חמרא טבא האט געשריבן:והוא פלאי האט געשריבן:גרינע מיטוואך האט געשריבן:לכ כותבי הקרעטשמע!
װאָס האַקט איר צאַם פּעך און שװעבל אױפן גרױסן ליטעראַט ר´ יהושע ראַקער
ר´ יהושע איז געװען אַ זײַדענעם ייד מיט אַלע מפרשים, אליינס געווען בײַם סאַנזער צדיק און אַ זון פון החסיד ר´ פישל גאָרליצער
טראָץ זײַן פרי אנקומען צום טרייפענעם אַמעריקא האָט ער זיך געהאַלטן אײַזן פעסט מיט זײַן יידישקײַט און אַרױסגעגבן אַ שיינעם חיבור על התורה (דאַכציך דברי חכמים)
אין דעם בוך וועט איר נישט טרעפן קײַן שום ליצנות נבול פה וכדו´ ( חוץ װי ער לאַכט אינטער די וואָנצן בנוגכע די שינעווער און די היתר מכירה. כחסיד צאנז וכנ"ל)
ס´פֿאַראַן װייניג אַזונע גוטע שריפטשטעלערס בימים ההם, אָנגעפּיקעוועט מיט תורה און חסידות און געפּיצטע שטיוול
רב מיטוואך, אתה מדבר מה שאתה מסיק מתוך חיבוריו, או אתה מדבר ממה ששמעת מיהודים שהכירהו.
יהודים שהכירהו קראו אותו עם ק' במקום ר'.
אגב הידעת הפשט בהמלות גרינע מיטוואך?
שמעתי מכלי ראשון בשם מהר''ש מבאבוב זי''ע אז אינדערהיים האט מען עם אזוי גערופן אבער זיין ביך איז קראנט
ס׳איז מיך זייער אינטרעסאנט געוועהן צו ליינען זיין גירסא אין די מעשה
וויאזוי די ישמח משה איז נתקרב געווארן צום חוזה און צו חסידות,
קיינמאל נישט געהערט אזא גירסא, ס׳הערט זיך עפעס נישט גוט.
בכלל קוקט ער אויס, פון זיין שפראך, צו זיין א עכטע פראסטע גראביאן,
די וועג וויאזוי ער שרייבט אויף אזעלכע צדיקים ווי ר׳ ברוכ׳ל מעזשביזשער,
ר׳ דוד׳ל טאלנער, די ייטב לב, ר׳ אהרל׳ע טשערנאבלער און נאך.
בקיצור וואס ער שרייבט, שרייבט ער מיט די בליק פון א צייטונג שרייבער,
ס׳איז מיר א שטארקע חידוש אז ר׳ שלמה׳לע האט אנגענומען זיין בוך ממש קראנט.