נייער מאסף "הפעמון"

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

קען מען באקומען אלע פריערדיגע גליונות? וואו? מה יקר?
גלעקל
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 24, 2010 3:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלעקל »

מצפהלישועה האט געשריבן:כולנו מצפים

ס'דארף שוין צו זיין אין די ספרים געשעפטן.
גלעקל
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 24, 2010 3:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלעקל »

ויתן לך האט געשריבן:קען מען באקומען אלע פריערדיגע גליונות? וואו? מה יקר?

Www.hapaamoin.com/shop
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

גלעקל האט געשריבן:
מצפהלישועה האט געשריבן:כולנו מצפים

ס'דארף שוין צו זיין אין די ספרים געשעפטן.

היינט געקויפט און בערמאן'ס ספרים געשעפט אויף 17 עוועניו 46 סטריט און באראפארק
the SCY is the limit
גלעקל
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 24, 2010 3:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלעקל »

ב"ה

א קורצע איבערבליק אויף "הפעמון – צלצול שישי"


איזכורו של רבי מאיר שמחה הכהן מדווינסק ב'משנה ברורה',
געשריבן דורך הרב הגאון ר' ישראל דנדרוביץ, מח"ס 'הנחמדים מזהב' (אלעס וועגן 'גאלד'), און ראש בית המדרש 'באר האבות' אין עַרד, ארץ ישראל.
דער מאמר איז חוקר נאך די מקור המעשה אז די סיבה פארוואס דער איינציגעסטער לעבעדיגע גדול וואס ווערט דערמאנט אין משנה ברורה איז דער גאון רבי מאיר שמחה הכהן, בעל 'משך חכמה', 'אור שמח' – איז צוליב דעם וואס דער 'חפץ חיים' האט געוואלט מיט דעם זיך איבערבעטן (אדער ווייזען אז ער האט נישט קיין טינא קעגען אים) מיט דעם 'אור שמח', נאכדעם וואס זיי האבן זיך 'מתווכח' געווען מיט שארפע לשונות ביי אן אסיפה לטובת הכלל. – איז די מעשה בכלל אמת?
מענין לענין, וועלכע ספרים פון 'בדורו' ברענגט דער 'משנה ברורה' אראפ; פארוואס טאקע ברענגט ער נישט ב'שם' אומרו פון גדולי דורו; א שמועס פון הרב שך מיט להבחל"ח נאוואמינסקע רבי איבער דעם; הגאון ר' נפתלי טרופ'ס חלק אינעם חיבור משנה ברורה; און נאך.

תלי תנא בדלא תנא: מי אתה 'התנא מוקרט'?
אהלי צדיקים (גבאי) האט געשטעלט – נישט ווייט פון רבי יונתן בן עזיאל'ס קבר - א מצבה מיט א טאוועל וואס איז מודיע אז דא ליגט באגבראבן א 'תנא' מיטן נאמען (אדער קומט פון די שטאט) 'מוקרט'! למעשה, לויט ווי הגאון הידען והדייקן הרב ישעי' אשר זעליג מיללער ווייזט אויף, לא דַי איז אזא תנא קיינמאל געווען, נאר אונטער דעם שטיין ליגט א חשוב'ע גוי – הרב מיללער גייט נאך און צייכענט אָן גענוי וויאזוי א טעות פון א מעתיק האט באשאפען אזא מענטש בכלל, און וויאזוי די 'שמות התנאים' פון רבי נתן ברסלבער האט אים געמאכט פאר א תנא.
די מאמר פארמאגט גאר אינטערסאנטע ידיעות איבער פארשידענע 'מקורות' איבער ארץ ישראל'דיגע קברים, געשריבן פאר הונדערטע יארן צוריק.
דער מחבר איז מסיים מיט טרעפליכע פשטים וואס די גמרא מס' קידושין מיינט מיט "יוד קרָת קא חזינא הכא", און אויב ס'האט א שייכות מיט רבי יוסי פון "יוקרת".

עצימת עין אחת: טוב או רע
הגאון הרב יעקב ישראל סטל פון ירושלים, מחבר 'אלפא ביתא דשמואל זעירא' און 'סגולה' און מהדיר כתבי חסידי אשכנז, איז מציין צו פארשידענע מקורות אין חז"ל און אין זוהר, איבער דעם ענין פון 'שתם העין' וואס בלעם רופט זיך אזוי צוויי מאל אין פרשת בלק. איז זיין בלינד זיין אויף איין אויג געווען א 'עונש', אדער האט דאס באשיצט די אידן פון זיין 'שלעכט אויג'? אדער קען זיין אז האט דוקא פארמאכט איין אויג כדי צו האבן א 'עין רע', איז דא חילוק צווישען די רעכטע און לינקע אויג?
א תלמיד פון רוקח שרייבט אז ער איז נוהג צו פארמאכן איין אויג ווען ער דארף עפעס 'דורכטראכן'. – איז דא א חשש פון 'עין רע'?

