איבער דרוקן נייע און אלטע ספרים

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע: בסתר ובגלוי

איבער דרוקן נייע און אלטע ספרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב טוב »

איך שטויס מיך כסדר אן אין שיינע אלטע ספרים (דרוש, על התורה, ש"ס) וואס זענען שוין צענדליגע יארן נישט געווארן איבערגעדרוקט און ווען די ספרים וואלטן געווארן איבערגעדרוקט וואלטן מענטשן געקענט היבש נוצן האבן דערפון און כטראכט עס צו איבערדרוקן, אבער ס'ענדיגט זיך אלעמאל ביי די זעלבע 2 שאלות וואס האלטן מיך צוריק דערפון:

ווער גייט קויפן דעם ספר ?

סזענען פארהאן אין אמעריקע 100 חובבי ספרים וואס וועלן דאס אפשר קויפן און נאך 50 אין ארץ ישראל, די איבריגע וועט אפליגן אין געשעפט אדער ביים דיסטריביוטער און זאמלען שטויב, פאר זיי זאל איך איבערדרוקן דעם ספר ?
איי וועסטו זאגן איך זאל אדווערטייזן דעם ספר אלץ דעם בעסטן ספר פונעם יאר הונדערט, דער ספר וואס וועט אויפלייכטן אייער שטוב וכו' גיי צום נעקסטן שאלה.

• והשנית והוא העיקר כסף מנלן ?????

די קאסטן פון טייפסעטן, מגיה זיין, אויסשטעלן, מפתחות, גראפיקס און דריקן דערגרייכן צו 5 דיזשיט נומבערס וואס איך האב נישט.

איך טראכט אסאך מאל אפילו צו פרובירן צו מאכן אליינס גרייט דעם ספר צום דרוק, מיין חלום גייט אזוי: איך וועל נוצן OCR צו באקומען די טעקסט דערפון, דערנאך מגיה זיין, אויסשטעלן, מפתחות, אלעס אליינס כדי צו מינימיזירן די קאסטן דערפון, אבער דער חלום שטעלט זיך אפ ביים דרוקן.

כשטעל מיך פאר אז נאך מענטשן האבן אזוינע חלומות און שטעלן זיך אפ ביים זעלבן פלאץ ווי מיר.

וויאזוי קען מען זיך אן עצה געבן ?
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

לב טוב, נוץ עס צום גוטן
OCR איז קיין אפשען בפרט ביי אלטע ספרים, ס'איז ביליגער צו טייפן ווי דער מגיה וואס וועט דארפן פאררעכטן די אלע כ און ב ביי OCR

די עצה פאר דרוקן איז פלעין און פשוט, גיין צו נדיבי לב, היינט איז דא אזא איד ווי ... בערקאוויטש, וואס געט שיין געלט פאר מוציאים לאור, איך ווייס נישט וויפיל, אבער טשעק עס אויס
און אויב האט דער מחבר אייניקלעך, איז דאך אוודאי גרינגער
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע: בסתר ובגלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב טוב »

מי יודע האט געשריבן:OCR איז קיין אפשען בפרט ביי אלטע ספרים, ס'איז ביליגער צו טייפן ווי דער מגיה וואס וועט דארפן פאררעכטן די אלע כ און ב ביי OCR

סווענצעך וועלכע ספר ווי אויך ווענצעך ווי גוט סאיז געסקענט, איך האב שוין עטליכע מאל גענוצט OCR פאר אלטע ספרים (וואס איך האב אנגעהויבן און נישט געענדיגט) און סהאט געמאכט די זשאב 60-70 פראצענט גוט, און סאיז ביליגער דאס צו טון אליינס ווי די ביליגסטער טייפסעטער/מגיה.

