אינפארמאציע איבער ר' שמחה פיעטרושקא
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- שר מאה
- תגובות: 143
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 2:15 pm
אינפארמאציע איבער ר' שמחה פיעטרושקא
א גוטן, איך זוך אינפארמאציע איבער שמחה פיעטרושקא, וועלכער האט געשריבן א פירוש אויף גאנץ ששה סדרי משנה אויף אידיש.
איך האב שוין געזוכט א שיין ביסל אויפן ברייטן געוועב און נישט געטראפן כמעט גארנישט, און דא אויפן וועלטל אויך נישט.
איך וויל וויסן דעם אמת ארום דעם מענטש, שוין יארן וואס איך הער אז מען לערנט עס נישט ביי ערליכע אידן, אבער קיינמאל נישט געהערט געהעריג פארוואס.
איך האב אויך געהערט שמועות אז דער גאנצער קהתי משניות איז פשוט איבערגעשריבן פון פיעטרושקא. אין די פאר קליינטשיקע פרטים וואס איך האב יא געפינען ערגעץ געשריבן וועגן אים שטייט טאקע דעי פרט.
איך האב ממש לעצטענס געהערט א מעשה פון א חשוב'ן איד, וואס ער דערציילט מיר אז ער האט אליינס געהערט פן ר' יצחק תהלים פון מאנסי, אז ביי זיין טאטן אין שטוב איז אמאל אנגעקומען עטליכע קעסטלעך ספרים, און יענע נאכט איז הרה"ק ר' יוחנן מ'סטאלין געקומען אין חלום צו זיין טאטן און אים געזאגט אז ער האט נישט קיין מנוחה דארט אויבן אין הימל צוליב דעם וואס ביי אים געפונט זיך א פיעטרושקא משניות.
זיין טאטע האט אפילו נישט געוויסט וואס דאס איז. ער האט זיך גענומען זוכן צוזאמען מיט זיין טאטן, ביז זיי האבן געפונען דעם סעט משניות אין איינעם פון די קעסטלעך. מען האט עס ארויסגעלייגט און נאכדעם איז זיין טאטע ווייטער געשלאפן רואיג.
האב איך געוואלט פרעגן וואס איז געווען די מעשה מיט דעם מענטש?

- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
נישט נאר קהתי האט גענומען פון דארט (עכ"פ מיוסד ע"ז), נאר די אידישע כפתור ופרח משניות איז ממש א העתקה, נאר מיט א היינטיגע אידיש. צא ובדוק!
ר' שמחה איז געווען א עילוי, מ'זאגט ער פלעגט לערנען בחברותא מיט הג"ר מנחם זעמבא זצ"ל. אבער שפטער אלס בחור איז ער נמשך געווארן צו השכלה, און מיט זיין גרויסן מוח האט ער אלעס געלערנט און געקענט, און אויסער דעם איז ער געווען א מייסטער שרייבער.
אז דו ווילסט וויסן פארוואס די היימישע אידן האבן נישט געהאלטן פון זיין פירוש, קוק אביסל אין זיינע אנדערע ביכער, למשל זיין "אידישע אנציקלופדיא". אידשע אנציקלופיא - ווארשא

- אטעטשמענטס
-
- שמחה פיטרושקא.jpg (44.59 KiB) געזען 3255 מאל
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
-
- שר מאה
- תגובות: 143
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 2:15 pm
יישר כח אייך ביידן, אבער איך האף אז איך גיי נישט דארפן דורכקוקן דעם גאנצן בוך, עס איז הונדערטער בלעטער לאנג.
איז מעגליך בקצרה ארויסברענגען דעם פראבלעם?
דער אמת איז אז דער בילד אליינס רעדט שוין אסאך, אבער איז מעגליך גיין אביסל טיפער?
און איז דער בילד טאקע פון אים? אויף דעם בילד זעהט ער נישט אויס פרום בכלל (הגם דאס איז נישט קיין ראי'). צו וואס האט ער בכלל געהאט אן אינטערעסע אין ארויסגעבן א פירוש אויף משניות?

- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
בנוגע די קהתי-פיעטרושקא קאליזשען, טענה'ען די חברה דא אז ס'הייבט זיך נישט אן
משה הירש האט געשריבן:אויב ווי אוצר החכמה ערקלערט אז קהתי איז נישט איבערזעצונג פון פעטרושקא פארוואס איז דא א התנגדות צו קהתי
ער איז טאקע נישט געגאנגען אזוי ווייט ווי פיעטרושקא, דאך איז געווען א מאדערנער און אין זיין פירוש טרעפן זיך פארשידענע אומגלאטע שטיקלעך
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?f=7&t=42850
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
משה הירש האט געשריבן:אויב ווי אוצר החכמה ערקלערט אז קהתי איז נישט איבערזעצונג פון פעטרושקא פארוואס איז דא א התנגדות צו קהתי
ווייל ער איז געווען א מזרחי'סט, און די פירוש האט ער געשריבן טעגליך פאר א מזרחיסטישע צייטונג.
די התנגדות צו זיין פירוש איז געווען מער פון די היימישע ליטווישע קרייזן ווי פון די קנאישע סאטמערע וכדומה וואס זענען ממילא ווייט פון אזעלכע מחברים.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2194
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm
חוח בין השושנים האט געשריבן:א פאניוועזשער תלמיד האט מיר אמאל פארציילט, אז הרב שך האט געזען אין ישיבה ווי א בחור לערנט אין א קהתי משניות, האט ער אים געזאגט: "אין א קהתי משניות?!"
דער פארציילער זאגט מיר אז ער האט דאס צוגעזען, און פון דעמאלץ קען ער נישט עפענען א קהתי משניות.
המערכה הוא דוקא מהקנאים משום דעות כוזבות [מזרחי כהלכתו]. הגרא"ם התנגד לכל פירוש בכלל כידוע ואפי' התמרמר על משניות מנוקד... אבל בעצם הפירוש יש לו מקורות ואין בו סילופים ~משא"כ שטיינזאלץ וכדו'.
-
- שר חמישים
- תגובות: 82
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 12:29 pm
-
- שר מאה
- תגובות: 143
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 2:15 pm
ליבי ובשרי האט געשריבן:חוח בין השושנים האט געשריבן:א פאניוועזשער תלמיד האט מיר אמאל פארציילט, אז הרב שך האט געזען אין ישיבה ווי א בחור לערנט אין א קהתי משניות, האט ער אים געזאגט: "אין א קהתי משניות?!"
דער פארציילער זאגט מיר אז ער האט דאס צוגעזען, און פון דעמאלץ קען ער נישט עפענען א קהתי משניות.
המערכה הוא דוקא מהקנאים משום דעות כוזבות [מזרחי כהלכתו]. הגרא"ם התנגד לכל פירוש בכלל כידוע ואפי' התמרמר על משניות מנוקד... אבל בעצם הפירוש יש לו מקורות ואין בו סילופים ~משא"כ שטיינזאלץ וכדו'.
עס איז דא א בריוו ווי איינער פרעגט אן ר' חיים קאניעווסקי, האם מותר ללמוד במשניות קהתי? און ר"ח ענטפערט אים כדרכו מיט איין ווארט, "חלילה".
אבער מיין נושא דא איז נישט קהתי נאר פיעטרושקא. דערווייל בין איך נאך מיט קיין סך נישט ארויסגעקראכן פון דא.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35246
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
הקדמתו במשניות
פאלגענד א ציטאט פון זיין הקדמה אין משניות קדשים וטהרות, וואו מען זעהט זיין שטעלונג איבער ציונות.
