ספרים וואס איר ווילט זעהן איבערגעדרוקט אדער באארבעט
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- שר האלף
- תגובות: 1084
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm
ויקהל משה
אדער יא האט געשריבן:אוהב ספרים האט געשריבן:אבל עדיין צריך תיקון ושיפור
ב"ה געטראפן ביי בית הספר, זייער שיינע דרוק
[די ספר איז א פירוש אויף א פירוש אויף 'מאמר אדם דאצילות' (מקדמון שאינו ידוע)]
אגב, פון הייליגן קאזניצער מגיד זי"ע איז דא ספר ח"ן כללים, וואס דער מגיד האט געשריבן כעין פירוש אויף 'ויקהל משה', על פי דרך החסידות ותורת הבעש"ט, לעצטנס איבערגעדריקט געווארן דורך הגאון הצ' המקובל ר' עמרם אופמן מו"ץ בעדה החרדית. אבער אין אמעריקא איז עס נישט בנמצא.
ר' עמרם אופמן האט אויך איבערגעדרוקט רוב ספרי המגיד אבער הצד השוה שבהם אז דא אין אמעריקא זעהט מען עס נישט פאר די אויגן.
איך קען נישט פארשטיין די פשט פון אזא זאך, די ספרי המגיד מקאזניץ איז נודע צו זיין פון די גרעסטע און שטערקסטע מקורות פאר תורת הבעש"ט ותלמידיו, און ס'איז שוין טאקע איבער געדרוקט אויף א שיינעם פארמאט, און ס'האט נאך א פירוש אויך, ועכ"ז זאל זיין אזוי שווער צו קענען צוקומען דערצי??.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
ידיעות שונות האט געשריבן:אדער יא האט געשריבן:אוהב ספרים האט געשריבן:אבל עדיין צריך תיקון ושיפור
ב"ה געטראפן ביי בית הספר, זייער שיינע דרוק
[די ספר איז א פירוש אויף א פירוש אויף 'מאמר אדם דאצילות' (מקדמון שאינו ידוע)]
אגב, פון הייליגן קאזניצער מגיד זי"ע איז דא ספר ח"ן כללים, וואס דער מגיד האט געשריבן כעין פירוש אויף 'ויקהל משה', על פי דרך החסידות ותורת הבעש"ט, לעצטנס איבערגעדריקט געווארן דורך הגאון הצ' המקובל ר' עמרם אופמן מו"ץ בעדה החרדית. אבער אין אמעריקא איז עס נישט בנמצא.
ר' עמרם אופמן האט אויך איבערגעדרוקט רוב ספרי המגיד אבער הצד השוה שבהם אז דא אין אמעריקא זעהט מען עס נישט פאר די אויגן.
איך קען נישט פארשטיין די פשט פון אזא זאך, די ספרי המגיד מקאזניץ איז נודע צו זיין פון די גרעסטע און שטערקסטע מקורות פאר תורת הבעש"ט ותלמידיו, און ס'איז שוין טאקע איבער געדרוקט אויף א שיינעם פארמאט, און ס'האט נאך א פירוש אויך, ועכ"ז זאל זיין אזוי שווער צו קענען צוקומען דערצי??.