די עצה פאר דרוקן איז פלעין און פשוט, גיין צו נדיבי לב, היינט איז דא אזא איד ווי ... בערקאוויטש, וואס געט שיין געלט פאר מוציאים לאור, איך ווייס נישט וויפיל, אבער טשעק עס אויס

ער געט בערך 2-3 אלפים (ווענצעך ווי שטארק דער ספר כאפט אים) אבער סנישט לייכט אנצוקומען צו אים, ווי אויך דארף מען אריינלייגן צום סוף פונעם ספר א נייע ווערסיע פון אשת חיל..
צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושויער »

די תירוץ צו דיין ערשטע שאלה איז.
ס'איז כדאי פאר סאך ווייניגער ווי הונדערט פופציג אידן. און דו ווייסט קיינמאל נישט צי איינע פון די פאר הונדערט אידן וועט נישט אויסוואקסן א גדול הדור און זיינע ספרים וועט ווערן האוזהאלד ספרים, און אז ער וועט אראפברענגען פון דעם ספר, והכל תלוי במזל אפי' וכו', נקודה למחשבה, תן לחכם ויחכם עוד. אז מ'שפירט מ'קען טון דאן טוט מען אפילו פאר מיעוט הכמות [אבל רב באיכות] די ארבעט איז נישט לריק.
חשיבות מעסט זיך נישט אין ציפערן.
אויך, קען דער מחבר ווען ער האט א ווארט אין הימל שטארק ממליץ טוב זיין און מזכה זיין דעם מו"ל פון זיינע ספרים.
הצלחה רבה
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

אפשר איז כדאי Print On Demand?
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איימעניט »

לעצטענס קען איך טאקע איינעם וואס צוליב דעם דערמאנטן פראבלעם דריקט ער 30-100 ספרים [ווענדט זיך וועלכע ספר]
ס'קאסט טאקע אביסל מער, און ווער ס'דארף עס האט טאקע הנאה
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

יאפין האט געשריבן:אפשר איז כדאי Print On Demand?

מה זאת?
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

Print on Demand איז פשוטו כמשמעו א פרינטינג קאמפאני, וואס פרינט נאר וויפיל איר דארפט.

איך האב געניצט http://www.lulu.com (אין ענגלאנד) פאר א ספר, און ס'איז ממש א מחי'.

זיי זענען זייער ביליג און האב דערצו גוטע פראמאשען'ס און קיופאנס, וואו פרי שיפינג אד"ג.

איין חיסרון איז אז זיימאכן נאר פעיפער-בעקס, נישט קיין הארטע דעקלעך, אפשר זענען דא אנדערע קאמפאניס.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיווי סטראבערי »

יאפין האט געשריבן:Print on Demand איז פשוטו כמשמעו א פרינטינג קאמפאני, וואס פרינט נאר וויפיל איר דארפט.

איך האב געניצט http://www.lulu.com (אין ענגלאנד) פאר א ספר, און ס'איז ממש א מחי'.

זיי זענען זייער ביליג און האב דערצו גוטע פראמאשען'ס און קיופאנס, וואו פרי שיפינג אד"ג.

איין חיסרון איז אז זיימאכן נאר פעיפער-בעקס, נישט קיין הארטע דעקלעך, אפשר זענען דא אנדערע קאמפאניס.

פאר ווייכע דעקלעך קען מען דאך גיין צו עני קאפי סענטער און זיי מאכן דיר פון איינס ביז טויזנט, וואס איז די חידוש דא?
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

איך האב געזעהן אמאל אדווערטייזט אז "סטאַר פרינטינג" (ר' יעקב ברד"מ ווייס) נעמט אן צו פרינטן ספרים פון איינס ביז 1000, מיט א געהעריגע הארטע קאווער.
איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איימעניט »

דא האט איר א היימישע פרינטינג מיט וועם כ'האב געהאט ב"ה גאר גוטע עקספיריענס, הארטע דעקלעך ווייכע דעקלעך וכו' פון 1 ביז וויפיל איר ווילט
[דיסקלעימער: בכלל נישט קיין אדווערטייזמענט נאר פשוט די ענין וואס מ'רעדט דא - כ'האב נישט קיין שום נגיעה דערצו]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

גאר א באלערנדער שמועס (בשפת המדינה) איבער דער ענין פון דרוקן א נייע ספר, באזירט אויף סטאטיסטיקס און אינטערעסאנטע אינפארמאציע:

http://seforim.blogspot.com/2014/06/pub ... death.html
the collector
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך the collector »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:איך האב געזעהן אמאל אדווערטייזט אז "סטאַר פרינטינג" (ר' יעקב ברד"מ ווייס) נעמט אן צו פרינטן ספרים פון איינס ביז 1000, מיט א געהעריגע הארטע קאווער.

