אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין - פאר מתחילים!

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

קאפיטל ו’ | סטיילן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

פיין, יעדער איז דא, מ’קען אנהייבן פארן?

יעצט קוקט עס אויס בערך אזוי:

בילד

די ערשטע זאך וואס מיר וועלן טוען איז צו מאכן זיכער אז אלעס וואס איז באלד, בלייבט באלד.

קערעקטער סטיילס:
לאמיר מאכן א קערעקטער סטייל; דאס מיינט אז מיר וועלן נעמען א סעריע פון סעטטינגס, פאנטס, סייזעס וכו’ און עס גיבן א נאמען, למשל ביינונזער מעשה “באלד”, וואס דאס וועט געסעיווט ווערן אין די “קערעקטער סטיילס” קעסטל, אזוי קענען מיר סעלעקטן א ווארט צוויי און אויפאיינמאל אפלייען אלע פארמעטינג פון די סטייל, און ווען מיר וועלן טוישן די סטייל, וועט זיך עס אויטאמאטיש טוישן איבעראל, (אפילו אויב די “פאראגראף סטייל” איז אנדערש, וועט די “קערעקטער סטייל זיין שטערקער” – מיר וועלן אט אט רעדן פון “פאראגראף סטיילס”).

גיימיר צו די Window מעניו > סטיילס > קערעקטער סטיילס;

בילד

וועט ארויפקומען די דאזיגע קעסטל:

בילד

לאמיר קוועטשן די “פעידזש” אייקאן – אבער איימעניט – לאמיר אנהאלטן דעם Alt קנעפל, אזוי וועט מען עס גלייך קענען עדיטן, מאכט זיכער בעפארן דרוקן אז גארנישט איז נישט סעלעקטעד, אויב יא וועט ער אויספיקן יענע פארמעטינג.

בילד

העמיר גיין צו “בעסיק קערעקטער פארמעטינג” און ביי “פאנט סטייל” אריינשרייבן Bold, ווי אויך וועלמיר געבן א נאמען פארן סטייל “באלד”, מאכט זיכער אז עס איז נישט געבעיסט אויף גארנישט, אויב ווילמען קען מען לייגן א שארטקאט (געווענליך ctrl מיט א נומער פון די נאמפעד).

בילד

יעצט אז מיר האבן שוין די “באלד סטייל” לאמיר עס אפלייען צו אלע באלד’ס פון די ספר.

דרוקט ctrl + f ארויפצוברענגען דעם “פיינד – ריפלעיס” קעסטל.

לאמיר גיין צו די “טעקסט” טעב, גיט א קליק אין די “פיינד פארמאט” קעסטל און ביי בעיסיק קערעקטער פארמעט לייגט אריין Bold, דרוקט אקעי. יעצט גיימיר צום “טשענדזש פארמאט” קעסטל, ביי קערעקטער סטייל, סעלעקט אונזער “Bold” סטייל, דרוקט אקעי,

בילד

בילד

סערטש שטעלט אן פאר דאקומענט אדער סטארי (ד.מ. נאר זוכן אין די אקטיווע טעקסטבאקס – וואס מיר האבן נאר איין לאנגע), טשענדזש אלל, יעצט אפילו מיר וועלן אפלייען א רעגולער פאנט צו א פערעגרעף וועלן אלע באלדס בלייבן!

לאמיר מאכן נאך איין סטייל פאר די איינגערינגלטע.

די זעלבע ווי די באלד סטייל, נאר אנשטאט באלד לאמיר אריינלייגן ביי די סייז 9 pt און סעיוון די סטייל אלב Small, אצינד זעמיר מסודר צו גיין ווייטער.

בילד


פערעגרעף סטיילס:
איצט וועט מען סטיילן די פשוטע פערעגרעפן, דורך א גרינגן און שנעלן וועג!

(א”ה: מ’מוז נישט גיין אויפן זעלבן מהלך מיט די זעלבע פאנטס און סטיילינג, מיר רעדן נישט יעצט פון די שיינקייט און גראפיקס נאר פון די מהלך)

לאמיר מאכן א סעלעקציע און אריינ-נעמען דעם ערשטן פאראגראף (הייבט זיך אן “האדם”).

