ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
ביציקל
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:47 pm

ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביציקל »

היות דער נושא איז א אינטערעסאנטע און אסאך מענטשן ציען נייגער דערצו, וועל איך צוצייכענען עטליכע ספרים וואס רעדן איבער דעם.
און ווער עס וויל ארויסהעלפן, קען העלפן.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

סאונדט זייער אינטערעסאנט!

יעצט כאפ איך דעם באדייט פון דיין אוועטער...

גאו אהעד! מיר זענען גרייט צו הערן.
אוועטאר
ביציקל
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:47 pm

Re: ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביציקל »

צום ערשט איז דא א באקאנטע ספר מנחת יהודה.

דער ספר איז א ספר וואס ר' יהודה פתיה האט ארויסגעגעבן בכלל אויף די פרשיות התורה, און בפרט איבער רוחות.

ר' יהודה פתיה איז געווען א ספרדישע גדול, ער האט געוואוינט אין באגדאד און געווען א תלמיד פון ר' עבדאללה סומך, די רבי פונעם בן איש חי, און אויף די עלטערע יארן איז ער ארויף קיין ארץ ישראל ווי ער איז אוועק אין די אנהייב ת''ש יארן.
ער האט געמאכט א גאר גרויסע חיבור אויף עץ חיים, בית לחם יהודה, א פירוש וואס איז היינט פון די יסודות'דיגסטע אויפן עץ חיים און ווערט היינט אסאך באניצט ביי די מקובלים.

דארט אין באגדאד איז געווען א רעלאטיוו אפטע ערשיינונג די ענין פון רוחות, און מען פלעגט קומען צו ר' יהודה פאר א ישועה.
ער פלעגט אסאך רעדן מיט די רוחות, און זיי ספעציעל אויספרעגן כדי צו קענען אפשרייבן וואס זיי ענטפערן אז מען זאל וויסן אביסל וואס עס טוט זיך מיטן מענטש לאחר פטירתו.

דאס איז די ספר מנחת יהודה. עס איז פירושים על התורה און אסאך רעדט ער אינמיטן איבער וואס ער האט גערעדט מיט די רוחות.
לעצנס איז געווארן ארויסגעגעבן א ספר 'איש מבית לחם יהודה', וואס האט באשריבן זיין תולדות פון קראנטע מקורות, ווי אויך אריינגעלייגט אויף א שיינעם סדר אלעס וואס ער האט גערעדט מיט די רוחות.
אוועטאר
ביציקל
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:47 pm

Re: ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביציקל »

דא איז דער ספר

https://www.hebrewbooks.org/34998
אוועטאר
ביציקל
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:47 pm

Re: ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביציקל »

ווייטער איז דא א הייליג ספר פונעם בעל 'שבט מוסר', מנחת אליהו, א ספר פון דרשות אויף אסאך ענינים.

אינמיטן האט ער א פרק איבער רוחות, ער דערציילט דארט וואונדערליכע מעשיות פון רוחות, און אלעס איז רוחות וואס זענען געווען ביי אים אין שטאט און מיט וועמען ער האט זיך אליין מטפל געווען און אויסגעפרעגט.

אין די נייע דריק האבן זיי אויך אריינגעלייגט אין די הגהות איבעראל ווי ער ברענגט אראפ אין שבט מוסר ארום דער נושא, נאך עטליכע קלענערע מעשיות.

ביי די ענדע פון דער פריעדיגע ספר, ברענגען זיי אראפ א העתקה פון דער פרק.
אוועטאר
ביציקל
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:47 pm

Re: ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביציקל »

און יעצט אין די חסידישע וועלט.

כידוע איז געווען אסאך דיבוקים און רוחות וואס זענען געקומען קיין בעלזא צום שר שלום (און אויך אביסל צו זיין זון ר' יהושע), און שפעטער קיין אלעסק צו ר' העניך אלעסקער, און דערנאך צו זיין זון ר' שלמה סאסובער. די צדיקים זענען געווען באקאנט מיט עוסק זיין אין די סארט ענינים.