זיין נומער ביטע....
עריכה
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 12:21 pm

ש"ך על התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עריכה »

ווייסט איינער צו עס איז דא איינער וואס ארבעט יעצט אויף ש"ך עה"ת?
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

עריכה האט געשריבן:ווייסט איינער צו עס איז דא איינער וואס ארבעט יעצט אויף ש"ך עה"ת?

שוין דא א נייע עטליכע יאר
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

יענס איז סתם איבערגעקלאפט
ס'פעלט היפש מראי מקומות, מפתיחות
עריכה
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 12:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עריכה »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:יענס איז סתם איבערגעקלאפט
ס'פעלט היפש מראי מקומות, מפתיחות

הוא אשר דברנו, מ'רעד מער פון עפעס מער פון דעם
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

דאס בעסטע ביליגסטע עצה איז, קלאפ עס שיין אויס, און זיי עס אליין מסדר אויף פלעינע ווארד פייל, אויב מאכסטו פאראגראפן מראי מקומות מפתחות הרי זה משובח, און געב עס א שטעל אוועק אויף היברו בוקס און אוצר החכמה, יעדער איינער וואס דארף עס נאר, דו אלע 150 מענטשען, וועלען עס שוין טרעפן, דאונלאודען, און אליינס בינדען, אויב דארף זיי עס, וכך עשיתי לכמה ספרים שהעמיד שם הרב גאלדבערגער פון קאפי קארנער, ברם זכור אותו לטוב, אן א שיעור פארצייטישע ספרי דרוש וסתם ספרים האט ער מזכה געוועהן את הרבים, מיטן אוועקשטעלן אויף היברו בוקס.
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

וואס איז דאס OCR?

ס'קען מיר צוניץ קומען ווייל איך ארבייט יעצט אויף א ספר
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

סיפורי צדיקים האט געשריבן:וואס איז דאס OCR?

ס'קען מיר צוניץ קומען ווייל איך ארבייט יעצט אויף א ספר

OCR מיינט optical character recognition. דאס הייסט א פראגראם וואס קוקט אויף א בילד/סקען פון ווערטער און ליינט עס אפ און שרייבט עס איבער אין א געטייפטע פארמאט (אדער נוצט פשוט די געליינטע טעקסט פאר סערטש וכדו'.)

זע דער אשכול OCR וויאזוי איבער פירן א pdf צו word ווי אויך דער אשכול OCR אויף געדרוקטע ספרים.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
מוכר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוכר ספרים »

/
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

קנאפער ידען האט געשריבן:
סיפורי צדיקים האט געשריבן:וואס איז דאס OCR?

ס'קען מיר צוניץ קומען ווייל איך ארבייט יעצט אויף א ספר

OCR מיינט optical character recognition. דאס הייסט א פראגראם וואס קוקט אויף א בילד/סקען פון ווערטער און ליינט עס אפ און שרייבט עס איבער אין א געטייפטע פארמאט (אדער נוצט פשוט די געליינטע טעקסט פאר סערטש וכדו'.)

זע דער אשכול OCR וויאזוי איבער פירן א pdf צו word ווי אויך דער אשכול OCR אויף געדרוקטע ספרים.

ש'כח
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
חזקי ג
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 06, 2020 7:40 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי ג »

צושויער האט געשריבן:די תירוץ צו דיין ערשטע שאלה איז.
ס'איז כדאי פאר סאך ווייניגער ווי הונדערט פופציג אידן. און דו ווייסט קיינמאל נישט צי איינע פון די פאר הונדערט אידן וועט נישט אויסוואקסן א גדול הדור און זיינע ספרים וועט ווערן האוזהאלד ספרים, און אז ער וועט אראפברענגען פון דעם ספר, והכל תלוי במזל אפי' וכו', נקודה למחשבה, תן לחכם ויחכם עוד. אז מ'שפירט מ'קען טון דאן טוט מען אפילו פאר מיעוט הכמות [אבל רב באיכות] די ארבעט איז נישט לריק.
חשיבות מעסט זיך נישט אין ציפערן.
הצלחה רבה

גערעכט 100%.

און בנוסף צו דעם, לענ"ד וועט זיך פארקויפן אסאך מער פון 150 בענדער.
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”