מיר וועלן נוצן ווילנא פון “פאנטייפ” וואס ווערט אנגערופן pft_vilna, אבער יעדער קען נוצן וואס ער האט ליב.

מיר וועלן מאכן די סייז 13, די לידינג (צווישן די שורות) 17, די אליינמענט רעכטס דשזאסטיפיי, און ספעיס נאך יעדע שטיקל 0.625, און מיט דעם זעמיר גוט.

בילד

יעצט אז מיר האבן שוין איין פערעגרעף גוט געסטיילט, לאמיר בלייבן אריינגעקליקט אין די פערעגרעף, ברענגט ארויף די פערעגרעף סטייל קעסטל (געפונט זיך ביי די זעלבע ארט פון די קערעקטער סטייל), און Alt קליקט אויפן פעידזש אייקאן, בעיסיקלי ברויך שוין אלעס זיין אריינגעפולט לויט די אקטיווע פערעגרעף, מאכט זיכער צו מאכן א טשעק ביי “אפליי צו סעלעקשן”,

בילד

גיב עס א נאמען מאכט זיכער אז “בעיסט אן” איז אנגעשטעלט צו “נא פערעגרעף סטייל”.

יעצט וועלן מיר טוען די זעלבע פון פריער, קליקט אריין אין א צווייטע נישט געסטיילטע פערעגרעף, דרוקט ctrl + f ארויפצוברענגען פיינד ריפלעיס, ביי פיינד פארמאט לייגט אריין עפעס אינפארמאציע בעיקר די פאנט און סייז,

בילד

ביי טשענדזש פארמאט, וועלט אויס אונזער נארוואס געמאכטע פערעגרעף סטייל,

טשענדזש אלל!, פנים חדשות!

האלט מיר שוין אויף א וועג.


http://toiglicher.com/%D7%A7%D7%90%D7%A ... %9C%D7%9F/
אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1732
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארגארפיק »

ישר כח טויגליכער איד
(עס איז אינטערעסאנט אפי' פאר נישט מתחילים וועליכע שרייבן דא)
מודעה משמחת! נינידזשער (סטעיט פאליס) ראוד ספיד לימיט איז 55! שוין יאהרן לאנג....
[email protected]
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יישר כח מיר האבן שטארק הנאה! א ריכטיגע טוגליכע אינגערמאן!

א עקסטערע דאנק פאר דייין הערליכע און הומריסטישע שריפט.

כ'האב שוין לאנג צוריק פרובירט זיך לערנען אינדיזיין, און עס פארמאכט קורץ דערנאך. לאמיר האפן יעצט וועלמיר זיך עס דערלערנען.

מן הסתם וועסטו שרייבן דערוועגן, אבער לאמיך פרעגן.

איז שייך צו מאכן צוויי דיפרענט טקסטס זיי ביי זייט, און ס'זאל זיין לינקט איינס צום צווייטן? למשל, כ'וויל מאכן א סידור המפורש.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

געוואלדיגע ארבייט!

שטארק באלערנד און באזונדער געשמאק!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30748
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

גאר גאר גאר גוט און פארשטענדליך געשריבן, און שטארק באלערנד!

(ביים סוף פונעם שטיקל קענסטו לייגן וויאזוי עס קוקט יעצט אויס.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

נא_שכל האט געשריבן:יישר כח מיר האבן שטארק הנאה! א ריכטיגע טוגליכע אינגערמאן!

א עקסטערע דאנק פאר דייין הערליכע און הומריסטישע שריפט.

כ'האב שוין לאנג צוריק פרובירט זיך לערנען אינדיזיין, און עס פארמאכט קורץ דערנאך. לאמיר האפן יעצט וועלמיר זיך עס דערלערנען.

מן הסתם וועסטו שרייבן דערוועגן, אבער לאמיך פרעגן.

איז שייך צו מאכן צוויי דיפרענט טקסטס זיי ביי זייט, און ס'זאל זיין לינקט איינס צום צווייטן? למשל, כ'וויל מאכן א סידור המפורש.


מיינסט צו זאגן צוויי מעסטער טעקסט באקסעס?
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

טויגליכער איד האט געשריבן:
מיינסט צו זאגן צוויי מעסטער טעקסט באקסעס?