לתיקונו של סימן: בגופיא זימרא ציפרא בחבלא דמילתא
אין מסכת שבת איז דא אנהייב פון א סוגיא א סימן "בגופיא זימרא ציפרא בחבלא דמילתא", אנדערשט ווי אנדערע סימנים אין ש"ס, וואס איז לייכט צו מקשר זיין די קומעדיגע סוגיא צו די סימן, איז אבער דא פארהאנען א פראבלעם, און ס'איז נישט קלאר וועלכע מאמרים און סוגיות זענען בכלל דעם 'סימן'. דער של"ה הק' שרייבט "זמן רב נצטערתי במאוד על סימן אחד ... שלא הבנתי אותם ונעלם כמעט מעיני כל חי". אין ספר 'שברי לוחות' שרייבט רבי יחיאל מיכל מנמירוב, "רבים תמהים צמאים ותאבים לפרש להם מה טובו ופרושו של סימן זה, שאין לו שום שייכות כלל בסוגיא זו".
הרב מיללער הנ"ל, האט זיך אריינגעלייגט אין דעם סוגיא, און איז נאכגעגאנגען די כתבי ידות פון די ש"ס, און אנטפלעקט די פשט הפשוט אין די סימן! די הערות פון הרב מיללער זענען א סוגיא פאר זיך, מלא ידיעות און חידושים. לומדים וואס פארשטיין א חילוק פון 'רבה' צו 'רבא' וועלען זיך מחיה זיין מיט דעם מאמר.

פתרון לתמיה: נס החזרת השמש במעלות אחז
הרב יוסף נחמי' הכהן קוואדראט פון לאנדאן, איז מפרש וויאזוי ס'קען שטימען א גמרא אין מס' סנהדרין וואס דערציילט די פרטים פון די מעשה אין ספר מלכים, אז ישעי' הנביא האט געוויזן חזקי' המלך א 'מופת', אז די זון איז צוריק-געגאנגען 10 מעלות, פון נאכמיטאג צו פארמיטאג (צו משלים זיין די 10 מעלות – 10 שעה – וואס די זון איז שנעל אונטער-געגאנגען ווען 'אחז' איז געשטארבן). און אז דער קעניג פון בבל 'מרודך בלאדן' האט זיך צוליב דעם טועה געווען תיכף ביים אויפשטיין פון זיין מיטאג שלאף אין די ניינטע שעה - וואס איז לכה"פ א שעה בעפאר פון ווען ס'האט געקענט פאסירן אז די זון איז צוריק געגאנגען 10 שעה!
מיט קלארע דיבורים, איז הרב קוואדראט דאס מסביר וואזוי דאס שטימט אויפן זייגער, אויפן האָר!

חשבון: שיטות חישוב מנין השנים
דאס אז היי יאר איז ה'תשע"ז, איז נישט לויט אלע שיטות. אנדערע האלטן אז היי יאר איז ה'תשע"ו, אדער גאר ה'תשע"ה. ס'ווענד זיך וויאזוי מ'ציילט א 'יאר', און פון ווען מ'הייבט אן ציילען. הרב בנש"ק ר' שמעון דוב בראנדסדארפער צולייגט די שיטות, און ברענגט צו פארשידענע אופנים וויאזוי אנדערע האבן געציילט די יארן, די רמב"ם'ס חשבונות לשטרות, מנהגי תימן ועוד.
אזוי אויך, פון וועלכע תקופה האט מען בכלל אנגעהויבן ציילן 'לבריאת העולם', ווייל אין תנ"ך און אין חז"ל ווערט נישט דערמאנט אז מ'זאל אנגעבען א יאר לויט וויפיל יארן זי איז פון בריאת העולם.

ה"ראם" במקורות חז"ל וקדמונים
דער 'ראם', וויזעלטיר, - א שיינע ליקוט מיט הערות איבער דעם באשעפעניש, פון איבעראל וואו ס'ווערט דערמאנט אין תנ"ך, חז"ל און מדרשים. דער שרייבער הרב שמעון שלמה זילבער, איז מפרש די שיטות און חילוקי דעות איבער איר גרויסקייט, שטארקייט, כשרות, און נאך.