די איידעם פון ר' שלמה, ר' אלעזר, האט ארויסגעגעבן א ספר זכרון אלעזר, און אין די הקדמה האט ער פלא'דיגע מעשיות פון די דיבוקים וואס זענען געווען ביי זיין שווער, און ער איז דארט מסביר פארוואס היינט זעט מען שוין נישט אזויפיל. ער רעדט דעמאלטס אין אמעריקע אין די תר''צ יארן ווען ער האט עס ארויסגעגעבן, איז ער מסביר פארוואס אין אמעריקע זעט מען עס נישט וואס וועגן דעם ווילן עס מענטשן נישט גלייבן. עס איז גאר אינטערעסאנט.
אוועטאר
ביציקל
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:47 pm

Re: ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביציקל »

דא איז די ספר זכרון אלעזר

https://www.hebrewbooks.org/5801
אוועטאר
ביציקל
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:47 pm

Re: ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביציקל »

יישר כח ר' חוח.

אז איר קענט עפעס צוגעבן איז אדרבה.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

אויף דערווייל:

ס'דא א ספר/בוך: סיפורי דיבוק בספרות ישראל, געדרוקט אין ירושלים תשנ"ד, ס'האט פארשידנס איבער רוחות און דיבוקים.

ס'דא א חיבור 'מעשה נורא של הרוח', ירושלים תרס"ד, מיט א מעשה פון א דיבוק.

אין תקמ"ה איז געדרוקט געווארן א קונטרס 'רוח חיים' פון ר' משה אברהם חייט, איבער א מעשה מיט א דיבוק.

נאך א חיבור איז דא 'מעשה נורא זכה וברורה', געדרוקט אנהייב ת"ק יארן:

זכה.jpg
זכה.jpg (111.43 KiB) געזען 1306 מאל



אין קובץ אור ישראל גליון טז פון עמ' קמד און ווייטער, איז באשריבן א דיבוק מעשה מיט הרה"ק השר שלום מבעלזא.
אוועטאר
ביציקל
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:47 pm

Re: ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביציקל »

דא איז טאקע די מעשה אין די קובץ אור ישראל

https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... &pgnum=133

און דא איז א מעשה ביים חתם סופר וואס רעק''י שלזינגער ברענגט אראפ

https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... 407350950d
ברוז
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 5:49 pm

Re: ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוז »

אטעטשמענטס
1.png
1.png (66.14 KiB) געזען 1279 מאל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

חוח בין השושנים האט געשריבן:
דבריך יאיר
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 3:33 pm

Re: ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבריך יאיר »

ביציקל האט געשריבן:דא איז דער ספר

https://www.hebrewbooks.org/34998

עס איז אויך דא אויף אוצר החכמה א ספר מעלפת ספירים http://www.otzar.org/wotzar/book.aspx?1 ... width=1505 וואס א בן בית ביי ר' שלמה'לע סאסיבער האט ארויסגעגעבן
מיט פיהל וואונדערליכע מעשיות פון דיבוקים וואס ער האט אליינס געזעהן
לעצט פארראכטן דורך דבריך יאיר אום מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ביציקל
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:47 pm

Re: ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביציקל »

יישר כח ר' דבריך יאיר פאר די גאר אינטערעסאנטע ספר. בכלל זייער תוכנ'דיג און אייגנארטיג.

און ר' אור אייניקל, יישר כח פארן עס ברענגען.
אבער די ערשטע מאמר איז אויך די צווייטע.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ביציקל האט געשריבן:צום ערשט איז דא א באקאנטע ספר מנחת יהודה.

דער ספר איז א ספר וואס ר' יהודה פתיה האט ארויסגעגעבן בכלל אויף די פרשיות התורה, און בפרט איבער רוחות.

די ספר הייסט "רוחות מספרות".