לכאורה יא
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

קוק צו דאס העלפט דיר
https://indesignsecrets.com/creating-tw ... -flows.php

(נאכנישט פראבירט, סא איי ניד פידבעק)
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

ער מיינט אפשר לדוגמא אז די מפרשים אויף גמרא זאלן אויטאמאטיש זיין געלינקט צום גמרא
בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע: ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין »

ער מיינט רב טקסט, דאס איז זייער שווער צו מאכן אין אינדיזיין, מסתמא נאר מיט סקריפטס.
פאר דעם איז דא די פראגראם תג, געשריבן דורך א איד, וואו רוב קאמפליצירטע ספרי קודש ווערן געמאכט.


רב טויגליכער, אלץ א לאנגיעריגער אינדיזיין באנוצער, וואס האט שוין אויך געהאט די געלעגנהייט אריינצוטרעינען אפאר דעזיינערס, ווייסעך ווי שווער ס'איז און כ'ווייס אויף צו אפרישיעטן דיין נייע סעריע. דו מאכסט א פענאמענאלע ארבעט!
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס? פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

קאפיטל ז’ | סטיילן די קעפלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

ווי מיר האלטן יעצט קוקט די ספר אויס ווי פאלגענד:

בילד

די זעלבע מהלך וואס מיר האבן גענומען ביי די מעין טעקסט, קען מען איבערנוצן פאר אלע סארט סטיילס.

(טיפ: אויב קומט די טעקסט אריין מיט סטיילס פון ווארד, קען מען מאכן א פיינד ריפלעיס צו טוישן צו נייע אינדעזיין סטיילס, אדער קען מען דעליטן די סטייל און אינדעזיין וועט פרעגן צו מ’וויל עס ריפלעיסן מיט אנאנדערע סטייל.)

לאמיר צומאלעמערשט סטיילן די פרקים קעפלעך;

העמיר גיין גלייך צום פערעגרעף סטייל קעסטל אין מאכן א נייע סטייל.

בילד

לאמיר אים אנרופן Big Header (וויכטיג צו געדענקען אויף שפעטער, עס וועט צוניץ קומען), “בעיסד אן” זאל פארשטייט זיך זיין אויף “נא פערעגרעף סטייל”, די פאנט, fontbitLivorna סייז 21, אליינמענט – סענטער, ספעיס עפטער – 0.125, ביי אנדערליין ברויך מען ארונטערנעמען דעם טשעק.

בילד

יעצט לאמיר גיין צו די “Span Columns” אפטיילונג ביי די פערעגרעף סטייל קעסטל, און סעלעקטן “ספען קאלאמנס > ספען אלל”, אזוי וועט די קעפל שטיין איבער די גענצע ברייט פון די בלאט און נישט נאר פון די קאלום.

די נעקסטע זאך וואס מיר ווילן אנשטעלן איז די “קיפ אפשאנס”, מיר ווילן אז יעדע פרק זאל זיך אנהייבן אויף א נייע אד בלאט, כדי מיר זאלן קענען לייגן א שיינע שער בלאט בעפאר יעדע פרק.

קיפ אפשאנס > סטארט פערעגרעף > סעלעקט “On Next Odd Page”.

בילד

יעצט ברויך מען נאר מאכן א פיינד ריפלעיס, זוך אויף די נעקסטע פרק קעפל, פיינד פארמעט לייג אריין עטוואס פון די פארמעט, טשענדזש פארמעט, לייג די “ביג העדער” סטייל. פיניש, הערליך.

בילד

בילד

יעצט לאמיר סטיילן די קליינע קעפעלעך

די זעלבע מהלך ווי פריער, העמיר אים אנרופן “Small Header”.

בילד

פאנט: פאנטביט-ליווארנע, סייז 19, לידינג אוטא, ביי ספעיסינג לאמיר אים מאכן אליינד סענטער, ספעיס בעפאר 0.125, ספעיס עפטער 0.625.

