ברענדינג, מארקעטינג, גרעפיקער,

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אויב איך בין איך
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 2:27 pm

ברענדינג, מארקעטינג, גרעפיקער,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויב איך בין איך »

א גיטען טייערע חברים וידידים

איך האב בה א גרויסע ביזנעס און איינע פון די היימישע געגענטער, אין עס דארף צוקומען צי מענטשען אז זיי זאלן אריינוואקן אהין מיט גאטס הילף.

איז אזוי,

איך האב געוואלט אביסל איבערמאכן די סטייל ס'זאל ווערן מער up to date וואו מען ריפט עס, (איך האלט גראדע אז ס'איז פיין אזוי אויך באט...נא שוין דער עולם טאנעט אז מדארף עפעס פריש) יעצט הייבצעך אן די צומישעניש, איינער זאגט, "מאך איבער די לאגא", שרייט א צווייטער "נע.. מדארף איבערמאכן די בעגס" שרייט א דריטער "נע... די ווייסט נישט וואס די רעדסט, מדארף "ריברענדען" דאס גאנצע קאמפעני" שוין איך ווייס שוין נישט וואס צוטוהן, קומט איינער שרייען "דו דארפסט אנהייבן "מארקעטן" דיינע פראדוקטן" ריבונו של עולם וואס דארף איך די גאנצע קאמפעני מארקעטינג...ברענדינג....לאגא....בעגס. איך ווייס נישט וואס.

איז אזוי וואו איך זעה אז דא אויפן וועלטל זענען דא אסאך מבינים אין די נושא, אפשר קען איינער פארשטיין געבן פאר מיין אלטע קאפ ווען דארף איך א גרעפיקער אין ווען א מארקעטער אין ווען א ברענדער. והכל על הקאמפעני יבוא עם קאסטעמערס

א ישר כח למפרע
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

די זיכסט א ביזנעס קאנסאלטענט
The Divided States Of America
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
דיינע שאלות זענען שוין חצי תשובה - ווען א ביזנעס אייגענטומער פרעגט אזוי איז ער שוין געווענליך אדורך "אסאך." ממילא דו האלטסט שוין גאנץ פאראויס.
די אלע פרטים זענען וויכטיג, אבער זענען קיינמאל נישט די זעלבע ביי יעדן.

איך געב דיר 15 מינוט בחנם פאר א שנעלע איבערבליק.

קום אין אישי אדער אימעיל.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אויב איך בין איך
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויב איך בין איך »

יש בו האט געשריבן:די זיכסט א ביזנעס קאנסאלטענט

אויב האב איך געמיינט אז עס איז נאר דא 3 סארטן, הער איך יעצט פון א פערטע.

אוי טאטע העלף
חסידישער מבין
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 26, 2019 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער מבין »

לאממיך דיך פרובירן צו ארויסהעלפן דורך קלאר מאכן אפאר נקידות.

אין די היינטיגע וועלט וועסטו טרעפן אלע מיני סארטן מענטשן וואס זענען דא ארויסצוהעלפן ביזנעסער מיט זייער מארקעטינג, ברענדינג און אלעס וואס האט צו טוהן מיט זייער ביזנעס.

וועמען די דארפסט, אדער וואס די דארפסט טוהן ווענדט זיך איבערהויפט אין וואס דיין ציל איז אדער וואס די פראבלעם איז.

איך קען נישט דיין ביזנעס, אבער איידער די אינוועסטירסט שווערע געלטער אין רי-בראנדינג, מארקעטינג אדער סיי וואס, מאך זיכער אז עס פעלט טאקע אויס.

איז די פראבלעם אז נישט גענוג מענטשן קומען אריין?
איז עס טאקע ווייל די ברענדינג, די בליק וואס מענטשן האבן אויף דיין ביזנעס, טויג נישט - אדער איז דא אן אנדערע סיבה דערצו?