לאו דוקא, כמה מספרי הרב אופמן קניתי בארה"ב
-
- שר האלף
- תגובות: 1084
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1084
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
דו דרשה איז נישט געדרוקט אין די הגדה פון פראג שי"ל ע"י ר' משה לנדא נכד המחבר?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

- שר מאה
- תגובות: 173
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2018 5:23 pm
- יוראפ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19433
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
- לאקאציע: על אדמת נכר
בין ישראל לעמים האט געשריבן:ספר מקרי דרדקי על התורה להרה"ק רבי הילל מקאלאמייע זצוק"ל
ab frid האט געשריבן:מערכת בית הילל בראשות הרה"ג ר' שמואל לוי וויינבערגער שליט"א, אב"ד וראה"כ קאלאמיא: געבן ארויס וועכענטליכע גליונות במשנתו פון רבי הילל קאלאמייער, ותולדותיו, באמצע עריכת ספה"ק מקרי דרדקי ועוד
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8684
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
צןם קעפל
ספר כסא שלמה
הערליכע ספר אויף אפאר מסכתות, געדענק איך ווען אונז האבן מיר געלערנט מס' כתובות אין ישיבה האב איך מיר מחי' געווען מיט די ספר אבער מיט א נייע דרוק וואלט עס געווען בא'טעמ'טער
ספר כסא שלמה
הערליכע ספר אויף אפאר מסכתות, געדענק איך ווען אונז האבן מיר געלערנט מס' כתובות אין ישיבה האב איך מיר מחי' געווען מיט די ספר אבער מיט א נייע דרוק וואלט עס געווען בא'טעמ'טער
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
פלאחותיך האט געשריבן:נא_שכל האט געשריבן:
דו דרשה איז נישט געדרוקט אין די הגדה פון פראג שי"ל ע"י ר' משה לנדא נכד המחבר?
איך ווייס נישט, אדרבה אויב איר האט עס, לאזט אונז וויסן ביטע
יאפ
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 7#p1215917
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
השגות הרמב''ן על ספר המצוות להרמב''ם.
הוא מאריך באריכות גדול וגם האותיות הם קטנות ומקוטעות.
היה מן הראוי שאחד יסדרם ויהיה רק דברי הרמב''ם והרמב''ן ולעשות סך הכל אחר כל נושא.
ספה''ק שער יששכר להרה''ק ממונקאטש כבר ספו תמו מן השוק

א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2748
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2366
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am
די ספר לקוטי חבר בן חיים פון הגאון ר' חזקיה פייוול פלויט זצ"ל מגדולי תלמידי החת"ס..
ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.. אבער ער האט אויפגעצויגן צוויי פון זיינע ניסעס ביי זיך אינדערהיים.. און אני הקטן בין אן אייניקל פון איינס פון די דאזיגע שטיף קינדער..
ער ווערט פאררעכנט פאר איינס פון די שטערקסטע מקורות מוסמכים איבערן הייליגן חת"ס תהלוכותיו ומנהגיו..
די ספר לקוטי חבר בן חיים באשטייט פון א ריזיגן סעט פון ספרים סאיז אן אוצר בלום, אבער סאיז קיינמאל נישט געהעריג באארבעט געווארן, סאיז ציווארפן און אומ'מסודר געדריקט אין א גאר אלטן דרוק.. ולא זו אף זו.. אז דער ספר איז ממש נישט בנמצא.. אפשר אחד בעיר ושניהם במשפחה.. אויב..
ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.. אבער ער האט אויפגעצויגן צוויי פון זיינע ניסעס ביי זיך אינדערהיים.. און אני הקטן בין אן אייניקל פון איינס פון די דאזיגע שטיף קינדער..
ער ווערט פאררעכנט פאר איינס פון די שטערקסטע מקורות מוסמכים איבערן הייליגן חת"ס תהלוכותיו ומנהגיו..
די ספר לקוטי חבר בן חיים באשטייט פון א ריזיגן סעט פון ספרים סאיז אן אוצר בלום, אבער סאיז קיינמאל נישט געהעריג באארבעט געווארן, סאיז ציווארפן און אומ'מסודר געדריקט אין א גאר אלטן דרוק.. ולא זו אף זו.. אז דער ספר איז ממש נישט בנמצא.. אפשר אחד בעיר ושניהם במשפחה.. אויב..
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2366
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am
בית היין האט געשריבן:איך מיין אז מ׳מעג איבערדריקן דער ״דרכי חיים״ פון רפאל צימענבוים ע״ה
אזוי אויכט דער ״צאנזער צדיק״ פון יהושע ראקער מעג וועגן איבערגעדרוקט ס׳שוין זעהר לאנג נישטא און די געשעפטן
איך האב געליינט די בוך דער צאנזער צדיק.. לענ"ד איז בעסער אז מען זאל עס גונז זיין.. דער מחבר שרייבט בתוך הדברים אז ער איז א מחלל שבת.. און בכלל שרייבט ער דברי בוז אויף די הייליגער רוזשינער גזע.. בקיצור סאיז נישט גוט דארט.. ווען מהאט אמאל גערעדט קעגן ליינען בוכער מיינט מען דאס..
