וועיז - Waze

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אייוועלט ארכיוו

וועיז - Waze

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט ארכיוו »

שוין חדשים וואס עס דרייען זיך שמועות וועגן וועיז, ערשט האט געהייסן אז עפל וויל זיי אפקויפן פאר 500 מיליאן, דערנאך האבן זיך ארומגעדרייט שמועות אז פעיסבוק איז גרייט צו צאלן א ביליאן דאלער, אזוי ווייט אז די פעיסבוק קנאקערס זענען שוין געווען אין א״י ווען פעטער גוגל האט געקלאפט אין טיר, געהויבן די פרייז צו א געשאצטע 1.3 ביליאן דאלער און געשלאסן דעם מקח.
איז וואס איז דאס וועיז?


בילד


וועיז (Waze) איז אן איזראעלי סטארט-אַפ וואס האט ארגינעל געהייסן Linqmap, און האט זיך געפענט אין 2008. עס איז א GPS באזירטע נעוויגאציע עפפ וואס גיבט טורן-ביי-טורן אינסטרוקציעס - אזוי ווי א געווענטליכע דזשי פי עס - ווי אויך ריעל-טיים טרעפיק אלערטס, עקסידענטס פאליציי און נאך, אויך קענען באנוצער צולייגן און פארעכטן די מאפע אויפן פאון אדער אנליין און דאס ווערט געמאלדן לייוו פאר אלע באנוצער אין די געגענט.

לויט יאהו, פארמאגט וועיז כמעט 50 מיליאן באנוצער.

וועיז איז אומזינסט, עס ארבעט אויף iOS (עפל דעווייסעס), ענדרויד, ווינדאוס מאוביל (די אלטע, נישט די נייע ווינדאוס פאון), Symbian (א אפערעיטינג סיסטעם אויף נאקיע פאונס) און עס איז אויך דא א בעטע ווערסיע פאר בלעקבערי. איר קענט עס דאונלאודן און נוצן אין סיי וועלכע לאנד, אבער נישט אלע לענדער האבן א פולע מאפע, וועיז האט יעצט פולע מאפעס פון 44 לענדער אריינגערעכנט אמעריקע, קאנאדע, ענגלאנד, פראנקרייך, דייטשלאנד, איטאליע, בעלגיע, טיילן פון טשילע, ארגענטינע, עקוואדאר, פאנאמע, סאוט אפריקע און מדינת ישראל. עס הייסט צו זיין די בעסטע מאפע פאר מד״י, און אויך האט וועיז פלענער זיך צו פאברייטערן אין אייראפע און אין אזיע.

וועיז איז אנדערש פון אנדערע GPS עפפס וויבאלד זייערע באנוצער האלטן אין איין פארעכטן טעותים און צולייגן אפדעיטס, אויך וועט עס אייך געבן אן אלטערנאטיווע רוט אויב בלייבט איר ערגעץ שטעקן באזירט אויף לייוו אינפארמאציע פון באנוצער וואס פארן יעצט אויפן אנדערן וועג, וואס מיט דעם איז וועיז מער אקוראט ווי די אנדערע עפפס אויפן מארקעט. וועיז לערנט זיך אויס די וועגן וואס איר גלייכט צו פארן און וועט אפירזוכן פאר אייך די ביליגסטע געז סטעישן אויפן וועג.

אסאך געז סטעישענס האבן ספעציעלע קיופאנס פאר וועיז באנוצער, געוויסע שעלל סטאנציעס גיבן 10 סענט אראפ פון יעדע גאלאן.

אויסער די ריעל טיים טרעפיק און אלערטס, טוט די וועיז עפפ שיקן אנאנימע דאטא צו די סיסטעם אריינגערעכענט די ספיד פון די קאר, די לאקאציע, ווי לאנג איר ווארט אין טרעפיק און ווילאנג די וועג האט גענומען, צו פארבעסערן די סיסטעם און צו קענען צושטעלן פונקטליכע אינפארמאציע פאר אנדערע באנוצער.