געדענק נאר איין זאך, אלעס ווענדט זיך אין דיינע קליענטן. איינמאל די ווייסט ווער זיי זענען, וואו זיי צו טרעפן, וואס זיי ווילן באמת און וויאזוי די העלפסט זיי, וועסטו שנעלער קענען מחליט זיין צו ס'פארלאנגט זיך טאקע א פרישע פנים פאר דיין ביזנעס אדער גאר עפעס אנדערש.

דרך אגב, לאגא'ס, בעגס א.ד.ג. איז אלעס א חלק פון דיין קאמפאני'ס ברענדינג - די פנים וואס ס'האט אין מענטשן'ס אויגן.
א ביזנעס קאנסאלטאנט אדער ביזנעס קאוטש איז דא דיך צו העלפן אויב די ביסט נישט קלאר אין וואס די דארפסט טוהן למשל צו אריינברענגן מער קליענטן אדער צו דיך העלפן איבערקומען פראבלעמען און פארעכטן דאס וואס דארף ווערן פארראכטן כדי די זאלסט מיט'ן אייבערשטן'ס הילף קענען מצליח זיין.

נאך איין זאך אויב איך מעג צולייגן... נישט קיין חילוק וואס די ביסט מחליט צום סוף - מאך זיכער אז וועם די ניצט איז טאקע ריכטיג פאר דיר און אז ער/זיי ווייסן באמת וואס זיי טוהן.
איך קען צופיל מענטשן וואס האבן אינוועסטירט שווערע געלטער - אין געבליבן מיט גארנישט... אדער האבן זיך אפגעברוהט. ווי מ'זאגט do your homework פאר די ניצט איינעם.

הצלחה רבה!
בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע: ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין »

אויב דו ברויכסט נאך הילף קום אין אישי
כ'וועל דיר גערן פראבירן אויסצוקלארן בחנם, כ'האב נאר צו סאך שאלות וואס ס'איז שווער צו פרעגן אויף א פובליק פארום
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס? פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.
אויב איך בין איך
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויב איך בין איך »

חסידישער מבין האט געשריבן:לאממיך דיך פרובירן צו ארויסהעלפן דורך קלאר מאכן אפאר נקידות.

אין די היינטיגע וועלט וועסטו טרעפן אלע מיני סארטן מענטשן וואס זענען דא ארויסצוהעלפן ביזנעסער מיט זייער מארקעטינג, ברענדינג און אלעס וואס האט צו טוהן מיט זייער ביזנעס.

וועמען די דארפסט, אדער וואס די דארפסט טוהן ווענדט זיך איבערהויפט אין וואס דיין ציל איז אדער וואס די פראבלעם איז.

איך קען נישט דיין ביזנעס, אבער איידער די אינוועסטירסט שווערע געלטער אין רי-בראנדינג, מארקעטינג אדער סיי וואס, מאך זיכער אז עס פעלט טאקע אויס.

איז די פראבלעם אז נישט גענוג מענטשן קומען אריין?
איז עס טאקע ווייל די ברענדינג, די בליק וואס מענטשן האבן אויף דיין ביזנעס, טויג נישט - אדער איז דא אן אנדערע סיבה דערצו?

געדענק נאר איין זאך, אלעס ווענדט זיך אין דיינע קליענטן. איינמאל די ווייסט ווער זיי זענען, וואו זיי צו טרעפן, וואס זיי ווילן באמת און וויאזוי די העלפסט זיי, וועסטו שנעלער קענען מחליט זיין צו ס'פארלאנגט זיך טאקע א פרישע פנים פאר דיין ביזנעס אדער גאר עפעס אנדערש.

דרך אגב, לאגא'ס, בעגס א.ד.ג. איז אלעס א חלק פון דיין קאמפאני'ס ברענדינג - די פנים וואס ס'האט אין מענטשן'ס אויגן.
א ביזנעס קאנסאלטאנט אדער ביזנעס קאוטש איז דא דיך צו העלפן אויב די ביסט נישט קלאר אין וואס די דארפסט טוהן למשל צו אריינברענגן מער קליענטן אדער צו דיך העלפן איבערקומען פראבלעמען און פארעכטן דאס וואס דארף ווערן פארראכטן כדי די זאלסט מיט'ן אייבערשטן'ס הילף קענען מצליח זיין.

