וועלטניק האט געשריבן:פראצעדור האט געשריבן:moishy56 האט געשריבן:ישוב הדעת האט געשריבן:ברוך דיין האמת
K9 איז היסטערי
וואס מיינט?
זיי מסביר..
פאר די וואס ווייסן איז עס שוין פון לאנג קיין פילטער נישט געוועזן
אבער יעצט איז ב"ה עמטליך
ביטע האק נישט אין קאפ. K9 איז גאר א שטארקע פילטער וואס טויזנטער אויב נישט צענליגע טויזנטער אידן נוצן מיט סוקסעס, נאכדערצו אויף די פלאטפארמעס וואס ס'איז נישט פארהאן קיין היימישע פילטערס. פארשטייט זיך א צווייטער ברויך האבן דעם פעסווארד. חוץ פון די סטענדערד קען מען אליין עדדן סיי וועלכע וועבסייט אדער קאטעגאריע צום בלעקליסט. באמת א שאד און א ווייטאג אז ס'ווערט פארמאכט און אן אלטענאטיוו איז וויכטיג געזוכט.
אט אזוי!
געווען א גרינגע און געשמאקע פילטער פאר זייער אסאך. צו עס אויסשפילן - ווי גרינג עס זאל נאר זיין - דארף מען זיין טעקניקל אדער האבן קשרים צו טעקניקל מענטשן, אבער פארן פשוט'ער מענטש (וואס זוכט נישט צו אויסשפילן איז עס געווען גאר גוט. אחוץ די בלעקליסט אפציע איז דער ווייליסט אפציע און דער טיים רעסטריקשען אפציע געווען געשמאק און גוט.
כמובן אז די היימישע פילטערס זענען בעסער און שטארקער אבער דאס מאכט דאס נאכנישט פאר א "נישט פילטער". (און ליידער ביי אסאך פעלער איז למעשה דער אלטערנאטיוו א נישט-פילטער.)