פון איר
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

Re: די וואונדערליכע תפילה - יעלה ויבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

שוועמל האט געשריבן:דער באקאנטער תפילה פון יעלה ויבא האבן חז"ל (תוספתא, ושבת כד ע"א) מתקן געווען צו דערמאנען ביי שמו"ע ביום שיש בו קרבן מוסף כגון ר"ח וביו"ט, וויבאלד דעמאלטס זענען די געגועין שטערקער צום הייליגן ביהמ"ק ווען אידן דערמאנען זיך פון די קרבנות המוספין.

דער תוכן התפילה איז א בקשה צו דערמאנען ירושלים עיר הקודש, די אבות הקדושים, משיח בן דוד, ויעלה הזכרון לפני אדון כל שיגאלנו במהרה בימינו.

אבער ווייניג האבן צוגעלייגט קאפ וואס ליגט אלס אין אט דער תפילה, און וויאזוי אונזערע הייליגע חכמים האבן מיט זייער געטליכן פארשטאנד אריינגעלייגט שמ"ז (347) בקשות אין בלויז 80 ווערטער!

לאמיר נעמען דעם נוסח און זען וואו עס ליגט באהאלטן 347 בקשות בתפילת יעלה ויבא.

[...]


און וואס זאל פאסירן מיט די אלע עלעמענטן נאכן עולה ויבא זיין? דאס זענען די קומענדיגע 7 זאכן:
    לפניך
    לפליטה לטובה
    לחן
    ולחסד
    ולרחמים
    לחיים
    ולשלום

[...]


ותחזינה עינינו במהרה בשובך לציון ברחמים אמן.


לפליטה לטובה איז איינס? קען זיין אזוי

1) לפליטה
2) לטובה

אבער "לפניך" לכאורה באלאנגט נישט אינעם חשבון פון וואס זאל פאסירן ממילא בלייבט מען ביי זיבן
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”