נחמן נתן האט געשריבן:ער איז זיך אפשר טועה מיטן ירחון 'בית וועד לחכמים'.
בית וועד לחכמים האט געפירט שטארקע קאמפן קעגן ציוני'סטישע און מזרחי'סטישע רבנים, און זיי זענען געווען די פאן טרעגער פון אומפארטייאישע קנאות אין אונגארן. ביי די באזוך פון אמרי אמת ביי הרב קוק האבן זיי געשריבן דערוועגן א גאנצן מאמר, כאטש יעצט אויסווייניג געדענק איך נישט גענוי וואס זיי שרייבן דארטן.
טייל מאל זענען זיי ארויס מגדרם, און שארף אטאקירט זייערע קעגנער אפי' וואס זענען נישט געווען אין דעם דערמאנטן כלל, ווי למשל הגה''ק ממונקאטש, ואכמ''ל. אין 'אפריון' ווערט שטארק קריטיקירט דער בית וועד פאר'ן צוגלייכן הרב ממונקאטש צו אנדערע אפיקורסים.
די בעלזע פלעגן טאקע רופן דעם בית וועד מיטן נאמען ''בית וויידל''.
עס איז צו באמערקן, ביים סאטמארן מחלוקת האט זיך דער בית וועד שטארק געשטעלט אויפ'ן זייט פון מרן הגה''ק מסאטמאר
וישתדל ברוב אוהבים, שאין לך אוהב שאין לו מקום, ובמשלי הערב אמרו, אל ימעט בעיניך שונא אחד, ואל ירבו בעיניך אלף אוהבים (מאירי, סנהדרין מ''ה)