דזשימעיל טיפ'ס און פראגן

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

ישר כח קנאפער!
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
אוועטאר
טשולענט בונדלעך
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשולענט בונדלעך »

איך האב אפאר גימעיל אקוינטס וואס איך באקום נישט אזוי אפט אימעליס דארט, איך וויל נישט אריינלאגן יעדן טאג צו טשעקן אויב איך האב עפעס באקומען.
איז דא א וועג איך זאל באקומען א טעקסט נאטעפעקאציע אז איך האב באקומען א נייע אימעיל?
א יוד מאכט נישט מיט, א יוד ווערט איבערגעמאכט...
געהערט פון א ידיד וואס האט אסאך מיטגעמאכט, און געווארן איבערגעמאכט
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

טשולענט בונדלעך האט געשריבן:איך האב אפאר גימעיל אקוינטס וואס איך באקום נישט אזוי אפט אימעליס דארט, איך וויל נישט אריינלאגן יעדן טאג צו טשעקן אויב איך האב עפעס באקומען.
איז דא א וועג איך זאל באקומען א טעקסט נאטעפעקאציע אז איך האב באקומען א נייע אימעיל?

קענסט פאערדן די אימעילס פון די אנדערע אקאונט צו די אקאונט וואס דו נוצסט יא
גיי צו settings / fowarding and pop
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
טשולענט בונדלעך
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשולענט בונדלעך »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
טשולענט בונדלעך האט געשריבן:איך האב אפאר גימעיל אקוינטס וואס איך באקום נישט אזוי אפט אימעליס דארט, איך וויל נישט אריינלאגן יעדן טאג צו טשעקן אויב איך האב עפעס באקומען.
איז דא א וועג איך זאל באקומען א טעקסט נאטעפעקאציע אז איך האב באקומען א נייע אימעיל?

קענסט פאערדן די אימעילס פון די אנדערע אקאונט צו די אקאונט וואס דו נוצסט יא
גיי צו settings / fowarding and pop

יישר כח
אבער איך זיך ענדערש א טעקסט נאטעפעקאציע
א יוד מאכט נישט מיט, א יוד ווערט איבערגעמאכט...
געהערט פון א ידיד וואס האט אסאך מיטגעמאכט, און געווארן איבערגעמאכט
אוועטאר
פיניע חזן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

Shortcut for Compose

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיניע חזן »

איז דא א שארטקאט צו אנפאנגען שרייבן א נייעם אימעיל ?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31267
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

פיניע חזן האט געשריבן:איז דא א שארטקאט צו אנפאנגען שרייבן א נייעם אימעיל ?

דריק Shift+? אויפן דזשימעיל פעידזש צו זען אלע שארטקאטס.

דער אונטערשטער חלק דארט איז עדווענסד שארטקאטס און מען דארף עס דארט ענעיבלען. איינמאל ענעיבלד איז c א שארטקאט פאר קאמפאוז.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

טשולענט בונדלעך האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
טשולענט בונדלעך האט געשריבן:איך האב אפאר גימעיל אקוינטס וואס איך באקום נישט אזוי אפט אימעליס דארט, איך וויל נישט אריינלאגן יעדן טאג צו טשעקן אויב איך האב עפעס באקומען.
איז דא א וועג איך זאל באקומען א טעקסט נאטעפעקאציע אז איך האב באקומען א נייע אימעיל?

קענסט פאערדן די אימעילס פון די אנדערע אקאונט צו די אקאונט וואס דו נוצסט יא
גיי צו settings / fowarding and pop

יישר כח
אבער איך זיך ענדערש א טעקסט נאטעפעקאציע

אויב דו האסט MMS שיק אן MMS פון דיין פאון צו דיין אימעיל אדרעס, דאן שטעל אן צו פארווערדירן דיינע אימעילס צו די אדרעס פון וואס דיין בילד איז אנגעקומען
נ.ב. נישט אייביג ארבעט דאס, ווי אויך אויב האסטו נישט קיין MMS פרוביר מיט א פלעינע טעקסט, קען אויך אמאל ארבעטן
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

איז דא אזא זאך אז אימעילס ווערן פארלוירן?
אויב יא איז שייך עס צו טרעפן?

האב איך לעצטענס געהאט וואס איך האב געקויפט א טיקעט צו פליען אנליין, אפאר וואכן פארן פליען האב איך געוואלט זיכער מאכן אז אלעס קלאפט, ואיננו כי לקח... א גאנצע קאפ וויי געווען צו טרעפן ביי מיין קרעדיט קארד עפעס א נאמבער און גיין אויפזיכן ביי די עירליין.

