-
ציטיר
-
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך שואלכענין »
איך האב געקויפט דעם בוך, און עס איז אנגעפולט מיט קשיות אויפן בורא עולם רח"ל, און דערביי גלייך דער "ניין, איך וועל מיך נישט לאזן פונעם שטן".
לעניית דעתי איז עס א געפערליכע זאך צו טאן, און עס איז א מצוה רבה צו מפרסם זיין אז מען טאר דעם בוך נישט האלטן אין שטוב.
עס האט א הסכמה פון ר' שאול סירוטה, ער שרייבט אבער נאר בדרך כללי בשבח פון ארויסגעבן ביכער אויף אידיש, ער האט נישט דורכגעליינט דעם בוך, און ווייסט מסתמא נישט וואס עס שטייט דערין.
אדרבה, איך וואלט געוואלט הערן פון אנדערע וואס זיי זאגן דערויף.