לימוד חסידות

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

דרך אגב איז אינטערעסאנט צו זעהן אין ספר עבודת עבודה (שיח"ק חלק ב פ' שמות) ווי הרה"ק מטאהש זצ"ל רעדט וועגן די ספרים פונעם הייליגן בעל התניא, איז ער מגדיר דעם ספר התניא מספרי היסוד בתורת החסידות, וספרו משמש כמפתח וכפירוש לשאר ספרי חסידות

_IMG_000000_000000.jpg
_IMG_000000_000000.jpg (80.09 KiB) געזען 1030 מאל


IMG_20190919_215026438.jpg
IMG_20190919_215026438.jpg (82.32 KiB) געזען 1030 מאל
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

דער שאפראנער רב ז"ל שרייבט אין די בריוון, אז די פאסיגסטע ספר אנצוהייבן אריינבייסן אינעם לימוד חסידות, איז דער הייליגער "מאור עינים".
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

שמואל בארג האט געשריבן:דער שאפראנער רב ז"ל שרייבט אין די בריוון, אז די פאסיגסטע ספר אנצוהייבן אריינבייסן אינעם לימוד חסידות, איז דער הייליגער "מאור עינים".


דער שאפראנער רב זצ"ל אין זיינע בריוון גיבט אן אין דעם פארשידענע הדרכות אויף פארשידענע וועגן, אויף עטליכע פלעצער איז ער שטארק משבח דעם לימוד בספה"ק מאור עינים, און אויף עטליכע פלעצער איז ער שטארק משבח נאך לימודים בספרי קודש.
הצד השוה שבהן בספרי הרה"ק משאפראן זצ"ל אז מען זאל נעמען א שטארקע חסידישע ספר און דאס לערנען שטייט בעיון ובמתינות. אין די בריוון איז דער שאפראנער רב אויף עטליכע פלעצער שטארק משבח די לימוד פון ספרי התניא, וזה לשונו בחלק ב' מכתב ד': ומה ששאלת אודות לימוד ספר הקדוש תניא הנקרא לקוטי אמרים, הנה ספר קדוש זה "הוא תועלת גדול לכל השגת תורת החסידות" וספר קדוש זה הוא מקובל אצל כל חסידים.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”