טעכנאלאגיע סעקיוריטי נייעס

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

העקערס סימפאטיש צו סיריע האבן היינט געהעקט די טוויטער, פעיסבוק, און בלאג קענטעס פון סקייפ, און ארויף געלייגט אנטיי NSA מעסעדזשעס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובה דורך leiby »

ממש היינט געוואלט עפענען אזא אשכול, כ'האב עפעס א העק עפפ וואס האט יעדן טאג איין נייעס, האב איך געטראכט עס צו שערן.

מומחה'ס נייעס איז פארגעקומען אינעם גויאישן חגא טאג, מילא האט מען עס באמערקט אביסל שפעטער.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובה דורך משזר »

נו העמער ווארטן פאר די היינטיגע נייעס.
נישט, איז נישט קיין אפציע...
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובה דורך געלעגער »

'סנעפטשעט' איז אויך געהעקט געווארן היינט. מיליאנע יוזערס אינפארמאציע גערויבט
אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובה דורך משזר »

וואס איז דא סנעפטשעט?
נישט, איז נישט קיין אפציע...
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30727
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

משזר האט געשריבן:וואס איז דא סנעפטשעט?

א סארט פריוואטע טשעט עפפ, וואו מ'קען אנשטעלן מעסעדזשעס און בילדער זאלן זיך דעסטרויען נאך א שטיקל צייט.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובה דורך ווינקל »

wow ערנסט סאפיסעקירטע רויבער!
אוועטאר
פלעכטער
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובה דורך פלעכטער »

שוין געווען בעסערס,

אין טשעיס האבן רויבערס אינסטאלירט א סקענער אויף די פלאץ ווי מ'סווייפט אריין די קארטל אונעם ATM מאשין, אזוי האבן זיי באוויזען צי נאשען אסאך אינפארמאציע.

ס'איז דעמאלטס געווען א מדובר דא אויפן וועלטעל דערוועגען.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30727
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

אינטערסאנט קיינער האט עס נאכנישט געמאלדן.
ס'איז געווען בריכטעט אז דער יאהו וועבזייטל האט איבערגעלאזט מאלווער אין קאמפיוטערס וואס האבן איר גענוצט, אין געוויסע מדינות [אמעריקא איז נישט בכללם], פאר א המשך פון א חודש לאנג.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

תגובה דורך יאפין »

פלעכטער האט געשריבן:שוין געווען בעסערס,

אין טשעיס האבן רויבערס אינסטאלירט א סקענער אויף די פלאץ ווי מ'סווייפט אריין די קארטל אונעם ATM מאשין, אזוי האבן זיי באוויזען צי נאשען אסאך אינפארמאציע.

ס'איז דעמאלטס געווען א מדובר דא אויפן וועלטעל דערוועגען.


די USB וויירוס איז אסאך א טיפערע גניבה
זיי נישט גענאשט אינפארמאציע
זיי האבן ארויסגעריקט קעש
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

תגובה דורך יאפין »

קנאפער ידען האט געשריבן:אינטערסאנט קיינער האט עס נאכנישט געמאלדן.
ס'איז געווען בריכטעט אז דער יאהו וועבזייטל האט איבערגעלאזט מאלווער אין קאמפיוטערס וואס האבן איר גענוצט, אין געוויסע מדינות [אמעריקא איז נישט בכללם], פאר א המשך פון א חודש לאנג.

די עדס אויפן זייטל
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
פאר דוקא
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2011 11:36 am

תגובה דורך פאר דוקא »

פלעכטער האט געשריבן:שוין געווען בעסערס,

אין טשעיס האבן רויבערס אינסטאלירט א סקענער אויף די פלאץ ווי מ'סווייפט אריין די קארטל אונעם ATM מאשין, אזוי האבן זיי באוויזען צי נאשען אסאך אינפארמאציע.

ס'איז דעמאלטס געווען א מדובר דא אויפן וועלטעל דערוועגען.

אין טידי באנק איז אויך געווען אזא מעשה, מען האט ארןיסגריקט פון הונדערטערר מענטשען געלט, ובתוכם אני הקטון
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובה דורך למעלה משבעים »

פאדאווקע, ווען איז דאס געווען?
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובה דורך גוגל »

וויפיל געלט?
האסט עס צירוקבאקומען?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30727
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

'טארגעט' האט פרייטאג אנאנסירט אז אחוץ די פערציג מיליאן קרעדיט קארד אינפארמאציע, פון אין-סטאר קויפונגען, וואס איז שוין פאר א חודש צוריק באריכטעט געווארן. זענען זיי במשך זייער אויספארשונג ארויפגעקומען מיט נאך אסאך א ברייטערע און ערגערע העקעריי, דאס עפעקטירט נאך זיבעציג מיליאן (!) איינקויפער, סיי אין סטאר און סיי אנליין, און די גע'גנב'עטע אינפארמאציע נעמט אריין קרעדיט-קארד אינפארמאציע נעמען מעילינג אדרעסן און אימעיל אדרעסן.
לעצט פארראכטן דורך קנאפער ידען אום זונטאג יאנואר 12, 2014 2:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובה דורך leiby »