נאך איין זאך אויב איך מעג צולייגן... נישט קיין חילוק וואס די ביסט מחליט צום סוף - מאך זיכער אז וועם די ניצט איז טאקע ריכטיג פאר דיר און אז ער/זיי ווייסן באמת וואס זיי טוהן.
איך קען צופיל מענטשן וואס האבן אינוועסטירט שווערע געלטער - אין געבליבן מיט גארנישט... אדער האבן זיך אפגעברוהט. ווי מ'זאגט do your homework פאר די ניצט איינעם.

הצלחה רבה!

א גרויסן ישר כח הרב מבין. איר רעדט טאקע וואו א מבין
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

ווער זאגט אז אינוועסטירן אין ברענדינג אדער מארקעטינג איז וואס דו דארפסט?

אוודאי ווען איינער עפענט א געשעפט, און דארף עס במילא אדווערטייזן, לוינט זיך אראפצושטעלן א פרעסעפשאן פון א קלינגעדיגע נאמען אדער לאגא.

אבער סתם אבי מארקעטן אנע סטראטעגיע וואס דו האסט באמת צו פארקויפן איז זייער טייער אן קיין גרויסע רעזולטאטן.
איך וואלט געזאגט אז דו זאלסט ליבערשט מארקעטן דיינע פראדוקטן ווי איידער דיין "ברענד". דו דארפסט אויספיגערן מיט וואס דיין סערוויס אדער דיינע אייטעמ'ס זענען ספעציעל, און עטאבלירן א need פארן קאנסומער צו ברויכן דעם אייטעם.
אויב איך בין איך
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויב איך בין איך »

וואס איז אבער אויב אין די זעלבע געגענט איז דא לעצטענס די זעלבע פראדוקטן פון א צווייטען וואס דארף איך טון דארף איך מארקעטן מיין אייטעם אדער וויבאלד יענער האט עס אויך דארף איך מארקעטן מיין נאמען
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

לויט ווי איך פארשטיי צווישן די שורות זענט איר פונעם עלטערן חשוב׳ן דור וואס האט געהאט א געשפעט יארן לאנג און שיין מצליח געווען... און איצטער וועקט איר זיך אויף צו א ׳נייעם׳ דור, אשר לא ידע את... און נאכדערצו איז צוגעקומען א קאמפעטישן וואס איז אריינגעקומען מיטן גאנצן ׳היינטיגן׳ קנאק...

אויב ס׳איז אמת דעם דאזיגן השערה וואלטעך אזוי געזאגט:
איר קענט דעם סעינג?
Don't Judge a Book by its Cover
חזר׳ט אייך דאס גוט איין... און זייט וויסן אז דאס און טאקע ׳נאר׳ דער קאווער איז וואס רעדט היינט...
חסידישער מבין
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 26, 2019 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער מבין »

Graphic24 האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי צווישן די שורות זענט איר פונעם עלטערן חשוב׳ן דור וואס האט געהאט א געשפעט יארן לאנג און שיין מצליח געווען... און איצטער וועקט איר זיך אויף צו א ׳נייעם׳ דור, אשר לא ידע את... און נאכדערצו איז צוגעקומען א קאמפעטישן וואס איז אריינגעקומען מיטן גאנצן ׳היינטיגן׳ קנאק...

אויב ס׳איז אמת דעם דאזיגן השערה וואלטעך אזוי געזאגט:
איר קענט דעם סעינג?
Don't Judge a Book by its Cover
חזר׳ט אייך דאס גוט איין... און זייט וויסן אז דאס און טאקע ׳נאר׳ דער קאווער איז וואס רעדט היינט...


I disagree.

ס'איז נישט אזוי ווייט די קאווער - ס'איז וויאזוי די מאכסט זיי פילן.