און יעצט האב איך אז איך האב געקויפט אן אייפאד אנליין מיט א וועראנטי, און יעצט ווען איך דארף עס נוצן טרעף איך נישט קיין זכר אז איך האב עפעס געקויפט, נישט ביי מיינע אימעילס און נישט ביי איבעי.

עני העלפ ביטע?
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8823
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

כא כא כא האט געשריבן:איז דא אזא זאך אז אימעילס ווערן פארלוירן?
אויב יא איז שייך עס צו טרעפן?

האב איך לעצטענס געהאט וואס איך האב געקויפט א טיקעט צו פליען אנליין, אפאר וואכן פארן פליען האב איך געוואלט זיכער מאכן אז אלעס קלאפט, ואיננו כי לקח... א גאנצע קאפ וויי געווען צו טרעפן ביי מיין קרעדיט קארד עפעס א נאמבער און גיין אויפזיכן ביי די עירליין.

און יעצט האב איך אז איך האב געקויפט אן אייפאד אנליין מיט א וועראנטי, און יעצט ווען איך דארף עס נוצן טרעף איך נישט קיין זכר אז איך האב עפעס געקויפט, נישט ביי מיינע אימעילס און נישט ביי איבעי.

עני העלפ ביטע?

עס קען געשען אויב דו מעקסט אויס איין אימעיל, ווייל יענע אימעיל דארפסטו נישט, דאן אלע קומענדיגע אימעילס מיטן זעלבן 'קעפל' גייען אויך אריין אין "טרעש".
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31267
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

כא כא כא האט געשריבן:איז דא אזא זאך אז אימעילס ווערן פארלוירן?
אויב יא איז שייך עס צו טרעפן?

האב איך לעצטענס געהאט וואס איך האב געקויפט א טיקעט צו פליען אנליין, אפאר וואכן פארן פליען האב איך געוואלט זיכער מאכן אז אלעס קלאפט, ואיננו כי לקח... א גאנצע קאפ וויי געווען צו טרעפן ביי מיין קרעדיט קארד עפעס א נאמבער און גיין אויפזיכן ביי די עירליין.

און יעצט האב איך אז איך האב געקויפט אן אייפאד אנליין מיט א וועראנטי, און יעצט ווען איך דארף עס נוצן טרעף איך נישט קיין זכר אז איך האב עפעס געקויפט, נישט ביי מיינע אימעילס און נישט ביי איבעי.

עני העלפ ביטע?

דער קורצער ענפער צו דיין שאלה איז, ניין. עס איז נישטא אזא זאך אז אימעילס זאלן פארלוירן ווערן, און זיכער נישט אז דער איבעי היסטאריע איז אויך פארשוואונדן.

מער מסתבר איז אז דו נוצסט מער ווי איין אימעיל אדרעס (וה"ה איבעי אקאונט) און האסט זיך פארמישט וועלכע דו האסט גענוצט.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

קנאפער ידען האט געשריבן:
כא כא כא האט געשריבן:איז דא אזא זאך אז אימעילס ווערן פארלוירן?
אויב יא איז שייך עס צו טרעפן?

האב איך לעצטענס געהאט וואס איך האב געקויפט א טיקעט צו פליען אנליין, אפאר וואכן פארן פליען האב איך געוואלט זיכער מאכן אז אלעס קלאפט, ואיננו כי לקח... א גאנצע קאפ וויי געווען צו טרעפן ביי מיין קרעדיט קארד עפעס א נאמבער און גיין אויפזיכן ביי די עירליין.

און יעצט האב איך אז איך האב געקויפט אן אייפאד אנליין מיט א וועראנטי, און יעצט ווען איך דארף עס נוצן טרעף איך נישט קיין זכר אז איך האב עפעס געקויפט, נישט ביי מיינע אימעילס און נישט ביי איבעי.

עני העלפ ביטע?

דער קורצער ענפער צו דיין שאלה איז, ניין. עס איז נישטא אזא זאך אז אימעילס זאלן פארלוירן ווערן, און זיכער נישט אז דער איבעי היסטאריע איז אויך פארשוואונדן.

מער מסתבר איז אז דו נוצסט מער ווי איין אימעיל אדרעס (וה"ה איבעי אקאונט) און האסט זיך פארמישט וועלכע דו האסט גענוצט.