בילד

בילד

פאר די קעפלעך, וויל איך האבן אזא דינע ליין פארדעם און נאכדעם, דאס ווערט אנגערופן “פערעגרעף ראל”, עס געפונט זיך ביי די קליינע מעניו אויבן ביי די רעכטע זייט פון די סקרין, אדער קען מען דרוקן Ctrl + Alt + j, אבער מיר מאכן עס דירעקט אין די פערעגרעף סטייל, צום ערשט לאמיר מאכן א טשעק ביי “ראל אבאוו” די דיקעקייט 1 פונקט, די טייפ “ווייסע דיימאנטן”, די ברייט זאל זיין פון די קאלאם, די אפפסעט 0.22, די קאליר שווארץ אדער טעקסט קאליר (וואס איז ביינונז שווארץ), “קיפ אין פרעים” וועט מאכן אז אויב די קעפל ליגט אויבן פון די פרעים זאל זיך די ליין נישט ארויסשטעקן פון די פרעים ודו”ק.

בילד

יעצט סעלעקט “ראל בעלאו” און שטעלט אן די זעלבע אפציעס, נאר די אפפסעט זאל זיין 0.0625. זעמיר פערטיג מיט דעים.

בילד

ביי קיפ אפשאנס, שרייב נאר אן איינסער ביי “קיפ וויט נעקסט” אזוי וועט קיינמאל נישט זיין א קעפל אינטן פון די טעקסטבאקס אן קיין ווערטער…

בילד

מאכט זיכער אז די קאליר איז שווארץ.

אנדערליין אראפ פארשטייט זיך.

בילד

נישט פארגעסן צו מאכן א פיינד ריפלעיס.

בילד

גוט. יעצט האט שוין די ספר עפעס א שטיקל צורה.

ביי די קומענדיגע פאר לעקציעס וועט די ספר בעז”ה באקומען א פנים חדשות, דורך חלונות און פארשידענע סטיילס.


http://toiglicher.com/%D7%A7%D7%90%D7%A ... %A2%D7%9A/
יש מזל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

א ריזיגן יש"כ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מזל »

איך האב ב"ה א גוטן געשמאק אויסצשוטעלן ספרים
אבער.... אלעס האב איך געמאכט ביז לעצטענס אויף וואורד
און געווארט אויף דעם טאג וואס כ'וועל האבן די פאר שעה זיך אויסצולערנען אינדיזיין
און היצט ביסטו מיך ממש מחי'
ס'העט מיר לכאורה בעזר השי"ת אריינברענגען א שיינע פרנסה
בזכות רבינו ישעי' ב"ר משה זי"ע
ומגלגלים זכות ע"י זכאי
נאכאמאהל א גרויסן יש"כ ענד קיעפ אן
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

טויגליך דיינע שיעורים זענען וואונדערבאר!!

וואן אף עי קיינד!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

הערליך הערליך
גאר רייך אין אינטערסאנט
כ'וואלט זייער איפרישיעט אויב מ'קען עס לייגן אויף א PDF.
אבער גיי ווייטער אן מיטן הערליכען ארבעט מיר האבן גאר שטארק הנאה און ניצן דערפון
#כה לחי
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
יש מזל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מזל »

ר' טויגליך מיר ווארטן שוין אלע אויף דיינע וואונדערבארע שיעורים....
דער זמן האט זיך שוין אנגעהויבן די בחורים האבן שוין געקויפט נייע חאלאטלעך...
און מיר זיצן שוין צוריק ביים קאמפיוטער און מ'טייטלט שוין אפילו אויפן קי-באורד, און מ'ווארט נאר אז דער טאלאנטפולער מגי"ש זאל אנהויבן.....
הצלחה בכל אופן
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

אפשר וועט היינט עפעס ארויף, מ׳קענישט וויסן...
אויב יא איז א ספק צו איבער חלונות אדער איבער לייגן שיינע דעזיינס ביי די זייטן פון א העדער אויטאמאטיש.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

חלונות ביטע...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
יש מזל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מזל »

נודה לך האט געשריבן:חלונות ביטע...

גא"מ
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

יש מזל האט געשריבן:
נודה לך האט געשריבן:חלונות ביטע...

