דער בוך 'איך וועל זיי איבערלעבן'
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
דער בוך 'איך וועל זיי איבערלעבן'
יארען צוריק איז ארויסגעקומען א ביכעל משנות הזעם - אויף יודיש מיט דעם נאמען "איך וועל זיי איבערלעבען " וואס ער האט אליינס מיטגעמאכט רח"ל 6 יאר פון קראקא קיין אונגארען ביז אנטווערפען איך מיין ער האט געהייסען הרב חיים שלמה פרידמאן ז"ל
אלענפאלס עס איז פון די שענסטע אמתדיגע באשרייבונגען איך ווייס נישט ווי עס איז דא צובאקומען
און פארוואאס מען דריקט דאס נישט איבער ??
איך מיין אז ער איז נפטר געווארען נאכען דריקען דעם ספר.. איך האב דעמאלסט געהערט שמיעסען אז מן השמים האט מען מאריך געווען שנותיו צו ברענגען לאור עולם לזכרון אשר עשה לך עמלק
דאס יונגע דור דארף ווען וויסען וואס עס האט זיך אפגעטון בימים ההם בזמן הזה..
האט איימיצער א ידיעה ?

- יגרסהדותא
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3687
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
- לאקאציע: קאר וואש
דאס ביכל איך וועל זיי איבערלעבן, איז געווען באגלייט מיט מאיומ'דיגע בילדער, איך דענק ווי "בית הספר" אין "איינהארן" האבן עס מיר נישט געוואלט ארויסגעבן נאר אויב מיין טאטע רופט אריין! איך האב עס איינמאל דערווישט און אדורכגעקוקט נעכט אויף נעכט בין איך שפעטער איינגעשלאפן מיט מאיומ'דיגע חלומות.
די ווערטער/באשרייבונג אליינס האב איך נישט דורכגעליינט, אבער איך גלייב אז צוליב די בילדער איז עס אראפ פון מארקעט.
*
איך דענק נאר אז אמאל האט ר' יודל [רז"ב, מנהל בית האופה ומחנה רב טוב] דערמאנט אין לאנטש רום וועגן א שרעקליכן ביכל "דאס קול פון בלוט". ער האט אפי' דערציילט פון דארט א מעשה אז [נישט ליינען ווייטער נאר אויב אייער פאטער רופט אריין..] די דייטשן האבן אמאל צוגעבינדן איין פיס צו איין בוים, און ס'צווייטע צו א צווייטע, און דערנאך אויסגעריסן איין בוים און נעבעך צוטיילט דעם איד און צווייען פון אינטן ארויף השם ינקום דמם במהרה.
אוי, די קאשמארן קומען מיר צוריק,
מ'זאל שוין הערן נאר גוטע בשורות.
אקיצור, דעם ביכל "דאס קול פון בלוט" האב איך געהערט פון עלטערע מענטשן אז זיי האבן עס שוין אמאל געזען ס'איז נישט פאר קיין קינדער און בחורים. ווייסט איינער עפעס דערפון.
*
אמאמ, סארי "דוד משמש" פארן פארדרייען דעם אשכול.

איך האב דעם ביכל דורכגעליינט עטליכע מאל אלס קינד, שוין נאכדעם וואס מיין טאטע זז"ג האט ארויסגעריסן די גאר קאשמארישע בילדער און איבערגעלאזט נאר די אנדערע, וואס זענען אויך נאך געווען גענוג הארצרייסנד און מיר פאראורזאכט שלאפלאזע נעכט (למעשה האבן מיר דורכדעם א שטיקל השגה אינעם קריג, א זאך וואס פעלט פאר אונזערע קינדער).
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35237
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
איך האב דעם ביך געלייענט אלס קינד שוין פאר א צירקע צוואנציג יאר צוריק אינעם ארעגענעלן פארמאט אן קיין שום צענזור, איך געדענק נישט עס זאל מיר גורם זיין שרעקעוודיגע חלומות, היינט וואלטן מיר עס אויך געגעבן פאר א קינד צו לייענען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
איינס פון די זאכן וואס האט שטארק ארויסגעברענגט די אייגנארטיגקייט פון די בוך איז די פאקט אז ער איז געווען א פוילישער און ער איז געווען אונטער די דייטשן 5 יאר, און ער איז לעבן געבליבן, משא''כ די אונגארישע אידן זענען נישט געווען אזוי לאנג, און פון די פוילישע איז כמעט נישט געבליבן, און נאך ווייניגער שומרי תורה ומצות, ממילא ביים היימישן עולם איז עס געווען שטארק אויפגעפיקט.
אזוי ליגט מיר אין זכרון, אפשר בין איך זיך טועה.
פארשלאפן האט אריינגעהאקט, כ'שטים צו כ'געדענק נישט עפעס מורא'דיג שרעקעדיג.
אזוי ליגט מיר אין זכרון, אפשר בין איך זיך טועה.
פארשלאפן האט אריינגעהאקט, כ'שטים צו כ'געדענק נישט עפעס מורא'דיג שרעקעדיג.
עס איז דא א ביכל איבערן קריג מיטן נאמען, "אני עוזרו של מענגעלע", דער שרייבער איז געווען אין דעם בלאק ווי מענגעלע ימ"ש האט געמאכט זיינע "עקספערימענטן" אויף אידן רח"ל, איך האב אמאל געליינט די ביכל, איך מיין אז די ביכל טאר מען נישט ליינען אפי' אויב דער טאטע רופט אריין.
רשעים ארורים ימ"ש
תמחה את זכר עמלק מתחת השמים, לא תשכח!!!
רשעים ארורים ימ"ש
תמחה את זכר עמלק מתחת השמים, לא תשכח!!!
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
סאדעניו,
איך האב דעם בוך 'אני הייתי עוזרו של מנגלה' געלייענט אלס אינגל/בחור, עס באהאנדלט גאר אינטערעסאנט די פארש-ארבייט פון דעם ארכי-מערדער מענגעלע ימ"ש איבער 'צווילינגען'.
דער שרייבער פונעם בוך איז א געוויסער אונגארישער דאקטאר (א איד) ד"ר ניסלי מיקלוש וועלכער האט געהאלפן מענגעלע (געצווינגענערהייט) מיט די סאדיסטישע ארבייט אויף צווילינגען וועלכע זענען אנגעקומען קיין אוישוויץ מיט די טראנספארטן, השם ינקום דמם לעינינו.

- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
איך ווייס נישט צו מען מעג יא אדער נישט ליינען... אבער שטעלט אייך פאר, אונזערע עלטערן אוטן זיידעס זעלבסט זענען דאס אדורך לעבעדיג... וויפיל שלאפלאזע נעכט האבן זיי געהאט צוזעהענדיג דאס אכזריות אויף זייערע טייערע אייגענע פאמיליע מיטגלידער, איז דען נישט כדי אז מיר זאלן האבן א השגה כאטש אויף בילדער פון די שוידערליכע אקטן וואס זיי זענען אדורך געגאנגען?.
טייל פון אונזערע עלטערן זענען דאך אליינס געווען קינדער ביי דעם ביטערן מלחמה, וואס האט דאס באדייט פאר זיי? א וואך שלאפלאזע נעכט? צוויי?, האבן זיי דאס צוגעזעהן מיט בילדער? האבן זייערע עלטערן אריין גערופן זאגן אז זיי מעגן דאס צוזעהן...

- יעקעלע פוקס
- שר חמש מאות
- תגובות: 988
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm
מיר האבען די ביכל אויך דורך געליינט אלץ קינד מיט די בילדער, צי איך האב געהאט שלאפלאזע נעכט דערנאך צי נישט געדענק איך נישט קלאר, אבער דאס געדענק איך יא, אז מיין ברודער האט דערנאך געכאפט פון מיר געבראטענע מכות (ער האט זיך אנגעפאנגען פארשטייט זיך), איך ווייס אבער יעצט נישט צי דאס איז געקומען פון מסתכל זיין אין די בילדער, צי פשוט פון אויפרעגונג אויף די דייטשן ימ"ש, אלענספאל דאס איז זיכער אז יעצט נאכן האבען א אייגענע משפחה ב"ה וואלט די ביכל אוודאי גורם געוועהן שלאפלאזע נעכט,
זאל מען הערן און זעהן נאר גיטס
זאל מען הערן און זעהן נאר גיטס
טעמו וראו כי טוב השם
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3030
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
איך געדענק ווען דער ביכל איז ארויס געקומען, דאס גייט שוין צוריק צו איבער א 20 יאר,
ס'איז קלאר אז די בילדער זענען שרעקליך, ס'איז נישט געמאכט פאר קינדער צו זעהן, איך געדענק אז ס'האט מיר אויפגעשוידערט (נישט ביזן שלאפן) איך וואלט נישט געוואלט מיינע קינדער זאלן זעהן אזאנע בילדער,
איך געדענק יא, אז מיין טאטע זז"ג (א מלחמה איבערלעבער) האט יענע וואך נישט געקענט שלאפן ביינאכט, נאכן ליינען דעם ביכל,
דער ביכל ברענגט ארויס איין פאקט, אז אין קיין שום מצב האט ער זיך נישט פארלוירן און נישט אויף געגעבן האפענונג, אפי' נאכדעם וואס מ'האט אים צוטראטן און צושטויסן האט ער נאך אפאר שעה אויף געבראכן א וואנט און אנטלאפן וכדומה,
דאס נישט האבן קיין יואש איז א שטארקע מוסר,
אויב דארף מען איבער דריקן מלחמה ביכער, וואלט איך געזאגט מ'זאל איבער דריקן דעם בכיל "שטראלן אין פינצטערניש" דורך ח.ד. באקאן
ווייל דארט ( א ליקוט פון אסאך מלחמה מעשיות) האט יעדע מעשה א תכלית, צו א נס, צו א ישועה חוץ לדרך הטבע, צו חכמות פון אידן, מצות אונטער אזעלכע אונשטענדן וכדומה, ביכער וואס ברענגען תכלית דארף מען דריקן, סתם פארציילן רצחיות פון גוים האט נישט קיין תכלית,
.