נישט קיין וואונדער אז ערליכע אידן האבן סולד געווען פון אזא מחבר נאכן זעהן אזאנע מזרחי'סטישע שיטות, סתם אזוי וואלט מען נאך געקענט טראכטן אז ער האט דאס געשריבן בעת שיכרות, ממש באותו היום און מען קען אים דערויף נישט דן זיין, אבער דאס איז שוין געקומען נאכדעם וואס ער פלעגט אליין פירן א פראפגאנדע נאך בשנות תר"פ עולה צו זיין צו אר"י. [מען קען דאס אויך זעהן אין די שפעטערדיגע דריקן פון זיין משניות ביי די דברי הערכה אויף אים]
בנוגע די היימישע כפתור ופרח משניות, קען איך אליין מעיד זיין, איך האב געקוקט אסאך בענדער פון די כפתור משניות אינאיינעם מיט די פיעטרישקא, און וויפיל איך האב געזעהן איז דאס ממש איבערגעזעצט ווארט ביי ווארט בלי גוזמא, פארשטייט זיך געטוישט מיט די אידיש וואס מען איז היינט געוואוינט צו רעדן,
עס קען זיין אז נישט אלע בענדער זענען אזוי.

- שמחה פיעטרישקא בהקדמה לסדר קדשים.png (79.62 KiB) געזען 2586 מאל
-
- שמחה פיעטרושקא בהקדמה למשניות טהרות.png (30.14 KiB) געזען 2586 מאל
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3152
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm
עס פעלט אויס א ליסטע פון גאונים וצדיקים, מחברים און מו"ל וועלכע זענען היינט אנגענומען איבעראל ווי אויך זייערע ספרים, וועלכע האבן 'געהאלטן' ענליך?
נאר וואס דען? קודם כל לאמיר האבן עפעס קראנטע מקורות פון גאונים ורבנים וואס האבן געזאגט בכל התוקף אז מען טאר נישט דערין לערנען. אוודאי איז זייער מסתבר אז פילע האבן געקרומט מיט די נאז אז א באלעבאטישער איד, א עסקן און א צייטונגס שרייבער, פאר א נויט נאך א פראפאגאנדיסט פאר ציונות גיט א שאקל ארויס א חיבור אויף ששה סדרי משנה (אפילו דער חיי אדם האט אויך נישט יעדער געגליכן ווייל ער איז געווען א סוחר, אויסער דער חלק פון חסידים ומתנגדים). ער איז נישט דער געווענליכער טיפ מחבר ספרים.
עס איז גרינג זיך פארצושטעלן אזאלכע מקומות וועלכע האבן זיך געפירט מטיל דופי צו זיין אין יעדן מחבר וואס איז נישט געווען הונדערט פראצענט לרוחם, מקומות וואו מען האט נישט אריין געקוקט אין פלא יועץ און נישט געלערנט קיין רש"ש, אז פיעטרושקא משניות איז דארט נישט געווען קיין עובר לסוחר.
די שאלה וואס מען דארף וויסן איז ווי ברייט פארשפרייט איז געווען דער 'נישט לערנען פיעטרושקא' און וואס האבן גדולי ישראל געזאגט דערויף. און מער נוגע למעשה, איז ער געווען א נישט ערליכער (איינער האט געשריבן אויבן השכלה - דאס איז זייער א ברייטע ווארט וואס מען קען נוצן אויף יעדן און אלעמען) עד כדי כך אז ס'זאל זיין א פראבלעם צו לערנען פון זיין ספר?
פארשטייט זיך אז די וואס לערנען נישט קיין ספרים פון אגודיסטן זענען פטור פון די שאלה. ס'איז שוין אויס גע'פסק'נט לאיסור.

- ישוב הדעת
- שר האלפיים
- תגובות: 2817
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
- לאקאציע: רעקליינער
למעשה דאס קהתי משניות איז אנגענומען ביי כלל ישראל גאר שטארק.
איך האב נישט לאנג צוריק געלערענט די באקאנטע פרק כוורת, איך האב פראבירט מיט סייעתא דשמייא אויב איך געדענק גוט נעמט ער דעם רמב״ם׳ס מהלך אבער עס איז נישט געגאנגען, א שיינע פאר זאכן זענען געבליבן שווער, האב איך געפענט א קהתי און באם, ער גייט די גאנצע פרק מיט אן אנדערע מהלך געבויעט אויף איינע פון די אחרונים, און עס איז געווארן ממש לעכטיג...