ביי איבעי האב איך עס שוין געטראפן אבער ביי דשימעיל נישט.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

איך האב שוין עטליכע מאל געעפענט א נייע אימעל, אבער איך וויל שוקן אן אימעל, אבער עס גייט מיר נישט עס קומט ארויף אזאנץ: Oops… the system encountered a problem (#2009) - Retrying in 1s…
אבער באמת האב איך גוטע אינטערנעט...
וואס מיינט דאס?!
ייש"כ
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31267
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

לעכטל האט געשריבן:איך האב שוין עטליכע מאל געעפענט א נייע אימעל, אבער איך וויל שוקן אן אימעל, אבער עס גייט מיר נישט עס קומט ארויף אזאנץ: Oops… the system encountered a problem (#2009) - Retrying in 1s…
אבער באמת האב איך גוטע אינטערנעט...
וואס מיינט דאס?!
ייש"כ

עפעס האט א ערראר... :wink:

פרובירט אין א צווייטע בראוזער?

פילטער אפשר?
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

קנאפער ידען האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:איך האב שוין עטליכע מאל געעפענט א נייע אימעל, אבער איך וויל שוקן אן אימעל, אבער עס גייט מיר נישט עס קומט ארויף אזאנץ: Oops… the system encountered a problem (#2009) - Retrying in 1s…
אבער באמת האב איך גוטע אינטערנעט...
וואס מיינט דאס?!
ייש"כ

עפעס האט א ערראר... :wink:

פרובירט אין א צווייטע בראוזער?

פילטער אפשר?

שוין קנאפער איז דא..
וואס הייסט פילטער, מיין פילטער לאזט אדורך מער ווי איין אימעל אדרעסס (ווי מיין ווייב'ס וכדו') However ווען איך מאך מיר א נייע גייט עס נישט...
און יא שוין פראבירט אדורך א צווייטע בראזער...
עלעך מיזן טרייען נאכאמאל.

יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

לעכטל האט געשריבן:איך האב שוין עטליכע מאל געעפענט א נייע אימעל, אבער איך וויל שוקן אן אימעל, אבער עס גייט מיר נישט עס קומט ארויף אזאנץ: Oops… the system encountered a problem (#2009) - Retrying in 1s…
אבער באמת האב איך גוטע אינטערנעט...
וואס מיינט דאס?!
ייש"כ

ריפרעש די גאנצע פעיזש
The Divided States Of America
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31267
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

לעכטל האט געשריבן:שוין קנאפער איז דא..
וואס הייסט פילטער, מיין פילטער לאזט אדורך מער ווי איין אימעל אדרעסס (ווי מיין ווייב'ס וכדו') However ווען איך מאך מיר א נייע גייט עס נישט...
און יא שוין פראבירט אדורך א צווייטע בראזער...
עלעך מיזן טרייען נאכאמאל.

פאר סאם ריזן האב איך נאכאלץ מורא אז עס איז דער פילטער. (האסט אפשר נתיב? איך געדענק א חבר מיט א ענדיליכע אישו און זיי האבן עס געפיקסט.)

א צווייטער כלי מיט דער זעלבער נייער אדרעס ארבעט ער יא?
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובה דורך nmi »

לעכטל האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:איך האב שוין עטליכע מאל געעפענט א נייע אימעל, אבער איך וויל שוקן אן אימעל, אבער עס גייט מיר נישט עס קומט ארויף אזאנץ: Oops… the system encountered a problem (#2009) - Retrying in 1s…
אבער באמת האב איך גוטע אינטערנעט...
וואס מיינט דאס?!
ייש"כ

עפעס האט א ערראר... :wink:

פרובירט אין א צווייטע בראוזער?

פילטער אפשר?

שוין קנאפער איז דא..
וואס הייסט פילטער, מיין פילטער לאזט אדורך מער ווי איין אימעל אדרעסס (ווי מיין ווייב'ס וכדו') However ווען איך מאך מיר א נייע גייט עס נישט...
און יא שוין פראבירט אדורך א צווייטע בראזער...
עלעך מיזן טרייען נאכאמאל.

איך האב געהאט א שטיק צייט צוריק צרות אריינצוסיינען א נייע עקאונט און ס'איז ארויפגעקומען אז כ'האב נישט אריינגעלייגט די גוטע פעסווארד, האבעך געקאנטעקט משומר און זיי האבן מיר געזאגט אז ס'האט מיט זייער פילטער. למעשה האבן זיי מיר עס פאראכטן.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31267
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

nmi האט געשריבן:איך האב געהאט א שטיק צייט צוריק צרות אריינצוסיינען א נייע עקאונט און ס'איז ארויפגעקומען אז כ'האב נישט אריינגעלייגט די גוטע פעסווארד, האבעך געקאנטעקט משומר און זיי האבן מיר געזאגט אז ס'האט מיט זייער פילטער. למעשה האבן זיי מיר עס פאראכטן.