גא"מ

ג"א
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

קאפיטל ח’ | געבלומטע העדערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

אצינד לאמיר זיך נעמען איבער די פרקים,
מיר ווילן לייגן אזעלכע שיינע בלומעלעך ביי די זייטן פון די ווערטער “פרק וכו’ “.
אבער מיר ווילן פארשטייט זיך נישט דארפן אריינפעיסטן ביי יעדע עקסטער אזא בלומעלע, אשר על כן העמיר פראבירן צו ווייזן צוויי מהלכים דערצו, וואס איז אונז לעצטנס אויסגעקומען צו דערשנאפען בעז”ה, ביים פראבירן ארויסצוהעלפן א חשובע מיטגליד אונזערע.
פום צינטל. האמיר דא א רעכטע זייט מיט א לינקע זייט, די לינקע זייט איז זייער גרינג, נאר די רעכטע איז אביסל מער קאמפליצירט ווי שפעטער געמסבירט, העמיר אויף דעם האבן צוויי וועגן.
און ווער עס האט א בעסערע מהלך, ווערט אויפגעפאדערט עס מיטצוטיילן מיטן עולם, והוא רחום וגו’.
שוין גענוג גמקדימ’עט, לאמיר מער אריינקריכן אינם סוגיא, קודם לאמיר דאונלאודן א שיינע פאנט (יא א פאנט – און נאך בחנם) וואס וועט דינען אלס די שיינע בלומעלעך.
דא האט הרב קנאפער ידען צוגעוויזן שיינע פאנטס,
מיר וועלן נוצן Wingdings 2.

***

בילד

די פראבלעים איז אז די פרקים שטייען אינאיינעם מיט די נאמען פון די פרק,
כדי דאס דורך צו שוויצן, לאמיר צום ערשט מאכן א קאפי פון די העדער סטייל און עס אנרופן פרק.
דערנאך לאמיר גיין צום פאריגן העדער סטייל און אראפנעמען ביי די Keep Options די אפציע וואס צווינגט דעם גרויסן העדער זיך אנצוהייבן אנפאנג פון א Odd פעידזש.
יעצט לאמיר נוצן א פשוטער פיינד-ריפלעיס, סערטשט פאר א “ספעיס דעש ספעיס” פון די אלטע העדער סטייל, און ריפלעסט מיט אן ענטער, דערנאך לאמיר מאכן נאך א סערטש פאר די ווארט “פרק” מיט די אלטע סטייל, און ריפלעיסן מייט די נייע סטייל.

בילד

בילד

בילד

יעצט לאמיר מאכן די סייז פון די פרק סטייל פאר 0.25 און פארשטייט זיך אז די Keep Options זאלן ביי דעם יא בלייבן.

אצינד למעשה, לאמיר צולייגן די שיינע בלומען!
די ערשטע זאך לאמיר אויסקלויבן א שיינע דעזיין, העמיר עפענען דעם “גליפ’ס” פענעל און אויסקלויבן דעם Wingdings 2 פאנט, און זוכן א שיינע בלום, גיב אזא דאבל קליק עס אריינצופעסטן ווי די מייז געפונט זיך.

בילד

בילד

פאר די רעכטע זייט וועלמיר האבן צוויי וועגן,
איין וועג איז צו אריינפעיסטן דער בלום בעפארן פערעגרעף, די פראבלעים איז אז אפילו איך קען טרעפן די פלאץ דורך “פיינד” קען איך אבער נישט אריינפעיסטן, ווייל איך ריפלעיס נישט גארנישט.
אע”כ מוז מען נוצן א “גרעפ קאוד” וואס מאכט אזוי ווי א קאפי פון די גאנצע שטיקל, און ריפלעיסן מיט די בלום + די גאנצע שטיקל.
אלזא לאמיר מאכן א קערעקטער סטייל פאר די שטיקל.
מיר וועלן עס אנרופן Flower,
די פאנט Wingdings 2 די סייז 18 און שוין.

בילד

יעצט לאמיר אפפלייען די סטייל צו די בלום וואס מיר האבן אויסגעפיקט.
אצינד עפנט דעם פיינד ריפלעיס קעסטל, לאמיר גיין צו גרעפ, ביי פיינד לייגט אריין

קאוד: וועל אויס אלע

^(.+?)$


און ביי ריפלעיס לייגט אריין


נישט פארגעסן ביי פיינד פארמאט זאל זיין נאר די “פרק” פערעגרעף סטייל.

בילד

יעצט ברויך מען סעלעקטן דעם בלום, און אריינקליקן אינם גרויסן טעקסטבאקס , און דרוקן “טשענדזש אלל”!