בקיצור, עס איז א יסודות׳דיגע שאלה צו ווען איינער האט אנדערע דיעות בעניני ציונות צו ער ווערט טרייף, מען רעדט דא פון א איד א בעל הבית וואס האט זיך מייגע געווען מיט אלע כוחות צו מברר זיין שווערע משניות עס זאל זיין קלאר פון אלע זייטן.. אין די אונגארישע פלעצער איז א מענטש מיט אנדערע דיעות געווארן פסול אינגאנצן עד כדי כך אז מען זאל שוין נישט מעגן לערנען פון אים, אין אנדערע פלעצער לדוגמא אין פוילין האט מען קיינמאל געהערט אזא שפראך.. איז יעדער דארף זיך פירן לויט זיינע רבי׳ס.

לעצט פארראכטן דורך ישוב הדעת אום מיטוואך יאנואר 01, 2020 12:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
ישוב הדעת האט געשריבן:למעשה דאס קהתי משניות איז אנגענומען ביי כלל ישראל גאר שטארק.
איך האב נישט לאנג צוריק געלערענט די באקאנטע פרק כוורת, איך האב פראבירט מיט סייעתא דשמייא אויב איך געדענק גוט נעמט ער דעם רמב״ם׳ס מהלך אבער עס איז נישט געגאנגען, א שיינע פאר זאכן זענען געבליבן שווער, האב איך געפענט א קהתי און באם, ער גייט די גאנצע פרק מיט אן אנדערע מהלך געבויעט אויף איינע פון די אחרונים, און עס איז געווארן ממש לעכטיג...
בקיצור, עס איז א יסודות׳דיגע שאלה צו ווען איינער האט אנדערע דיעות בעניני ציונות צו ער ווערט טרייף, מען רעדט דא פון א איד א בעל הבית וואס האט זיך מייגע געווען מיט אלע כוחות צו מברר זיין שווערע משניות עס זאל זיין קלאר פון אלע זייטן.. אין די אונגארישע פלעצער איז א מענטש מיט אנדערע דיעות געווארן פסול אינגאנצן עד כדי כך אז מען זאל שוין נישט מעגן לערנען פון אים, אין אנדערע פלעצער לדוגמא אין [?] האט מען קיינמאל געהערט אזא שפראך.. איז יעדער דארף זיך פירן לויט זיינע רבי׳ס.
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
ישוב הדעת האט געשריבן:למעשה דאס קהתי משניות איז אנגענומען ביי כלל ישראל גאר שטארק.
איך האב נישט לאנג צוריק געלערענט די באקאנטע פרק כוורת, איך האב פראבירט מיט סייעתא דשמייא אויב איך געדענק גוט נעמט ער דעם רמב״ם׳ס מהלך אבער עס איז נישט געגאנגען, א שיינע פאר זאכן זענען געבליבן שווער, האב איך געפענט א קהתי און באם, ער גייט די גאנצע פרק מיט אן אנדערע מהלך געבויעט אויף איינע פון די אחרונים, און עס איז געווארן ממש לעכטיג...
בקיצור, עס איז א יסודות׳דיגע שאלה צו ווען איינער האט אנדערע דיעות בעניני ציונות צו ער ווערט טרייף, מען רעדט דא פון א איד א בעל הבית וואס האט זיך מייגע געווען מיט אלע כוחות צו מברר זיין שווערע משניות עס זאל זיין קלאר פון אלע זייטן.. אין די אונגארישע פלעצער איז א מענטש מיט אנדערע דיעות געווארן פסול אינגאנצן עד כדי כך אז מען זאל שוין נישט מעגן לערנען פון אים, אין אנדערע פלעצער לדוגמא אין פוילין האט מען קיינמאל געהערט אזא שפראך.. איז יעדער דארף זיך פירן לויט זיינע רבי׳ס.
יאך האב אויך געלערנט לעצטנס פרק כוורת, כ'האב אריינגעקוקט אין אלע פירושים, איר ווייסט ווער עס איז די קלארסטע? דער ר"ש!
די קומענדיגע מאל נעם ארויס א געהעריגע ש"ס און קוק אריין אינעם ר"ש, בפרט די איבערגעמאכטע פון עוז והדר.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2281
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm
בקיצור, לויט ווי איך פארשטיי דא איז פעטרישקע ארגער ווי קהתי. ריכטיג? ווייל איך ווייס פון א גדול בישראל פון די קנאי'שע קרייזן וואס קוקט צומאל אריין אין קהתי משניות, איז ער טאקע געווען בעסער ווי פעטרישקע?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19773
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re:
שמואל בארג האט געשריבן:ישוב הדעת האט געשריבן:למעשה דאס קהתי משניות איז אנגענומען ביי כלל ישראל גאר שטארק.
איך האב נישט לאנג צוריק געלערענט די באקאנטע פרק כוורת, איך האב פראבירט מיט סייעתא דשמייא אויב איך געדענק גוט נעמט ער דעם רמב״ם׳ס מהלך אבער עס איז נישט געגאנגען, א שיינע פאר זאכן זענען געבליבן שווער, האב איך געפענט א קהתי און באם, ער גייט די גאנצע פרק מיט אן אנדערע מהלך געבויעט אויף איינע פון די אחרונים, און עס איז געווארן ממש לעכטיג...
בקיצור, עס איז א יסודות׳דיגע שאלה צו ווען איינער האט אנדערע דיעות בעניני ציונות צו ער ווערט טרייף, מען רעדט דא פון א איד א בעל הבית וואס האט זיך מייגע געווען מיט אלע כוחות צו מברר זיין שווערע משניות עס זאל זיין קלאר פון אלע זייטן.. אין די אונגארישע פלעצער איז א מענטש מיט אנדערע דיעות געווארן פסול אינגאנצן עד כדי כך אז מען זאל שוין נישט מעגן לערנען פון אים, אין אנדערע פלעצער לדוגמא אין פוילין האט מען קיינמאל געהערט אזא שפראך.. איז יעדער דארף זיך פירן לויט זיינע רבי׳ס.
יאך האב אויך געלערנט לעצטנס פרק כוורת, כ'האב אריינגעקוקט אין אלע פירושים, איר ווייסט ווער עס איז די קלארסטע? דער ר"ש!
די קומענדיגע מאל נעם ארויס א געהעריגע ש"ס און קוק אריין אינעם ר"ש, בפרט די איבערגעמאכטע פון עוז והדר.
האט איר פראבירט אליהו רבא פונעם גר"א? לדעתי איז נישטא זיינס גלייכן אויף כוורת.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
Re:
Programming האט געשריבן:עס פעלט אויס א ליסטע פון גאונים וצדיקים, מחברים און מו"ל וועלכע זענען היינט אנגענומען איבעראל ווי אויך זייערע ספרים, וועלכע האבן 'געהאלטן' ענליך?
נאר וואס דען? קודם כל לאמיר האבן עפעס קראנטע מקורות פון גאונים ורבנים וואס האבן געזאגט בכל התוקף אז מען טאר נישט דערין לערנען. אוודאי איז זייער מסתבר אז פילע האבן געקרומט מיט די נאז אז א באלעבאטישער איד, א עסקן און א צייטונגס שרייבער, פאר א נויט נאך א פראפאגאנדיסט פאר ציונות גיט א שאקל ארויס א חיבור אויף ששה סדרי משנה (אפילו דער חיי אדם האט אויך נישט יעדער געגליכן ווייל ער איז געווען א סוחר, אויסער דער חלק פון חסידים ומתנגדים). ער איז נישט דער געווענליכער טיפ מחבר ספרים.
עס איז גרינג זיך פארצושטעלן אזאלכע מקומות וועלכע האבן זיך געפירט מטיל דופי צו זיין אין יעדן מחבר וואס איז נישט געווען הונדערט פראצענט לרוחם, מקומות וואו מען האט נישט אריין געקוקט אין פלא יועץ און נישט געלערנט קיין רש"ש, אז פיעטרושקא משניות איז דארט נישט געווען קיין עובר לסוחר.