http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12394
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
מיין פאטער זאל זיין געזונט אין שטארק האט מיר נישט געלאזט ליינען אינמיטן יאר דעם ביכל, נאר תשעה באב ביינאכט, אדער שבעה עשר בתמוז ווען איך האב זיך שטארק איינגעבעטן.
אבער איך געדענק נישט אז עס זאל מיר גורם זיין שרעקעוודיגע מאמענטן, אבער מיינע קינדער, ווענד זיך שוין ווי א קינד פאר איינעם וואלט איך עס יא געלאזט ליינען און פאר איינעם נישט, ווענד זיך אין די נפש פונעם קינד.
אבער איך געדענק נישט אז עס זאל מיר גורם זיין שרעקעוודיגע מאמענטן, אבער מיינע קינדער, ווענד זיך שוין ווי א קינד פאר איינעם וואלט איך עס יא געלאזט ליינען און פאר איינעם נישט, ווענד זיך אין די נפש פונעם קינד.
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3030
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
ביטע קומט ארויס אויף לי עוו. אדער 13 עוו. און זעהט מה בין בני לבן חמו,
מ'דערקעט גאנץ שנעל דעם חילוק צווישן נידריגע גוים און אידישע קינדער,
סתם צו חזר'ן און לערנען דעטאלן און חידושים פון רציחה און המצאות און פייניגונגען איז קיין ענין נישט,
.
מ'דערקעט גאנץ שנעל דעם חילוק צווישן נידריגע גוים און אידישע קינדער,
סתם צו חזר'ן און לערנען דעטאלן און חידושים פון רציחה און המצאות און פייניגונגען איז קיין ענין נישט,
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
דאס ביכל "איך וועל זיי איבערלעבן" האלט מען אינמיטן איבערדריקן. בשם "בית הספר"
סאיז אסאך מער שרעקעדיג ווען מען לייענט עס אלץ יונגערמאן. ווייל מען פילט מער מיט.
דעם ביכל "דאס קול פון בלוט" וויל איך זייער שטארק לייענען אויב איינער קען מיר זאגן וואו מען קען עס האבן? אדער בארגן?
מיללער וואלסט מיר געזאגט וואו איך קען פארשאפן די ביכל 'אני הייתי עוזרו של מנגלה'?
איז עס אויף עברית אדער לשון קודש?
איך האב געמיינט אז איך האב שוין דורך געלייענט אלע אידישע ביכער פון די צוויטע וועלט קריג. יעצט בין איך געוואר געווארן פון "דאס קול פון בלוט" איז אפשר הייבט מען אן ארויףצולייגן נעמען פון אלע ביכער וואס זענען ארויסגעקומען פון די וועלט קריג אויף אידיש אדער לשון קודש.
1) איך האב זיי איבערגעלעבט (נישט אויסמישן מיט איך ווען זיי איבערלעבן) לכאורה מער שרעקעדיג. האט אסאך פאקטן איבער די ווארשע אויפשטאנד וואו ער איז געעוען א מיטגליד.
2)צאנז צוויי בענדער
נא ביטע צולייגן צו די ליסטע

האט איינער אמאל געליינט, "איך בין געבליבן לעבן", א שילדערונג פון אן איבערלעבער פון דער ווארשעווער געטא, אויסערגעווענליך אינטערסאנט און באלערנד, איך האב עס יארן צוריק געליינט, איך וואלט עס זייער געוואלט האבן אין מיין באזיס, ער איז 2 מאל אנגעקומען צום פארניכטונגס לאגער טרעבלינקא, און ביידע מאל אנטלאפן
גארנישט האט געשריבן:מיללער וואלסט מיר געזאגט וואו איך קען פארשאפן די ביכל 'אני הייתי עוזרו של מנגלה'?
איז עס אויף עברית אדער לשון קודש?
דער בוך איז אויף עברית, עס זעהט נישט אויס ווי עס איז דא צובאקומען אין געשעפטן, ברויכסט פרובירען א 'צווייטע-האנד' געשעפט (אזוי ווי אמאזאן וכדו').
- אטעטשמענטס
-
- loadJpg.jpg (24.81 KiB) געזען 7833 מאל
שאץ מאץ האט געשריבן: סתם פארציילן רצחיות פון גוים האט נישט קיין תכלית,
.
שאץ מאץ איר דארפט ארויס נעמען די ווערטער
רציחות אויף וועמען ?? - אויף אייערע זיידעס.. פעטערס.. און אפשר ברודערס און שוועסטערס וואס איר האט נישט געקענט ( איך ווייס נישט אייער עלטער )
דאס דארף מען יא וויסען ....דא רעדט מען נישט סתם רציחות פון צוויי גויים - דא האט מען געהרגעט יודען ווייל זיי זענען יודען
זכור את אשר לך עמלק ...