בילד

אלע אינסטרוקציעס מוזן זיין פונקטליך, אז נישט קען זיך מאכן פראבלעימען, אבער בפשטות ברויך עס ארבעטן.

יעצט לאמיר סעיוון דעם גרעפ ביים קוועטשן אויף דעם עררא וואס ליגט אויבן פונ’ם פיינד-טשענדזש קעסטל, און עס גיבן א נאמען “רעכטע בלום” וכדו’.
לאמיר אריינלייגן די לינקע בלומעלע ביי די ערשטע פרק און עס מאכן פאר די בלום סטייל, יעצט לאמיר עס קאפיען צוזאמען מיט’ן ענטער, וויאזוי?, לאמיר אריינקליקן גלייך נאך די אות פון די פרק, און שלעפן מיט די מייז די ספעיס, די בלום, און ווייטער ביז די סוף שורה, עס זאל זיין סעלעקטעד אזוי ווי א ספעיס נאך די בלום, וואס די ספעיס איז באמת די ענטער, יעצט לאמיר עס אריינפעיסטן אין די ריפלעיס באקס, ביי פיינד לייגט מען א “ענד אף פערעגרעף ווי פריער דערמאנט”, יעצט ביי פיינד פארמאט לייגט מען די פרק סטייל, און ביי ריפלעיס, די בלום סטייל,
“טשענדזש אלל”.

בילד

יעצט קען מען מאכן א פיינד ריפלעיס, סערטש פאר א ספעיס, פיינד פארמאט – פרק. רפלעיס פארמעט – קערעקטער סטייל, None, פערעגרעף סטייל, פרק.
עד כאן אומרים בשבת הגדול.
די צווייטע וועג איז:
פשוט, צו מאכן דעם העדער פאר א באלעט ליסט, און טוישן די באלעט צו די בלום, און דערנאך מאכן די לינקע אזוי ווי פריער.!

בילד


http://toiglicher.com/%D7%A7%D7%90%D7%A ... %A8%D7%A1/
יש מזל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

טענק יו......

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מזל »

במעמד קהל ועדה וויל איך ארויסברענגען מיינע דאנק געפילן פארן טויגליכער איד פארן אוועקגעבן פון זיין טייערע צייט ארויסצוהעלפן אחב"י העוסקים באינדיזיין בשיעוריו הנפלאים.
שכרך הרבה מאוד, וכל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו (יומא פ"ז ע"א).
הצלחה מרובה
אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1732
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארגארפיק »

יש מזל האט געשריבן:במעמד קהל ועדה וויל איך ארויסברענגען מיינע דאנק געפילן פארן טויגליכער איד פארן אוועקגעבן פון זיין טייערע צייט ארויסצוהעלפן אחב"י העוסקים באינדיזיין בשיעוריו הנפלאים.
שכרך הרבה מאוד, וכל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו (יומא פ"ז ע"א).
הצלחה מרובה
מודעה משמחת! נינידזשער (סטעיט פאליס) ראוד ספיד לימיט איז 55! שוין יאהרן לאנג....
[email protected]
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

קוידם א גרויסן דאנק אייך פאר די גאר ניצבארע אינפארמאציע...
איך וויל וויסן היות כ'מאך אסאך טייפ אסאך נישט קיין גרויסע זאכן זעהט מיך אויס אז פאר א פלעינע צעטל איז אסאך געשמאקער אין גרינגער צו ניצן ווארד. איז עס אזוי ?
אזוי אויך אויף מיין אינדיזיין איז דא אסאך אנדערע זאכן (בעסעער געזאגט איז נישט דא די אלע זאכן) וואס דו דערמאנסט דארט. כ'האב דאכט זיך SC6
האט עס צוטוען מיט א נייערע מאדל ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

קאנגראטולאציעס צו הרב טויגליכער צו זיין נייעם אוועטאר!

אבער פון אזא "טויגליכער" ווי דו, וואלט איך ערווארטעט עפעס מער אריגינעל.
יש מזל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מזל »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:קאנגראטולאציעס צו הרב טויגליכער צו זיין נייעם אוועטאר!

אבער פון אזא "טויגליכער" ווי דו, וואלט איך ערווארטעט עפעס מער אריגינעל.

גראדע בעסער ליב געהאט דעם אינגערמאן מיטן היטל........
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”