דא ווערט באריכטעט אז דער סאטמארער רבי זצ"ל האט זיך נאכגעפרעגט ביי המקובל רא"ז מרגליות איבער די קראנטקייט פון די ספר, און א אינטערסאנטע שמועס.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

היינטיגע בוכער/ספרים (א שטייגער וואו המהפך) באלאנגט אויך דא?
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

Re: ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

שער הגלגולים פון רבי חיים וויטאל זלה"ה
אוועטאר
ביציקל
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:47 pm

Re: ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביציקל »

מים חיים האט געשריבן:היינטיגע בוכער/ספרים (א שטייגער וואו המהפך) באלאנגט אויך דא?

אויב עס איז מעשיות פון צדיקים מיט קראנטע מקורות.
אוועטאר
ביציקל
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:47 pm

Re: ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביציקל »

ווייטער איז באקאנט די דיבוק ביים שינאווער רב וואס האט גערעדט פון זיין קידוש.

אין ספר אהל קדושים (ו' טבת אות ט''ו) פון זיין אייניקל, די טשחויבער רבי, ברענגט ער עטליכע מעשיות פון דיבוקים וואס האבן טאקע געזאגט אז זיי ווייסן אז זייער תיקון קען נאר זיין ביי קידוש פון שינאווער רב. און די אלע מעשיות האט ער געהערט פון מענטשן וואס האבן עס געזען מיט די אייגענע אויגן.
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

במאמר המוסגר איז דא א אינטרעסאנטער נושא איבער די צדיקים וואס האבן נישט געוואלט טוען און דעהם.
אוועטאר
ביציקל
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:47 pm

Re: ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביציקל »

אין י''ג אורות דערציילט ר' יענקעלע, אז שינאווער רב האט מערערע מאל עוסק געווען אין עניני דיבוקים.

ער ברענגט פון זיין שווער ר' איציקל וואס האט נאך געדענקט איינע פון די דיבוקים, א אינגערמאן פון וואסלוי וואס עס איז אריין אין אים א דיבוק פון א רשע וואס האט נישט געקענט דערליידן א צעטל וואס ס'איז געשטאנען אויף דעם א דבר קדושה. ר' איציקל האט אלס קינד עס אויספרובירט און געלייגט אויף אים שמות און ער האט עס אוועקגעווארפן מיט אומענטשליכע כוחות, אפילו אויב ער האט נישט געקענט זען בכלל אז עס איז א דבר קדושה. משא''כ פארקערט, צייטונגען וכדומה האט ער ממש געכאפט מיט ביידע הענט. און למעשה האט שינאווער רב אים געהאלפן ט''ו בשבט.

אבער שפעטער האט שינאווער רב אויפגעהערט צו זיך מטפל זיין וויבאלד זיינע קינדער זענען קראנק געווארן און ער האט עס תולה געווען אין דאס עוסק זיין אין דיבוקים.

קען זיין אז שינאווער רב האט טאקע מקבל געווען דער ענין פון די שר שלום פון בעלזא וואס איז כידוע געווען זיין רבי.
דבריך יאיר
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 3:33 pm

Re: ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבריך יאיר »

ביציקל האט געשריבן:דא איז די ספר זכרון אלעזר
https://www.hebrewbooks.org/5801

ובאוצה"ח
http://www.otzar.org/wotzar/book.aspx?2 ... width=1768
אוצרות ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:49 am

Re: ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוצרות ליסקא »

הגה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע שלח דיבוק לבני הרה"ק מרוזין זי"ע
אטעטשמענטס
באיאן ליסקא דיבוק 2.jpg
באיאן ליסקא דיבוק 2.jpg (231.16 KiB) געזען 1061 מאל
אוועטאר
ביציקל
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:47 pm

Re: ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביציקל »

א וואונדערליכע מעשה מיטן הייליגן גר''א. געברענגט דורך א תלמיד פון ר' חיים וואלאזשינער.
אין די הקדמה צו דער ספר.

https://hebrewbooks.org/49455
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

דער סאטמארע רבי שליט"א מהר"א האט ביי די הנרות זאת חנוכה געזאגט אז דעם לעצטן דיבוק וואס מ'ווייסט איז געווען ביים שינאווע רב זי"ע
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”