ברוך שהחיינו, הפעמון צלצול חמישי הופיע.
ס'וועט זיין אין די געשעפטען, אי"ה מארגען (מאנטאג) נאכמיטאג אדער ערב יו"ט (תלוי אינעם מפיץ, מישור).
ס'איז צום האפן אז דער עולם וועט הנאה האבן פון די מאמרים, וואס זענען איינס-ביי-איינס רייך אין תוכן און אין ידיעות.
אבער קודם צוויי הערות:
כל הזכויות שמורות; די וואס זענען מעתיק גאנצע מאמרים פון הפעמון אין די אידישע צייטונגען, זענען ווייט פון "ועשית הישר והטוב". הן כלפי דעם עורך, והן כלפי דעם בעל המאמר. ס'נישט ריכטיג און ס'נישט אידיש'לעך.
צווייטענס. געוויסע ניקים פארבינדען זיך מיט מיר דורך "פרטי", און בהמשך אויך געוואלט אריינלייגן זייערע מאמרים אינעם קובץ, אבער דא מאכט זיך זיי א פראבלעם, אז ס'וועט נתגלה ווערן ווער ס'שטייט אונטער דעם ניק. ע"כ, עצה טובה קמ"ל, אויב ווילט איר זיין פון די הפעמון משפחה, פארבינד אייך צו מיר פון אייער כשר'ע אימייל אדרעססע.
--
רשימת המאמרים – צלצול החמישי
1) לבושות שחורים בכותל המערבי, דורך די באקאנטע ת"ח ר' ישראל דנדרוביץ, מחבר ספר הנחמדים מזהב, און בעל מאמרים רבים בקובצים מפורסמים. די מאמר נעמט צוזאמען פון פארשידענע מקורות, און איז חוקר נאך די מסורה איבער א דמות פון א פרוי אנגעטוהן אין שווארץ, וואס גדולי ישראל האבן געזעהן ביים כותל המערבי. ווער איז זי, צד הקדושה אדער צד הטומאה? פארוועמען איז זי נתגלה געווארן? – די מאמר ציעט זיך לאנג, ביז די עדות פון מענטשען וואס האבן געזען דעם דמות פאר 9 יאר צוריק! מענין לענין וועט איר טרעפן דארט איבער די גילוי פון ירמיה הנביא און כביכול די שכינה הקדושה. – זייער אינטערסאנט, און מקורות'דיג.
2) מספר חדרי הלב - עיון ספרותי, דורך די גאון בתורת חסידי אשכנז, ומחבר ספרים רבים (אלפא ביתא דשמואל זעירא), ר' יעקב ישראל סטל. די מאמר ברענגט צוזאמען פון אומבאקאנטע מקורות, אלעס וואס מ'האט אמאל געמיינט איבער די הארץ פון א מענטש, וויפיל חדרים און פתחים זי פארמאגט. ס'איז מלא וגדוש מיט מראי מקומות פון פרד"ס התורה.
3) חכמים, אל תתייאשו מן הפשט - הרב אליהו סולוביציק, איז דער יושב ראש פון "אגודת מטמני ארץ", צווישען אנדערע איז זייער מטרה צוריקצוברענגען צום וויסען דעם אמאל, כדי בעסער צו פארשטיין דעם אמאל. אין דעם מאמר, באציעט זיך ר' אליהו אויף די דרך לימוד הפשט פון סוגית הגמרא, שקלא וטריא. ער איז מסביר אז דורך פארשטיין ווי אזוי די סוגיא איז געשאפען געווארן בשעתו, ווערט אסאך לייכטער אנצונעמען תירוצים און "נפק"מ'ינס" וואס אמאל זעהן זיי אויס דחוקים.
4) תעלומה ואין קורא לה? - אור חדש בזיהוי מח"ס חמדת ימים. הרב יחיאל גולדהבר. כאטש וואס דער ספר חמדת ימים איז שוין א מדובר פאר יארן לאנג, דאך האט הרב גולדהבר נייעס. – ער ברענגט שטארקע ראיות צום דעם ניי-אלטע השערה אז דער מו"ל פונעם ספר, ר' ישראל יעקב אלגאזי, איז דער מחבר זעלבסט.
5) ההדגשה במקור - על מנהגים שהשתרבבו. געוויסע מנהגים, זענען מיט די צייט אוועק פון זייער מקור, אוועק פון זייער שורש. אמאל צוליב געוויסע אומשטענדען, און אמאל פון און דעם מאמר ווערט אויסגערעכט 10 מנהגים וואס זענען ווי פון זיך אליינס "געשעהן", כאטש מ'האט זיי אוועקגעשטעלט מתחילה מיט אן אנדערע מטרה. געשריבן דורך דעם עורך.
6) סוגי מפרשי התורה - וסיבת צורך פירוש בכלל. זייער אן אינטערסאנטע מאמר אלעס ארום מפרשי התורה ו"הפשט". וואס איז דאס פשט? וואס איז דרש? און פארוואס דארף די תורה ספרים איר מסביר צו זיין, פארוואס איז נישט די תורה גענוג קלאר פון זיך אליינס. געבויט אויף א רמב"ם אין א בריוו, און פון נאך פארשידענע ספרים וסופרים. געשריבן דורך הרב יצחק לעווי, פון ירושלים. מעורכי ספר מיוחד על התורה, וואס איז נאך בעריכה.
7) הערה מחכימה, הרב ישעיה אשר זעליג מיללער פון מאנסי, א באקאנטע נאמען בעולם הקובצים, איז מפנעח די ראשי תיבות פון "בית הכנסת הי"ג" איך נאך ספרים וואס די טעות – און פרישע טעיות געבויט אויף דעם - ערשיינט, און איז נישט פארראכטען געווארן אפילו דורך מגיהים מומחים.
8) אשר בחר בו, או אשר בחרנו בו? 5 תירוצים אויף די קשיא, דורך הרב אליעזר זוסיא פרידמאן, כולל באבוב בארא פארק, וואס איז באקאנט בקרב חבריו מיט ידיעות נפלאות מספרי דרוש וחסידות. ומחבר ספרי נעימות הפרשה, נעימות המגילה.
9) מן הגנזים – א קמיע וואס הרב מתתיהו גרין פון אנטווערפען האט געפונען אין עטליכע מקומות. במקורו ברענגען זיי דאס נאך פון החכם ר' משולם בעש"ט מירושלים. און ווי ס'זעהט אויס איז דאס געווען אן אנגענומע קמיע, וואס ס'איז מותר צו שרייבן אפילו אין שבת.
10) ילמדנו רבינו, א פיוט, געשריבן בלשון שאלה ותשובה, ווי א תלמיד פרעגט א רבי'ן איבער גופים פון אידישע קינדער וואס דרייען זיך ארום אן קיין צייכענעס פון לעבן. זייער פאכמאניש געשריבן, דורך בנש"ק הרב יעקב שפיץ פון מאנסי.
11) פתקא מן שמיא - חסידות של פעם. דער באקאנטע שריפטשטעלער און עסקן, הרב יואל אשר לאבין, טיילט מיטן עולם א חלום וואס ער האט געהאט, ווי כאילו דער בעשה"ק וואלט זיך ווען מגלה געווען, און וואס ער וואלט געזאגט צו די וואס זענען זיך משתמש בשמו הק' פאר ענינים וואס זענען געווען היפך משנתו. געשריבן אין לשון הקודש אין חרוזים.
--
אויב האט איר הערות, ביטע זייט אונז מזכה.
מיין אימיעיל איז
[email protected]