אויב דיינע קליענטן ווילן פילן up to date אדער אז זיי פארשטייען אן עסק - און די קענסט דאס זיי צושטעלן, דעמאלטס דארפסטו אנטוהן אזא פנים. אויב זיי ווילן פילן אז זיי קענען דיך געטרויען - דעמאלטס דארף די "קאווער" דאס ארויסברענגען.

אן וויסן מער דעטאלן איז שווער צו וויסן וואס ס'פעלט באמת. אבער אויב זיין השערה איז גערעכט, דעמאלטס האסטו דאך אלטע קליענטן פון וועם די קענסט באקומען פידבעק.
נעם די צייט צו אויסגעפונען פון זיי וואס זיי גלייכן און וואס זיי גלייכן נישט פון דיין געשעפט. פארוואס קומען זיי דווקא איינקויפן ביי דיר? וואס זוכן זיי באמת? וויאזוי קענסטו זיי צושטעלן בעסערע סערוויס? וואס איז זיי וויכטיג און וואס נישט? די ענטפערס זענען אפט מאל אינגאנצן אנדערש ווי מ'האט זיך פארגעשטעלט...

איינמאל די האסט די אינפארמאציע קענסטו וויסן אסאך בעסער וואס די דארפסט טוהן צו מצליח זיין בעזר ה' און אויב די זעהסט אז עס פעלט זיך טאקע אויס א נייע "קאווער" וועסטו וויסן וואס צו זאגן פאר די דיזיינער וואס די נייע דיזיין דארף ארויסברענגן.

(אויב די ווילסט קום אין אישי און איך וועל דיך פרובירן צו העלפן מער אקורעט לויט דיין מצב - פאר בחנם פארשטייט זיך. איך בין אין די ליין, אבער איך טוה דאס נישט דיירעקט פאר פרנסה)
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

עס קען אמאל זיין אז מען דארף ריברענדן א געשעפט. אבער דאס איז זייער א קאסטבארע פראיעקט, וואס קען זיך יא אדער נישט אויסארבעטן, דיין קאמפעטישן קען עס פונקט אזוי נוצן, און אפילו עס האט יא סוקסעס בלייבט איבער אויסצורעכענען צו עס האט למעשה געברענגט די געוואונטשענע רווחים. ברענדינג דיזיין איז א געברויך אויף א היי-ענד פראדוקט אדער אויף טייערע / גרויסע מארקאפ אינדעסטריען. אבער אויף א געווענליך געשעפט איז דאס די דריטע זאך אין די ליניע.

ענדערש לוינט זיך צו זיין פאקטיש באזירט מיט עפעס מער ספעציעל ווי בלויז די לאגא אדער גרעפיק. דו מעסעדזש וואס דו דעליווערסט זאל זיין עפעס וואס איינער זאל באמת האבן א סיבה צו זיין דיין קאסטומער. ס'מוז נישט זיין קיין גרויסע זאכן. טיילמאל איז דאס בלויז א קלייניגקייט.

א דוגמא. קוק אויף די עקזיסטירנדע קאסטומערס און וואס איז די מעגליכע סיבה האט זיי געברענגט צו דיר. אפשר איז שייך דאס אפצוגרעיטן אויף א גרעסערע באזע קאסטומערס אדער אויף א גרעסערע אויסוואל פון אייטעמס? אמאל איז גענוג אריינצוברענגען א געוויסע אייטעם ליין וואס קיינער אנדערש האט נישט בכדי אריין צו שלעפן געוויסע קונים. און איינמאל זיי זענען שוין אינעווייניג וועלן זיי שוין ווערן דיין קאסטומער.
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

חסידישער מבין האט געשריבן:
Graphic24 האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי צווישן די שורות זענט איר פונעם עלטערן חשוב׳ן דור וואס האט געהאט א געשפעט יארן לאנג און שיין מצליח געווען... און איצטער וועקט איר זיך אויף צו א ׳נייעם׳ דור, אשר לא ידע את... און נאכדערצו איז צוגעקומען א קאמפעטישן וואס איז אריינגעקומען מיטן גאנצן ׳היינטיגן׳ קנאק...

אויב ס׳איז אמת דעם דאזיגן השערה וואלטעך אזוי געזאגט:
איר קענט דעם סעינג?
Don't Judge a Book by its Cover
חזר׳ט אייך דאס גוט איין... און זייט וויסן אז דאס און טאקע ׳נאר׳ דער קאווער איז וואס רעדט היינט...


I disagree.

ס'איז נישט אזוי ווייט די קאווער - ס'איז וויאזוי די מאכסט זיי פילן.

אויב דיינע קליענטן ווילן פילן up to date אדער אז זיי פארשטייען אן עסק - און די קענסט דאס זיי צושטעלן, דעמאלטס דארפסטו אנטוהן אזא פנים. אויב זיי ווילן פילן אז זיי קענען דיך געטרויען - דעמאלטס דארף די "קאווער" דאס ארויסברענגען.

אויב ווילסטו זיך מחולק זיין מיט מיר, דאן טועס! דערווייל קוקט מיר אויס אז ביסט מיר נאר בעסער מסביר...
---
אבער איך וויל ׳יא׳ אגריען מיט דיר, אז ס׳ווענטסעך אין אסאך פרטים וואס ברויך ווערן געהעריג אויסגעשמועסט
חסידישער מבין
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 26, 2019 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער מבין »

Graphic24 האט געשריבן:
חסידישער מבין האט געשריבן:
Graphic24 האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי צווישן די שורות זענט איר פונעם עלטערן חשוב׳ן דור וואס האט געהאט א געשפעט יארן לאנג און שיין מצליח געווען... און איצטער וועקט איר זיך אויף צו א ׳נייעם׳ דור, אשר לא ידע את... און נאכדערצו איז צוגעקומען א קאמפעטישן וואס איז אריינגעקומען מיטן גאנצן ׳היינטיגן׳ קנאק...

אויב ס׳איז אמת דעם דאזיגן השערה וואלטעך אזוי געזאגט:
איר קענט דעם סעינג?
Don't Judge a Book by its Cover
חזר׳ט אייך דאס גוט איין... און זייט וויסן אז דאס און טאקע ׳נאר׳ דער קאווער איז וואס רעדט היינט...


I disagree.

ס'איז נישט אזוי ווייט די קאווער - ס'איז וויאזוי די מאכסט זיי פילן.

אויב דיינע קליענטן ווילן פילן up to date אדער אז זיי פארשטייען אן עסק - און די קענסט דאס זיי צושטעלן, דעמאלטס דארפסטו אנטוהן אזא פנים. אויב זיי ווילן פילן אז זיי קענען דיך געטרויען - דעמאלטס דארף די "קאווער" דאס ארויסברענגען.

אויב ווילסטו זיך מחולק זיין מיט מיר, דאן טועס! דערווייל קוקט מיר אויס אז ביסט מיר נאר בעסער מסביר...
---
אבער איך וויל ׳יא׳ אגריען מיט דיר, אז ס׳ווענטסעך אין אסאך פרטים וואס ברויך ווערן געהעריג אויסגעשמועסט


;l;p- :grin:
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

אישי איז פיין, אבער בדרך כלל גוט צו וויסן אז מיט קלוגע וועגן דארף מען נישט אויסגעבן קיין מאיאנטיקעס. דא אסאך מיטלען צו WOW'ען דעם עולם פאר פעניס אויפ'ן דאלאר.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

אויב איך בין איך האט געשריבן:
איך האב געוואלט אביסל איבערמאכן די סטייל ס'זאל ווערן מער up to date וואו מען ריפט עס, (איך האלט גראדע אז ס'איז פיין אזוי אויך באט...נא שוין
דער עולם טאנעט אז מדארף עפעס פריש)
מאך איבער די לאגא",
מדארף איבערמאכן די בעגס" שרייט א דריטער
"נע.."ריברענדען" דאס גאנצע קאמפעני" שוין איך ווייס שוין נישט וואס צוטוהן, קומט איינער שרייען "דו דארפסט אנהייבן "מארקעטן" דיינע פראדוקטן"
א ישר כח למפרע


דו האלטסט אז עס איז גוט, פארוואס?
דער עולם האלט "מ'דארף, פארוואס?

איך וועל טרייען צו מאכן א קורצע ס"ה
וואס מיינט אז "א ביזנעס איז גוט"
1. עס איז פראפיטעבל, נישט אין א לאָך
2. דו קענסט ארויסנעמען וויפיל עס פעלט דיר אויס צום לעבן וכו'

אויב איינס פון דעם פעלט, דארף מען זעען וואס מען קען טוען עס צו בויען

דערנאך קומט צו נאך א נקודה, וואס איז דו FUTURE פון דיין ביזנעס? ווי סטעיבל איז עס? ווי שנעל קען עס אינטערגיין? (דורך טשענדזשעס אין די וועלט אדער דורך קאמפעטישאן
(אודאי קענען ביזנעס אנגיין יארן אן טראכטן דערפון, און אודאי איז די אונטערשטע שורה אז דער באשעפער פירט די וועלט, איך רעדט יעצט ווי אזוי עס ארבעט בדרך הטבע)

אויף די ביידע זאכן (דהיינו, עקספענדן, און פארזעהן) מוז מען וויסן וואס איז דיין "מארקעט"
דהיינו וואס האסטו צו פארקויפן?
ווער איז אינטערסירט דאס צו קויפן?
און פארוואס זענען די דאזיגע מענטשן אינטערסירט דאס צו קויפן? (עפעס א חסרון ווילן זיי ממלא זיין)

"מארקעטינג" איז די טייטש, אז דו בויעסט א קאמיוניקעישן איבער די מעלה פון דיין סערוויס/פראדוקט, וואס זאל פארציילן פאר דעם וועם די צילסט עס צו פארקויפן, כדי זיי זאלן עס ווילן קויפן, (שטייצעך עס ליגט דערין אומנות און עקספירעינס וויאזוי עס צו מאכן און עס אינוואלווד אסאך פרטים)

יעצט צו טוען מארקעטינג אויף א געזונטער אופן מוזטו קענען זאגן וואס דו פארקויפסט דו מוזט קענען זאגן וואס איז אייגענארטיג מיט דיין פראדוקט, וואס דאס "רעדט" צו דער קרייז וואס איז אינטערסירט (נאכאמאל נישט וואס דו האלטסט, נאר ווואס דאס רעדט צו יענעם)
מיט גייט אריין און פרטי פרטים פון מי, מה, למי, את מי, מתי, איה, איך, ולמה, מען נעמט עס צוזאמען און א קורצע שורה וואס דאס גייט זיין דער "לעיבל" פון דיין ביזנעס "זהו" דאס איז עס,

דאס ווערט אנגערופן "ברענדינג" ברענד איז די ID איי די פון דיין ביזנעס וואס איז די צווייטע שטאפל און דיין "מארקעטינג" צו רעדן צום פאטענשעל קאסטאמער

פארוואס זאג איך צווייטע? ס'איז באמת די ערשטע דאס איז דער אנהייב פון מארקעטינג

גיימער צוריק צו "אלף" וואס האט אונז אהער געברענג? דאס איז דו ערשטע שטאפל
"געלט"
דארף מען צוריק אפשאצן צו דו קענסט טאקע פארקויפן דער פראדוקט צו מאכן די געלט וואס מען דארף מאכן,
אויב שטומט עס נישט (מען דארף דא אדורך גיין נאך א ים מיט פרטים פון פרייסינג, מארקעטינג פאזישן, פראמאשענס, עדווערטייזנג, סעילס, אווערהעד, וכו') ברויך מען אביסל ארום טוישן ביז מען קומט צום ציל

א "לאגא" דארף ווערן געמאכט מיט חכמה צו אינקלאדן די קאמיוניקעישן פון דיין "ברענד" צו דיין "מארקעט"

צוריק צו דיין קשיא ד"דו האלטסט" "דער עולם זאגט" דו אלע זאכן איז נישט משנה, די שאלה איז מאכסט געלט? יא אדער ניין? דו קענסט דיין קליענטעל דו ווייסט וואס זיי זיכן ביי דיר מער ווי ביי דיין קאמפעטישן?

אויב דארפסטו יא בעסערע מארקעטינג
די דארפסט וויסן א שטיקל חשבון RIO ריטורן אן אינוועסטמענט וואס דאס גייט דיר ברענגן
ווען די רעדטסט צו א מארקעטער און די זעהסט אז עס פעלט אים הבנה בהנ"ל טראג אפ פון אים
דיזיינען א לאגא, שרייבן עדס, אָן א גאנצע מארקעינג פלען איז געווארפן געלט אין גארבידזש אין אפילו מיט א פלאן ליגט דערין א חכמה יעדע זאך האט א וועג וויאזוי עס "רעדט" (נישט צו דו האסט עס ליב) און עס קען צומאל מאכן די פארקערטע תוצאה וואס דו זיכסט

הצלחה וברכה
קענסט מיר קאנטעקטן אין אישי אז דו ווילסט עס דורך שמועסן

איך בין נישט קיין מארקעטער - איך פיר פיינעשיעלס פון קליינע ביזנעס - ביזנעס פיינעשיעל דיירעקטאר - ווירטעל CFO)
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

אויב איך בין איך האט געשריבן:וואס איז אבער אויב אין די זעלבע געגענט איז דא לעצטענס די זעלבע פראדוקטן פון א צווייטען וואס דארף איך טון דארף איך מארקעטן מיין אייטעם אדער וויבאלד יענער האט עס אויך דארף איך מארקעטן מיין נאמען


כנ"ל דיין "ברענד" וועט מאכן עפעס אייגענארטיג מיט וואס דו פארקויפסט (ס'איז דא פארשידענע מהלכים, צומאל איז עס נאטורליך איך קען דיר עס אנכאפן אין א קורצע אינטערוויא, צומאל דארף מען עס באארבעטן, און דיין נאמען קען זיין איינס פון פילע מיטלען)
אבער ספענדן פאר א "ברענד" איז א חלק פון א פולע מארקעטינג סטראטעגיע

וואס הייבט זיך אָן, מיט א פוינט צו וואס דו ווילסט צוקומען

עפעס וואס איך האב פריער נישט ארויסגעשריבן
די בעסטע איז - נאך איידער זיך אריין לאזן אין מארקעטינג - צו האבן "מעזשערעבל" פוינט צו מעסט ווי די ווילסט אנקומען
דהיינו איך וויל קענען מאכן אזויפיל דאללער אין סעילס, און אזא שטיקל צייט, וואס דו זאלסט קענען א גאנצן צייט קוקן לויט דעם וויאזוי עס גייט
אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שווארטץ »

גוט מארגן.

איך וואלט געמאכט א קוגל פון רוב תגובות אויבן...

דער אמת איז אז ברענדינג טוסטו סייווי - גוט אדער שלעכט. ס׳דא מענטשן וואס קענען דיר זאגן וואס איז יא גוט און וואס נישט. אבער זיי קענען נישט עכט זאגן וויאזוי צו טון אין דיין ביזנעס נאר אויב דו האלטסט באמת דערביי צו געניסן פון די בענעפיטס וואס ברענדינג קען דיר ברענגען.

אזויווי ס׳דא אלע מיני מענטשן, איז דא אלע מיני ביזנעסער. אונזער קאלעקטיווע פראבלעם איז אז מיר מוזן פיטן אלעס אינעם זעלבן באקס פון הצלחות און דורכפעלער.

עניוועי, דו ווייסט לכאורה די בעסטע וואס דו קענסט יא אדער נישט טון. מיר, ברענדערס און דיזיינערס, קענען דיר העלפן עס ארויסברענגען מיט אונזער כח, דו מוזסט עס נעמען מכח אל ״הפועל״...
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”