חינוך: תכונת האדם לפי מיזווג ארבעת יסודות הבריאה
שוין אפאר יאר וואס מיין באקאנטע פון 20 יאר, הרב שמעון גרין פון בארא פארק, א חסידישע אינגערמאן, א מוציא לאור פון כמה ספרים, איז עוסק אין תורת הנפש על טהרת הקודש, און איז ב"ה מצליח צו ליכטיג מאכן פאר פאָֹר-פעלקער, מלמדים, עלטערן, מיט דעם אלטן שיטה פון "חנוך לנער על פי דרכו".
געבויט אויף די זוהר הק' אז יעדע מענטש איז א צוזאמענשטעל פון "אש, מים, רוח, עפר", און לויט די 'מיזוג' אזוי איז זיין מהות – איז הרב גרין מסביר מיט זאכליכע משלים וואס זענען די סמנים פון די יסודות, און וואס איז די ריכטיגע 'חינוך' צוגאנג צו יעדע פון די סארט.
די מאמר איז געשריבן געווארן דורך די עורך הפעמון פון א שמועס מיט הרב גרין פאר צוויי יאר צוריק, און צוליב די גרויס אינטערעסע ביים היימישען עולם אין די שיעורים פון הרב גרין, דינט דעם מאמר אלץ א פתח, צו פארשטיין ווי יעדע יחיד איז א 'עולם מלא', און אז אז ס'איז דא א מהלך ארויסצוברענגען פון יעדעם קינד, יעדע תלמיד, דאס בעסטע און שענסטע פון וואס ער איז געאייניגט פאר.

דרוש לפרשת בשלח ולשביעי של פסח
דאס איז א 'פרסום ראשון' פון א כתב יד, פון א תלמיד, אדער אייניקעל, פון דעם גאון 'רבי טעבלי שייאר'. הרב ישראל מאיר מענדלאוויטש האט מיר געשיקט – מיט רשות פון JTS – צילומים פון עטליכע בלעטער, און נאך אסאך יגיעה, האב איך די זכיה דאס צו מפרסם זיין, וזי"ע.
די מאמר איז על דרך דרוש, ע"ד הספר פרשת דרכים, צו קודם מתן תורה האבן די אידן געהאט א דין בן נח וכו' וכו'.

דעה: אל תהי בז לכל אדם
הרב יעקב שפיץ, וואס זיין פאכמאנישע מאמרים זענען שוין ערשינען אין די פריערדיגע צלצולים, איז משכנע די ליינער די נישט-אויסגעהאלטענע רעזולטאטען וואס די "שומרים קארד" מערכה ברענגט צו. נוצענדיג "מארקעטיג" מעטאדן פון די אלגעמיינע וועלט, נעמט מען א אומבאהאלפענע ערל, און מ'טוט אים אן א העמד מיט נידריגע לאזינגען אויף זיך זעלבסט. הרב שפיץ וואונדערט זיך וואו זענען די מענטשעליכע געפילען, און וואו איז כוונה ווען מ'דאווענט און מ'בעהט 'וישתחו לפניך כל הברואים'?

שרעפים: מרור כורך, שלחן עורך
דער עורך איז מחזק וואס איז ידוע, אז מ'איז איז גארנישט קונה אנע יגיעה. און דעפאר לערענט מען דווקא גמרא און נישט 'משנה תורה', כאטש דאס איז באמת געווען די ציהל פונעם רמב"ם.

טיפין טיפין: כדי שלא ישאר הנייר חלק
קלויזענבורגע רב זצ"ל, פארוואס מ'דעקט צו די אויגן ביים ליינען 'שמע'; רבי מענדל שפראן, פארוואס ער גייט נישט מיט תכלת, כאטש ס'איז זיכער אז מ'ווייסט היינט וואס תכלת איז; רבי יעקב יצחק ניימאן זצ"ל, בעלזא און סאטמאר ניצען די זעלבע טעפ, כאטש וואס ביידע האלטן אז זייער פלייש איז מער מהודר. דער גריידיצער זצ"ל, נישט ענטעפרן פאר איינער וואס פרעגט אפ זיינע חידושים, אין א צייטונג. הרב וואזנער זצ"ל, ווארנט א איד איבער פארלירן פרנסה צוליב זלזול אין הלכות שבת.