צו באריכטן אן אינצידענט אדער פאליציי איז דא די באריכט קנעפל אויף די רעכטע זייט, און ווען איר דרוקט דאס קענט איר באריכטן איבער טרעפיק, עקסידענט, פאליציי און נאך, אין די באריכט קענט איר שרייבן אין וועלכע לעין דאס איז, און צו דער פאליציאנט איז באהאלטן אדער נישט א.ד.ג. און אויך צושרייבן א מעסעדזש אדער כאפן א פיקטשער און עס צולייגן אויב איר האלט אז ס'פעלט אויס.

ביי יעדע באריכט שטייט ווער ס'האט דאס געמאכט (לויטן ניק וואס איר שרייבט אריין ווען איר סיינט זיך אויף), ווען און ווילאנג צוריק דאס איז באריכטעט געווארן.

ווען איר דרייווט ווערט די קיבאורד פארשפארט און איר קענט נישט צושרייבן קאמענטס, אבער איר קענט נאך אלס באריכטן סיי וואס, די קנעפלעך זענען ספעציעל גרויס אז עס זאל זיין לייכט צו דרוקן און באריכטן שנעל.

וועיז ארבעט אויך מיט וואוס קאמענדס, דאס צו נוצן דארפט איר דאס אקטיוויזירן אין די סעטינגס און דאן קענט איר זאגן "report traffic" אדער "drive home" און וועיז וועט טון ווי איר הייסט.

אין 2012 האבן וועיזערס (אזוי רופן זיך די וועיז באנוצער) באריכטעט איבער 90 מיליאן אפדעיטס אין 110 לענדער, און צוזאמען געדרייווט איבער זעקס ביליאן מייל!

איינע פון די דעוועלפערס פון וועיז גיט אן אן אינטרעסאנטע זאך, אז אין א"י שרייבט קיינער נישט כמעט קיין קאמענטס, אבער אין איטאליע טוט זיך א שרייבעריי אין גרויסן.

אויב זענט איר אין העווי טרעפיק קענט איר דרוקן און שלעפן צו לינקס די באריכט קנעפל און דאן עפענט זיך די טרעפיק מעניו וואו איר קענט אריינשרייבן דעטאלן פון די טרעפיק צו עס איז באמפער-טו-באמפער אדער א ראש-אוער טרעפיק. וועיז וועט אויך באריכטן די עווירעדזש ספיד פון טרעפיק, איר קענט זעהן צו צען מייל פאראויס רוקט זיך שטייט אדער שנעל.

באנוצער באקומען פוינטס ווען זיי שטעלן צו אינפארמאציע וועגן טרעפיק אלערטס, פארן דורך געוויסע גאסן, אדער געז פרייזן וכדו' וואס דאס מאכט אז מער מענטשן זאלן אפדעיטן די אינפארמאציע. די פוינטס זענען לויט די ווערד פון די ריפארט למשל באריכטן אן אינצידענט ווי טרעפיק אדער א עקסידענט איז 6 פוינטס, באריכטן געז פרייזן איז 8 פוינטס אפדעיטן די נאמען פון א גאס איז 3 פוינטס א.א.וו.

צו פארמיידן פאלשע ריפארטס איז וועיז אויסגעשטעלט אז איר קענט נאר באריכטן אן אינצידענט אויב איר זענט דארט לויטן GPS, אין אנדערע ווערטער איר קענט נישט זיצן אינדערהיים און באריכטן טרעפיק אויפן טראוועי - איר מוזט דארט זיין.