דאס איז דעסקטאפ בראוזער אדער ענדרויד?

אויף ענדרויד ווייסעך אז זיי האבן עפעס א אישו מיט אריינסיינען אין נייע אקאונטס, אבער לעכטל'ס אישו זעט מיר אויס ווי אויף דעסקטאפ אין דער בראוזער (וואס משומר דארף נישט צו האבן א אישו, עטליעסט נישט עפעס דזשענעראל באוואוסט פאר זיי.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

קנאפער ידען האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:איך האב געהאט א שטיק צייט צוריק צרות אריינצוסיינען א נייע עקאונט און ס'איז ארויפגעקומען אז כ'האב נישט אריינגעלייגט די גוטע פעסווארד, האבעך געקאנטעקט משומר און זיי האבן מיר געזאגט אז ס'האט מיט זייער פילטער. למעשה האבן זיי מיר עס פאראכטן.

דאס איז דעסקטאפ בראוזער אדער ענדרויד?

אויף ענדרויד ווייסעך אז זיי האבן עפעס א אישו מיט אריינסיינען אין נייע אקאונטס, אבער לעכטל'ס אישו זעט מיר אויס ווי אויף דעסקטאפ אין דער בראוזער (וואס משומר דארף נישט צו האבן א אישו, עטליעסט נישט עפעס דזשענעראל באוואוסט פאר זיי.)

כ'האב עס טאקע געהאט אויף ענדרויד
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

קנאפער ידען האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:שוין קנאפער איז דא..
וואס הייסט פילטער, מיין פילטער לאזט אדורך מער ווי איין אימעל אדרעסס (ווי מיין ווייב'ס וכדו') However ווען איך מאך מיר א נייע גייט עס נישט...
און יא שוין פראבירט אדורך א צווייטע בראזער...
עלעך מיזן טרייען נאכאמאל.

פאר סאם ריזן האב איך נאכאלץ מורא אז עס איז דער פילטער. (האסט אפשר נתיב? איך געדענק א חבר מיט א ענדיליכע אישו און זיי האבן עס געפיקסט.)

א צווייטער כלי מיט דער זעלבער נייער אדרעס ארבעט ער יא?

יאפ געווען אין קאנטאקט מיט נתיב, און זיי האבן עס פאראכטן!
לאמיר אלע שרייען הויעך פאר הרב קנאפער א גרויסן ייש"כ!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
פיניע חזן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

יישר כח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיניע חזן »

קנאפער ידען האט געשריבן:
פיניע חזן האט געשריבן:איז דא א שארטקאט צו אנפאנגען שרייבן א נייעם אימעיל ?

דריק Shift+? אויפן דזשימעיל פעידזש צו זען אלע שארטקאטס.

דער אונטערשטער חלק דארט איז עדווענסד שארטקאטס און מען דארף עס דארט ענעיבלען. איינמאל ענעיבלד איז c א שארטקאט פאר קאמפאוז.[/quote

יישר כח
אוועטאר
אלופי אדום
שר האלף
תגובות: 1670
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע: אויפן טיש

Re: דזשימעיל טיפ'ס און פראגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלופי אדום »

א נייע אייקון ביי מיין אימעיל איינער מיט מער אינפאו איבער דעם
Capture.JPG
Capture.JPG (12.26 KiB) געזען 1307 מאל
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31267
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אלופי אדום האט געשריבן:א נייע אייקון ביי מיין אימעיל איינער מיט מער אינפאו איבער דעם
Capture.JPG

דער פונקציע איז נישט ניי, נאר זיי האבן עס ארויסגערוקט צום טאאלבאר מער פראמינענט, עס פלעגט צו ליגן אינעם More מעניו.

עס לייגט צו דער אימעיל אלץ א טעסק קעיר צו נעמען. עס נוצט דער אימעיל סובדזשעקט אלץ דער טעסק נאמען און האט א באטען צו עפענען דער אימעיל.

טעסקסט מען קען מען טרעפן אינעם Tasks עפפ פאר פאונס, אדער אינעם רעכטער זייט פענעל אויפן דזשימעיל פעידזש.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: דזשימעיל טיפ'ס און פראגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

מיין אימעייל האט אויפגעהערט צו ארבעטן, עס באקומט מער נישט קיין אימעילס.

קען מיר איינער העלפן דערמיט?
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

Re: דזשימעיל טיפ'ס און פראגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

אפשר איז די סטארעדזש שוין פול
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: https://toiglicher.com/
שרייב תגובה

צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”