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2366
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
שיעלע בהמה האט געשריבן:בית היין האט געשריבן:איך מיין אז מ׳מעג איבערדריקן דער ״דרכי חיים״ פון רפאל צימענבוים ע״ה
אזוי אויכט דער ״צאנזער צדיק״ פון יהושע ראקער מעג וועגן איבערגעדרוקט ס׳שוין זעהר לאנג נישטא און די געשעפטן
איך האב געליינט די בוך דער צאנזער צדיק.. לענ"ד איז בעסער אז מען זאל עס גונז זיין.. דער מחבר שרייבט בתוך הדברים אז ער איז א מחלל שבת.. און בכלל שרייבט ער דברי בוז אויף די הייליגער רוזשינער גזע.. בקיצור סאיז נישט גוט דארט.. ווען מהאט אמאל גערעדט קעגן ליינען בוכער מיינט מען דאס..
דרכי חיים שוין איבערגעדריקט כמה פעמים
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2814
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
ספר בעולמו של עולם, פון ר' פנחס מילער.
אסאך אינטערעסאנטע און היסטארישע קאפיטלען, געמישט מיט היפש אביסל הומאר.
מ'וואלט עס געמעגט איבערדרוקן אויף א שיינע פארמאט מיט קלארע אותיות, און צולייגן אביסל הערות און הבהרות, איבער די אוטענטישקייט פון געוויסע פרטים.
איינער ווייסט צו מ'האט עס שוין אמאל איבערגעדרוקט לעצטנס אויף א היינטיגע פארמאט?

סוף מעשה במחשבה תחילה.
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2814
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
חושב מחשבות... האט געשריבן:די ספרים און קונטרסים פון די ריזיגע סעט 'ספרים הקדושים' האט פארשידענע גאר רייכע חיבורים וואס אידן וואלטן זיך געקענט באלעקן די פינגער.
וויאזוי ארבעט עס מיט זיי, זיי האבן רעזערווירט די רעכטן, אדער ס'קען קומען ווער ס'וויל און איבערדרוקן מה שלבו חפץ?
ער האט דאך גענומען ספרים רעכטס און לינקס, ער האט נישט געבעטן פון קיינעם.
ודאי איז נישט קיין שאלה (ס'דא עטליכע ספרים וואס זענען שוין איבערגעדרוקט געווארן).
שיעלע בהמה האט געשריבן:בית היין האט געשריבן:איך מיין אז מ׳מעג איבערדריקן דער ״דרכי חיים״ פון רפאל צימענבוים ע״ה
אזוי אויכט דער ״צאנזער צדיק״ פון יהושע ראקער מעג וועגן איבערגעדרוקט ס׳שוין זעהר לאנג נישטא און די געשעפטן
איך האב געליינט די בוך דער צאנזער צדיק.. לענ"ד איז בעסער אז מען זאל עס גונז זיין.. דער מחבר שרייבט בתוך הדברים אז ער איז א מחלל שבת.. און בכלל שרייבט ער דברי בוז אויף די הייליגער רוזשינער גזע.. בקיצור סאיז נישט גוט דארט.. ווען מהאט אמאל גערעדט קעגן ליינען בוכער מיינט מען דאס..
וואו שרייבט ער אז ערז א מחלל שבת ? (סיידן אויב דו מיינסט דער חלק וואו ער שרייבט אז ער׳ט זיך פארלאזט אויפן היתר מכירה וואס דער צאנזער רב האט מתיר געווען)
און ניין ווען די צדיקים האבן געשריגן קעגן ליינען ביכער האבן זיי נישט געמיינט א תולדות ביך פון א צדיק וואס א יידישיסט האט געשריבן....
דביה תחדי נפשא