אין 2011 האט וועיז אפדעיטעד די סאפטוועיר צו קענען ווייזן לייוו איווענטס לויט די לאקאציע וואו איר זענט, למשל א פראטעסט אדער א סעיל, און אין יוני 2012 האבן זיי צוגעלייגט לייוו געז פרייזן; אזוי ווי אלע לייוו אפדעיטס, קומט די אינפארמאציע פון באנוצער וואס לייגן עס אריין אין די סיסטעם.
די סאושעל חלק מאכט דאס זייער פונקטליך און אסאך באנוצער זאגן אז זיי זענען ממש עדיקטעד דערצו, איינע פון די מעלות (אדער חסרונות) פון וועיז איז אז איר קענט זעהן לייוו אפדעיטס פון אייערע פריינט וואס נוצן וועיז, און זעהן וואו זיי זענען אויפן וועג צו אן איווענט. נאכמער, וועיז ארבעט מיט פעיסבוק און אויב באקומט איר אן אינווייט אויף פעיסבוק וועט ארויפקומען אויטאמאטיש די דירעקציעס צו די איווענט אין די וועיז עפפ.

איר קענט מיטטיילן (שערן) אייער רוט מיט פריינט און באקאנטע דורך אן אימעיל אדער טעקסט, און זיי באקומען א לינק וואו זיי קענען מיטהאלטן וואו איר זענט און ווען איר קומט אן. דאס איז זייער א נוצבארע פיעטשור למשל איר זענט אויפן וועג צו א מיטינג און איר ווילט אויפווייזן אז אט קומט איר שוין, אדער אן ארבעטער וואס איז שפעט און אנשטאט זיך צו פארענטפערן פארן בעה"ב שיקט ער אים א לינק וואו ער זעהט קלאר אז ער איז אין טראפיק.

צו נוצן וועיז דארפט איר האבן א דאטא קאנעקשאן צו די וועיז סערווערס. איר קענט איר בלייבן אנאנים און צייטווייליג נוצן די עפפ, איר קענט אויך אריינסיינען מיט אייער פעיסבוק אקאונט.

סיי ווען איר ווילט קענט איר אנשטעלן צו ווערן אומזעהבאר (invisible), איר בלייבט אומזעהבאר דורכאויס די גאנצע וועג ביז איר קומט אן צו אייער דעסטינאציע. ווען איר זענט אומזעהבאר קענט איר ווייטער באריכטן אינצידענטס און באקומען פוינטס, אייערע באריכטן ווערן געזען דורך אנדערע באנוצער אלס אן אנאנימע באריכט.

אויב איינער באריכטעט אז א גאס איז פארמאכט וועט דאס נאכנישט טוישן די מאפע פאר אלע אנדערע באנוצער, נאר ווען מערערע מענטשן באריכטן דאס, דאן אפדעיט זיך די מעפ פאר יעדן. די גאס וועט זיך צוריק עפענען אויפן מאפע ווען מערערע באנוצער פארן דורך די גאס.

דערווייל קען מען נישט זוכן א רוט פאר א דעסטינאציע מער ווי בערך טויזענט מייל אוועק פון ווי מען איז - דאס איז ווייל די וועיז סערווערס קענען נאכנישט פארנעמען אזויפיל - און די עצה דערצו איז אז אויב ווילט איר פארן פון ניו יארק קיין קאליפארניע לייגט איר אריין אן אדרעס וואס איז ווייניגער ווי טויזענט מייל אוועק, און ווען איר קומט אן אהין לייגט איר ווייטער אריין אן אדרעס וואס איז ווייניגער ווי טויזענט מייל אוועק... אזוי ביז איר קומט אן צו קאליפארניע.

אויב פארט איר אין א נייע געגנט וואס איז נישט אויף די וועיז מאפע קענט איר אנצינדן די building mode אדער pave און וועיז וועט אויטאמאטיש פארצייכענען וואו איר זענט געפארן און ארויפלייגן די גאסן אויפן מאפע, די בילדינג מאוד וועט זיך אויסלעשן ווען איר פארט צוריק ארויף אויף א גאס וואס איז שוין אויף די וועיז מאפע.