ווי אויך איז דא נאך א סטאר וואס איז געהעקט געווארן. neiman marcus
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובה דורך להגדיל שמו »

קנאפער ידען האט געשריבן:'טארגעט' האט פרייטאג אנאנסירט אז אחוץ די פערציג מיליאן קרעדיט קארד אינפארמאציע, פון אין-סטאר קויפונגען, וואס איז שוין פאר א חודש צוריק באריכטעט געווארן. זענען זיי במשך זייער אויספארשונג ארויפגעקומען מיט נאך אסאך א ברייטערע און ערגערע העקעריי, דאס עפעקטירט נאך זיבעציג מיליאן (!) איינקויפער, סיי אין סטאר און סיי אנליין, און די גע'גנב'עטע אינפארמאציע נעמט אריין קרעדיט-קארד אינפארמאציע נעמען מעילינג אדרעסן און אימעיל אדרעסן.

פארוואס אנאסירן זיי אז מען האט זיי ג'העקט? זיי האבן נישט מורא אז עס וועט זיי בעק פייערן?
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

תגובה דורך private »

וואס הייסט פארוואס. מ׳דארף טוישןן די פעססווארט נאכקיקען די אקאנט, דאס נישט ארויס געבן די אינפארמאציע איז א גרעסערע סקאנדאל ווי די העקען.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

קנאפער ידען האט געשריבן:'טארגעט' האט פרייטאג אנאנסירט אז אחוץ די פערציג מיליאן קרעדיט קארד אינפארמאציע, פון אין-סטאר קויפונגען, וואס איז שוין פאר א חודש צוריק באריכטעט געווארן. זענען זיי במשך זייער אויספארשונג ארויפגעקומען מיט נאך אסאך א ברייטערע און ערגערע העקעריי, דאס עפעקטירט נאך זיבעציג מיליאן (!) איינקויפער, סיי אין סטאר און סיי אנליין, און די גע'גנב'עטע אינפארמאציע נעמט אריין קרעדיט-קארד אינפארמאציע נעמען מעילינג אדרעסן און אימעיל אדרעסן.

עס האלט שוין איבער 100 מיליאן!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30727
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:'טארגעט' האט פרייטאג אנאנסירט אז אחוץ די פערציג מיליאן קרעדיט קארד אינפארמאציע, פון אין-סטאר קויפונגען, וואס איז שוין פאר א חודש צוריק באריכטעט געווארן. זענען זיי במשך זייער אויספארשונג ארויפגעקומען מיט נאך אסאך א ברייטערע און ערגערע העקעריי, דאס עפעקטירט נאך זיבעציג מיליאן (!) איינקויפער, סיי אין סטאר און סיי אנליין, און די גע'גנב'עטע אינפארמאציע נעמט אריין קרעדיט-קארד אינפארמאציע נעמען מעילינג אדרעסן און אימעיל אדרעסן.

עס האלט שוין איבער 100 מיליאן!

עס אז סך הכל הונדערט צען מיליאן!
פערציג פון דער ערשטער ברעך, און זיבעציג פון דער ניי אנדעקטער.
אדער ווי די נייעס אגענטורן לייגן עס אראפ: "איבער א דריטל אמעריקאנער!!!"
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובה דורך ווינקל »

דאס מאל בין איך אויך פון די דריטל....

באקומען אימעיל פון טארגעט אז זיי געבן א יאר פריי איבערזיכט אויפן קרעדיט רעפעראט, צו קאנען האלטן אן אויג אז קיינער באנוצט זיך נישט מיט מיין אינפארמאציע ח"ו.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30727
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

ווינקל האט געשריבן:דאס מאל בין איך אויך פון די דריטל....

באקומען אימעיל פון טארגעט אז זיי געבן א יאר פריי איבערזיכט אויפן קרעדיט רעפעראט, צו קאנען האלטן אן אויג אז קיינער באנוצט זיך נישט מיט מיין אינפארמאציע ח"ו.

יעדער קען זיך אויפסיינען דערויף:
https://creditmonitoring.target.com/?re ... lnm=8-9651
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
Silent
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 11:41 am

תגובה דורך Silent »

ווינקל האט געשריבן:באקומען אימעיל פון טארגעט

א דאנק,
כ'האב היינט באקומען א אימעיל פון טארגעט און ניטאמאל אנגעקוקט, זעענדיג וואס דו שרייבסט האב איך עס געליינט און כ'בין אויך פון די דריטל
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובה דורך עקבי הצאן »

פאר אינטרעסאנטקייט, האט דען א דריטל אמעריקא איינגעקויפט אין טארגעט די לעצטע פאר חדשים אדער יאהר?

דאן דארפן זיי זיין פון די טאפ טאפ אויפן שטייסל? ואנכי לא ידעתי
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובה דורך leiby »

העקערס זענען געהעקט געווארן.
http://thehackernews.com/2014/01/syrian ... t.html?m=1
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
פארשפארט

צוריק צו “טעכנאלאגיע”