די שאלה וואס מען דארף וויסן איז ווי ברייט פארשפרייט איז געווען דער 'נישט לערנען פיעטרושקא' און וואס האבן גדולי ישראל געזאגט דערויף. און מער נוגע למעשה, איז ער געווען א נישט ערליכער (איינער האט געשריבן אויבן השכלה - דאס איז זייער א ברייטע ווארט וואס מען קען נוצן אויף יעדן און אלעמען) עד כדי כך אז ס'זאל זיין א פראבלעם צו לערנען פון זיין ספר?
פארשטייט זיך אז די וואס לערנען נישט קיין ספרים פון אגודיסטן זענען פטור פון די שאלה. ס'איז שוין אויס גע'פסק'נט לאיסור.
זאלן די יעניגע קודם ענטפערן צו זיי לערנען תפארת ישראל אויף משניות וואס איז מעתיק די גרעסטע משכילים און נאכדעם וועט מען קענען זעהן ווייטער
דביה תחדי נפשא
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17017
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: Re:
חמרא טבא האט געשריבן:Programming האט געשריבן:עס פעלט אויס א ליסטע פון גאונים וצדיקים, מחברים און מו"ל וועלכע זענען היינט אנגענומען איבעראל ווי אויך זייערע ספרים, וועלכע האבן 'געהאלטן' ענליך?
נאר וואס דען? קודם כל לאמיר האבן עפעס קראנטע מקורות פון גאונים ורבנים וואס האבן געזאגט בכל התוקף אז מען טאר נישט דערין לערנען. אוודאי איז זייער מסתבר אז פילע האבן געקרומט מיט די נאז אז א באלעבאטישער איד, א עסקן און א צייטונגס שרייבער, פאר א נויט נאך א פראפאגאנדיסט פאר ציונות גיט א שאקל ארויס א חיבור אויף ששה סדרי משנה (אפילו דער חיי אדם האט אויך נישט יעדער געגליכן ווייל ער איז געווען א סוחר, אויסער דער חלק פון חסידים ומתנגדים). ער איז נישט דער געווענליכער טיפ מחבר ספרים.
עס איז גרינג זיך פארצושטעלן אזאלכע מקומות וועלכע האבן זיך געפירט מטיל דופי צו זיין אין יעדן מחבר וואס איז נישט געווען הונדערט פראצענט לרוחם, מקומות וואו מען האט נישט אריין געקוקט אין פלא יועץ און נישט געלערנט קיין רש"ש, אז פיעטרושקא משניות איז דארט נישט געווען קיין עובר לסוחר.
די שאלה וואס מען דארף וויסן איז ווי ברייט פארשפרייט איז געווען דער 'נישט לערנען פיעטרושקא' און וואס האבן גדולי ישראל געזאגט דערויף. און מער נוגע למעשה, איז ער געווען א נישט ערליכער (איינער האט געשריבן אויבן השכלה - דאס איז זייער א ברייטע ווארט וואס מען קען נוצן אויף יעדן און אלעמען) עד כדי כך אז ס'זאל זיין א פראבלעם צו לערנען פון זיין ספר?
פארשטייט זיך אז די וואס לערנען נישט קיין ספרים פון אגודיסטן זענען פטור פון די שאלה. ס'איז שוין אויס גע'פסק'נט לאיסור.
זאלן די יעניגע קודם ענטפערן צו זיי לערנען תפארת ישראל אויף משניות וואס איז מעתיק די גרעסטע משכילים און נאכדעם וועט מען קענען זעהן ווייטער
פון נישט לערנען פיטרישקא האב איך נישט געהערט, אבער די וואס "האבן נישט אריינגעקוקט אין פלא יועץ, און נישט געלערנט רש"ש" האבן קיין תפארת ישראל אויך נישט געלערנט.
און נאך עד היום ווען מ'קוקט אריין אין א יכין ובועז משניות, לערנט מען מיט ביידע עלנבויגן אנגעלאנט אויפן תפא"י עס צו באדעקן, כידוע למדקדקים.