מונאוויטש האט געשריבן:נייע אינטערוויו מיט זיין אייניקל ר' אהרן קרויס.
ער זאגט דארטן אז רבי בערל ע"ה האט פארמאגט איז זיין אוצר אן אריגענעלע קאַפּי פון די באקאנטע בילד פון רביה"ק מסאטמאר זצ"ל מיטן ראמענישער קעניג!
אויך זאגט ער אז א גרויסע חלק פון די אלטע כתבי ידות אין זיין קאלעקציע האט ער קונה געווען דורך ארומקלעטערן ביי די שמות קעסטעלעך אין די בתים מדרשים אין תקופת ערב פסח. דאן אין יענע יארן זענען די אלע "שמות'לעך" און אלטע ספרים גארנישט ווערד געווען, אבער ער האט געהאט דעם קאפ אויפ'ן פלאץ. שפעטער איז ער אריבערגעגאנגען צו אנטיק סוחרים און ער האט איינגעטוישט די דאפלטע סחורה וואס ער האט פארמאגט אויף איינצוקויפן פרישע סחורה. ער פלעגט אויך מעתיק זיין כתבי ידות אדער אנדערע אריגענעלע שריפטן, און זיין שכר איז געווען אז מען מוז אים לאזן נעמען אפאר שטיק... אזוי האט ער מיט די יארן זיך איינגעהאנדעלט א ריזן אוצר.