על ספרי 'דברי יואל' עה"ת ומועדים
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- יגרסהדותא
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3687
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
- לאקאציע: קאר וואש
על ספרי 'דברי יואל' עה"ת ומועדים
ס'איז שווער צו רעדן, נאך שווערער צו שווייגן.
איך רעד פונעם ספר "דברי יואל לחנוכה".
היינט צו טאג ווייסט קינד און קייט אז ס'האט צוויי ליכטיגע בענדער פון חידושים נפלאים, גג על גג, מתוק לחיך, תורת וחידושים פון רבינו הקדוש רבינו יואל זצ"ל אדמו"ר מ'סאטמאר זצ"ל. (ווער ס'ווייסט נישט, איז נישט א קינד און נישט א קייט!...)
לאמיר צוריקגיין א צען יאר צוריק, אום שנת תשנ"ח לפ"ק, איז ארויסגעקומען דאס ערשטע באנד דברי יואל לחנוכה, ניטאמאל האט עס געהייסן "חלק א'" אזוי געדענק איך, ס'איז געווען א שטיקל חסרון דארט, אז אלע אותיות זענען געווען אביסעלע קליין, און חנוכה ווען ס'איז אסור לשתמש לאורו, האט מען שווער געקענט דערין אריינקוקן, אייגענטליך ס'האט גארנישט צו טון מיט דעם, אקעי לאמיר קודם ענדיגן מיין ווייטאג.
א יאר שפעטער, אום תשנ"ט, האט מען איבערגעדריקט דעם דברי יואל לחנוכה, מיט א גרעסערער סייז אות, אזוי ווי ס'איז היינט צו טאג, (אויך אן אומבאלומפערטער פאטנט, אבער כאטש גרויס), און מיט דעם האב איך געמיינט אז די זאך איז געשלאסן.
ס'איז דורכגעלאפן א יאר נאך א יאר (האט גארנישט מיט יונתן שווארץ'ס ניגון, ס'איז פלעין אזוי געווען, מעשה שהיה כך היה), איז ארויסגעקומען א "ריזן הערליכן ליקוט ספר", דאס איז דער "פתחי שערים", א ליקוט פון (כמעט) אלע ספרי רבינו יואל, דברי יואל, די שווארצע בענדער פון תשכ"ב, די תשט"ז און תשי"ז בענדער, א קיצור פון אלעם האבן זיי געמאכט א מוראדיגן ארבעט, מוראדיג, איך זיץ גאנצערטע שעה'ן אויף דעם ספר און איך ווער נישט זאט, ארויסגעגעבן מעשה ידיו פון צוויי יונגעלייט, זאל זיי דער אייבערשטער באצאלן פאר זייערע מעשים טובים.
יוי דא וויין איך, איך האב דא א בקשה צו הר"ר מאיר שפיץ דער מו"ל פון דברי יואל לחנוכה, און הר"ר מרדכי אהרן זאבעל פון קרית יואל דער מו"ל פון "פתחי שערים".
פליז, אל נא אחי תרעו, קומטס ענק דורך ווייל ס'איז נישט איבערצוטראגן.
וואס איז?
דא אין דעם פתחי שערים אויף די חנוכה ענינים, שטייט אלע מראה מקומות לויט דעם דרוק פון דברי יואל חנוכה "תשנ"ח", וואס מ'קען היינט נישט באקומען, איך אין יעדער נארמאלער מענטש, האב אינדערהיים דעם נייעם דרוק פון תשנ"ט ואילך, ברעך איך מיך קאפ ביי "יעדע מראה מקום" ווי איז דאס היינט? וועלכע דף ברויך איך דאס צו זיכן.
נישט פארדעם האט מען געמאכט חנוכה אכט טעג ווייל מ'זאל האבן צייט צו זיכן די אלע מראה מקומות!! אה נא!!
און לאמיר אייך פארציילן וויאזוי די ווייטאג איז נאך גרעסער. זייט'ס מיר נישט חושד, איך האב געקויפט דעם דברי יואל דפוס תשנ"ח, און עס אנגעסקריבעלט מיט היבשע פאר הגהות, און ר' מאיר האט מיר געבעטן יענטץ באנד וואס איך האב אים נאך חנוכה בתשואות חן געגעבן, ובשכר זה האט ער מיר געגעבן דעם תשנ"ט באנד.
היינט ברעך איך זיך דא קאפ, און ניטאמאל האב איך ווי אויסצוגעבן מיין ווייטאג, ווייל ס'פארמאגט נעמען פון יחידים.
יוי וואס טוט מען??

-
- שר האלפיים
- תגובות: 2554
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
- אנדי פעטיט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7175
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
- לאקאציע: אין די גלייזן
איך מיין דאכטצעך אז דאס איז די ערשטע אשכל וואס איך קלאפ אן אין זייט איך בין אריין אין די טויערען פון די קרעטשמע, וואס איך פיל מיך ממש ווי א נער.
איך האב נישט די מינדעסטע אהנונג וואס דא רעדט זיך וועגען. איך ווייס נישט אויב יגר איז ערענסט אדער ער מאכט א דזאוק. איך ווייס נישט אויב איך דארף לאכען אדער וויינען.
איך ווייס נישט אויב דער שמועס/תלונה/דזאוק האט עפעס צו טון מיט די יום הצלה והשחרור לתקופת השנה מרבה חיים אדער נישט.
איך האב קיינמאל נישט געהערט פון ר' מאיר שפיץ אדער ר' אהרן זאבעל.
איך האב נישט געוואוסט אז די דברי יואל האט נאך געזאגט תורות אין די יארען פון נ"ח און נ"ט.
סאו איך מיין דעט איי בעטער געט אוט אוו הער פאר די עולם כאפט אז איך ליין דער תגובה ווי א האן אין די בני אדם און איך פול מיך דא ווי א יון אין די סכה..

הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
דא איז דאך דער מקום פאר אזא גאלדענע אשכול, דבר בעתו 'יו-טוב' כ'מיין מה טוב, עס וואלט כדאי געווען צו פארברייטערען דעם שמועס צו אלע ספרי דבי רב פון מרן רביה"ק מסאטמאר זצ"ל.
דער דברי יואל אויף חנוכה איז באמת פון די טייערסטע פון די סעריע, די תורות וחידושים וואס דער רבי זי"ע האט געזאגט ביומי דחנוכה איז מתוק מדבש גג-על-גג ערבים לשמועיהם ומתוקים לקוראיהם, איך האב שוין כמעט אזא מנהג אז אין די האלבע שעה נאכן צינדען קוק איך אריין אינעם דברי יואל (כ'ווייס נישט וועלכע דפוס, איך האב א סעט דברי יואל מועדים געשאפן בשנת תש"ס וועלכע אנטהאלט אויך דעם באנד אויף חנוכה, ווארשיינליך איז עס די שפעטערע ווערסיע).
לעומת זה דער 'פתחו שערים' איז אויך א געוואלדיגע אויפטוה במשנתו של רבינו, פאר די אידן וואס זוכען ענינים דורך נושאים וערכים, הגם איך כשלעצמי ביך איך נישט פון די מפתחות קוקער אבער איך ווייס אז עס איז פארהאן א גרויסע פארלאנג דערויף און די אידן האבן דערמיט ממלא געווען די חלל.
למעשה, נאך די ערשיינונג פונעם פתחו שערים הנ"ל איז שוין ארויסגעקומען דורך די מפיצי תורת רבינו נאך עטליכע בענדער אין די סעריע פון ספרי רבינו, הויפטזעכליך די צוויי בענדער דברי יואל על סדר דברים, איז צום האפן אז די עוסקים במלאכת הקודש וועלן ארויסגעבן א נייע מהדורה פונעם פתחו שערים אין אינאיינוועגס אריינשטעלן די מראי מקומות לחנוכה לויט די נייע ווערסיע, ויגר על מקומו יבא בשלום.

- שר האלף
- תגובות: 1791
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
- לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..
איך בין אריינגעפאלן אין דעם אשכול, און איך שטיי געלעמט! עס איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלן צו שרייבן וועגן דעם דברי יואל לחנוכה כרך ב'??.
נחמן נתן;
עס איז שוין דא היינט א ספר טיב לבב מיט תורות אויף פורים.

זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

די "ספר" טיב לבב וואס דו רעדסט איז אן אומ-אויסגעארבייטער קונטרס'ל (מעגליך איז עס שפעטער פריש געדרוקט געווארן מיט א הארטן דעקל), מער ווייניגער איז עס תורות אויף אידיש כלש"ק פון רבי'ן זצ"ל.
אויב שוין יא, קען מען טרעפן שיינע געדאנקען אויף אסאך עניני פורים וכדו', תחת פונדק אחד, אין ספר אגדות מהרי"ט עמ"ס מגילה.

- ראמני 08
- שר האלף
- תגובות: 1912
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
- לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
- פארבינד זיך:
א טענצל! האט געשריבן:די "ספר" טיב לבב וואס דו רעדסט איז אן אומ-אויסגעארבייטער קונטרס'ל (מעגליך איז עס שפעטער פריש געדרוקט געווארן מיט א הארטן דעקל), מער ווייניגער איז עס תורות אויף אידיש כלש"ק פון רבי'ן זצ"ל.
אויב שוין יא, קען מען טרעפן שיינע געדאנקען אויף אסאך עניני פורים וכדו', תחת פונדק אחד, אין ספר אגדות מהרי"ט עמ"ס מגילה.
טענצל מאכסט א מיסטעיק סאיז דא טיב לבב גהעריג אויף בראשית שמות און במדבר וכו סאיז נישט קיין קונטרס אין סאיז נישט אויף יודיש ארויסגעקמען דורך ר' שלמה יעקב געלבמאן
יא מפתח נישט מפתח, למעשה איז דא צוויי כרכים פיך מיטל הערליכע דברי דרוש פלפול ואגדה על חנוכה, וואטס מקען זיך באלענקען מיט יעדער פין זיי, אוי שפרינג איך אונטער פין א הערליכע ביאור.
ווען מ'הערט דאס אויף די טעיפס, דערקענט מען אויף די שטימע פונם רבי'ן ז"ל, ווי ער אליינס שפרינגט אויף פין דער רעיון וואס ער האט יעצט געזאגט.
פין משפחת התמרים אויף חנוכה, בכרך לפני עצמו:
א) דברי יואל כרך א'
ב) דברי יואל כרך ב'
ג) ברך משה
ד) שערי אורה
ה)אורות חיים

לעצט פארראכטן דורך ישלהוסיף אום זונטאג דעצעמבער 25, 2011 11:51 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דאס ספר "מאורות חיים".
איז פון הגה"צ רבי חיים צבי מייזליש שליט"א ר"י סאטמאר בני ברק
א ספר פין הערליכע פלפולים ודרושים לחנוכה כדרך אבותיו רבותיה"ק עצי התמרים זי"ע

לעצט פארראכטן דורך ישלהוסיף אום דינסטאג דעצעמבער 20, 2011 3:47 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.