אין 112 בלעטער וועט איר טרעפן א אוצר מלא ידיעות און חידושים. קויפט דעם צלצול שישי אין ספרים געשעפעט, אדער אויף http://www.hapaamoin.com

ייש"כ
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

'כאטש ס'איז זיכער אז מ'ווייסט היינט וואס תכלת איז' די ווערטער האבן מיר געקאסט א לאך.. כ'האף אז די גאנצע אויסגאבע טראגט נישט די זעלבע צורה.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

זיי מסביר פארוואס עס האט דיר געמאכט לאכן
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
ציפקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2013 7:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציפקע »

בראשית ברא האט געשריבן:'כאטש ס'איז זיכער אז מ'ווייסט היינט וואס תכלת איז' די ווערטער האבן מיר געקאסט א לאך.. כ'האף אז די גאנצע אויסגאבע טראגט נישט די זעלבע צורה.


דאס זאגט רב שאפראן, נישט דער עורך הקונטרס. ער האלט אז מ'ווייסט היינט זיכער.
גלעקל
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 24, 2010 3:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלעקל »

:idea:
ציפקע האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:'כאטש ס'איז זיכער אז מ'ווייסט היינט וואס תכלת איז' די ווערטער האבן מיר געקאסט א לאך.. כ'האף אז די גאנצע אויסגאבע טראגט נישט די זעלבע צורה.


דאס זאגט רב שאפראן, נישט דער עורך הקונטרס. ער האלט אז מ'ווייסט היינט זיכער.

ריכטיג.
טעיסטערס טשויס
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:18 am
לאקאציע: אויפן צווייטן שטאק

מעכטיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיסטערס טשויס »

געליינט פון דעקל צו דעקל אין איין אטעם.
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

טאקע געוואלדיג, נאכנישט אנגעקומען צו ליינען די גאנצע אבער די ביסל וואס כ'האב געזען איז מורא'דיג.

די מאמר פון הרב ישראל דנדרוביץ איז צוקער זיס, נאר אויב מען מעג מעיר זיין, אביסל צו באריכות, אגב אינמיטן שטייט אפאר מאל 'ארבעה חדשים', דאס איז לכאורה א טעות עס דארף שטיין ארבעה שנים.

די מאמר פון הרב יוסף נחמי' קוואדראט, כ'האב עס נאכנישט דורכגעטון בעיון, כ'שטעל מיך פאר אז די חשבונות שטימען..., נאר לגבי די יסוד וואס ער לייגט אראפ אז עס איז נישט געווען ניסן ותשרי נאר ווינטער, לכאורה ווי עס איז מבואר דארט אין רש"י, און רד"ק, ועוד, איז עס געווען ממש פאר פסח וואס דעמאלטס איז געווען די מפלה פון סנחריב ומקורו ממדרש.
לגבי די עצם קושיא האב איך זיך פארצייכענט וואס חכ"א האט מיר אמאל געוויזען אין די פירוש פון ר' אליעזר מבלגנצי, זעהט אבער אויס אז ער לויפט אזוי ווי די מדרש אין אסתר, (אלץ לפום ריהטא) זעה איך אבער יעצט אז ער זאגט גאר אז עס איז געווען תקופת תמוז וצ"ע.
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 99&hilite=
מצפהלישועה
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 1:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצפהלישועה »

אה! נפלא נפלא ! סיפוק נפשי אמיתי! מלא חכמה ותבונה!
על כל נשימה ונשימה תהלל יה!
אין כדוגמתו [בחדשות -כמובן]. זכות הרבים תלוי בך!
גלעקל
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 24, 2010 3:32 pm

Re: נייער מאסף "הפעמון"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלעקל »

צלצול שביעי וועט בעזרת ה' יתברך זיין רייך אין אינהאלט. מעגליך אויך גרעסער אין כמות.
ונזכה ונראה.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: נייער מאסף "הפעמון"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

גלעקל האט געשריבן:צלצול שביעי וועט בעזרת ה' יתברך זיין רייך אין אינהאלט. מעגליך אויך גרעסער אין כמות.
ונזכה ונראה.


אה, ענדליך, וואויל איז צו מיר דאס אז איך האב נישט אויפגעגעבען.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: נייער מאסף "הפעמון"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

הללוהו בצלצלי שמע, הללוהו בצלצלי תרועה!

מ'האמיר שטארק הנאה געהאט פון די פריערדיגע פעמונים. לוקינג פארווערד.

ווען וועט עס זיין? דעם ווינטער?
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: נייער מאסף "הפעמון"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

השמעיני את קולך, כי קולך ערב....
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: נייער מאסף "הפעמון"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

געוואלדיג!!!

מיר ווארטן שוין ארויס אויף דעם ״זיבעטן״ שביעין חביבין, וואס העט אוודאי זיין מלא תוכן און אמתדיג רייכע ארטיקלען ברוב כשרון.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”