נאכן ארומפארן אויף נייע גאסן מיט די בילדינג מאוד דארפט איר גיין אנליין און אריינשרייבן אלע נויטיגע אינפארמאציע פון די נייע גאסן אויף די וועיז וועבסייט, אויב נישט ווערן די נייע גאסן פארמעקט נאך דרייסיג טעג.
יעדע סארט באריכט האט א צייט ווילאנג עס בלייבט אויפן מאפע למשל אן עקסידענט בלייבט אויפ מעפ פאר א שעה, אויב איינער באריכטעט אן עקסידענט, וועט וועיז אייך מעלדן אז צוויי מייל פאראויס איז דא אן עקסידענט, ווי מער מענטשן באריכטן די עקסידענט אלס לענגער וועט עס בלייבן אויפן מאפע.

אויב פארט איר אדורך און איר זעהט נישט קיין זכר פון אן עקסידענט, דאן דרוקט איר אויפן "נישט דא" קנעפל און עטליכע מינוט ווערט אראפגענומען פון די שעה צייט וואס אזא ריפארט האט, פארשטייט זיך אז אויב מערערע מענטשן דרוקן אויפן "נישט דא" קנעפל, פליהט דער באריכט אראפ פון די מאפע איינס צוויי.

אלזא, אויב זוכט איר וואס צו טאן אויפן וועג צו די מאונטעינס ווארטענדיג אין טרעפיק דאן דאונלאודט די וועיז עפפ - נאר איין זאך, נישט זיין נער-וועיז ☺

פון טיפן הארצן וויל באדאנקען זייער נייגעריג און מאן-יימר פאר זייערע הערות און באמערקונגען, און הערליך פאר די איינפאל, יישר כח.
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

יישר כח פאר דיין געוואלדיגע ארבעט!
זיי פלעגן פארשטייטערן די פאון, נאכאלץ אזוי?

דא האסטו א אלטע שמועס איבער דעם
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... d8#p534522
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

דאס אזי די ערשטע ארטיקל וואס איך האב געליינט אין די "מי מנוחות" #1 און שטארק הנאה געהאט.
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

waze גייט נאר מיט א (טריפה'נע) סמארט פאון / פעד און דאס גלייכן, אדער מען קויפן א (פארצייטישע) וועיז מאשינקע?

אויב נישט דאן קען איך דאס נישט האבן, אמער, די רבנים האבן דאך גע'אסר'ט די סארט כלים!

אפשר איז זיצן א טרעפיק א צורך גדול??...דארף פרעגן מיין רב...!
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

יישר כח, זייער קלאר און אינפארמאטיוו.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

איך האב וועיז, אויף מיין אייפאן, מיטן פילטער פון וועד משמרת.

זייער גוט באשריבן, זייער אינפארמאטיוו, שקויעך
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

זייער קלאר
אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 8:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר גרינפעלד »

שיין און קלאר, יישר כח.
אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Alien »

שיינעם דאנק. זייער אינפארמאטיעוו.
נאר איין זאך האסטו פארגעסן. האסט נישט באשריבן די גרופ פיוטשער.
יישר כח.
Alien
פה לבנה יצ"ו
אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקראסאפט »

זיי האבן נישט קיין געהעריגע דזשי פי עס? פארוואס נישט?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

צוויי שאלות
וויאזוי מאכן זיי געלט?
צוויי וואס האט מען פון די פוינטס?
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

זיי מאכן געלט פון אדווערטייזמענט וואס קומט ארויף אויפן מעפ בשעת'ן דרייוון,

די בילד אויף די לינקע זייט איז וואס די זעהסט סתם אויף די מעפ אזא טעג פון יענע געשעפט, די בילד אויף די רעכטע זייט איז וואס טאנצט ארויף ווען דו פארסט דורך נעבן יענע געשעפט.
waze1.jpg



די פוינטס האט די זעלבע ווערד ווי די פוינטס פון בריק ברעיקער....
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

שטותים, סהאט גארנישט מיט בריק ברעיקער, סאיז טעטרעס
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

און איך האב געמיינט אז עס האט די זעלבע ווערד ווי מספר תגובות אויף אייוועלט :wink:
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

פאטאקי08 האט געשריבן:און איך האב געמיינט אז עס האט די זעלבע ווערד ווי מספר תגובות אויף אייוועלט :wink:

:grin:
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

גוגל האט היינט אנגעהויבן די צוזאם ארבייטען פון גוגל מעפס און וועיז. מען קען שוין זעהן אויף ענדרויד גוגל מעפס, די באריכטען פון וועיז.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
פלעכטער
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעכטער »

וועיז האט געמאלדן אז זי גייט אפדעיטען אלע שוהל'ן און מקואות אין גאנץ ארץ ישראל, עס וועט פארטיג ווערן אין צוויי חדשים
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
אוועטאר
טרעוולער
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעוולער »

פאר אינטערסאנטקייט ווער ס'האט דאס ערפונדען .די אידען וואס וואוינען אין די אראבישע שטחים אין ארץ ישראל האבן געהאט א קליינע טעקסט מעסעדזש סיסטעם ווי מ'קען היינט כאפן שטיינער אויף די קאר, ווי מ'שיסט היינט, וכדו' צוביסליך האבן זיי דאס ארויפגעלייגט אויף א קאמפיוטער ביעסד פראגראם אין אזוי איז דאס געוואקסן צו מער געגענטער אין די שטחים .ווען זיי האבן געזען אז דאס איז גאר א גוטער געדאנק האבן זיי קודם געגעבן אן ענגליש'ן נאמען דערפאר .נא וויזוי זאגט מען וועגן אויף ענגליש .. וועיס (ways) איז דאס געווארן Waze...
אז מ'קען ספעלן...
ביז היינט ווען דאס איז גאר א אויפגעכאפטע פראגראם וואס מיליונען מענטשען באנוצן זיך דערמיט.
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

דאס וואס איר זאגט איז קראנט? מקור אפשר? סאיז נוגע
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

הערליך האט געשריבן:דאס וואס איר זאגט איז קראנט? מקור אפשר? סאיז נוגע

גוט איז עס זיכער...
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

מכטי ;l;p-
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

טרעוולער האט געשריבן:
ווען זיי האבן געזען אז דאס איז גאר א גוטער געדאנק האבן זיי קודם געגעבן אן ענגליש'ן נאמען דערפאר .נא וויזוי זאגט מען וועגן אויף ענגליש .. וועיס (ways) איז דאס געווארן Waze...
אז מ'קען ספעלן...
וועיז (Waze) איז אן איזראעלי סטארט-אַפ וואס האט ארגינעל געהייסן Linqmap, און האט זיך געפענט אין 2008.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

גראדע די ערשטע מאל וואס כ'האב געהערט פון וועיז בין איך געגאנגען מיט א זיכערקייט סירטשן פאר ways... כ'זוך נאך...
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

א ישר כח עצום פאר די שיינע און קלארע באשרייבונג,
איך וויל נאר פארשטיין די חלק הטראפיק,
דאס ווערט טאקע נאר אפדעיטעד דורך באנוצער? דאס הייסט:
1. אויב קיינער באריכט נישט אז די רעמפ ארויף צום בריק איז אנגעלייגט וועט ער מיר גארנישט ווארענען דערוועגן?
2. אויב איז שוין לאנג אויסגעקלארט די טראפיק נאר קיינער האט נאך נישט באריכטעט דערוועגן, וועט ער מיר נאך אלס שרייבן צו נעמען אן אלטערנעט?
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
גוגל האט היינט אנגעהויבן די צוזאם ארבייטען פון גוגל מעפס און וועיז. מען קען שוין זעהן אויף ענדרויד גוגל מעפס, די באריכטען פון וועיז.
איך האב דאס נישט באמערקט,
ברויך מען עס ערגעץ ווי אנשטעלן אז ס'זאל ארויפקומען?
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

האמיר היינט באמערקט סנאומענ'ס אויף וועיז.
איך בין מוחל די 5 פאוינטס, איך וויל אבער וויסן וויאזוי מ'ריפארט א סנאומען.
אטעטשמענטס
IMG_00002401.png
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנאלאגיע”