גוגל פלעי מוזיק מאכט זיך צו, וואו גייט מען?
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
- נברא
- שר חמש מאות
- תגובות: 744
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
- לאקאציע: קרית יואל
גוגל פלעי מוזיק מאכט זיך צו, וואו גייט מען?
איך האב איבער טויזנט אלבומס אריינגערעכענט הונדערטער פריוואטע אייגענע אוידיא פיילס אריינגעלייגט אין גוגל פלעי מוזיק (גפ"מ), גפ"מ מאכט זיך צו און טוישט אריבער צו "יו טוב מוזיק" (יט"מ), דער פראבלעם איז, אז אין יט"מ פעלט די בעסטע חלקים פון גפ"מ, 1) מען קען נישט דאולאדן די פיילס וואס מען האט אליינס ארויפגעלאודט 2) מען קען נישט עדיטן די פיילס, דהיינו צולייגן א אלבום בילד, טוישן/פאררעכטן דעם נאמען פון ארטיסט, אלבום, טרעק 3) עס פעלד די "דזשענרע" אפטיילונג.
אויב איינער האט אן עצה וויאזוי מען נעמט ארויס דעם גאנצן לייברערי גרינגערהייט און עס ראטעווען פון פארלוירן ווערן. ישר כח

-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3152
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm
Re: גוגל פלעי מוזיק מאכט זיך צו, וואו גייט מען?
דאס איז דאך א געפערליכע גזירה. דער עפפ גייט מער נישט ארבעטן? אפשר אויב מען אפדעיט עס נישט וועט עס בלייבן.
אויב דיין גאנצע פראבלעם איז ראטעווען דיין לייברערי, פלעגט זיין א אפציע צו דאונלאודן די גאנצע מעשה אזוי ווי עס שטייט און גייט. נישטא מער די מעגליכקייט?
א שטיק צייט פלעגט זיין עפעס ענליך פון עמעזאן איך מיין אבער עס האט געקאסט געלט און צום סוף האבן זיי עס אינגאנצן מבטל געווען.

- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 30741
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
מען דארף צו קענען דאונלאודן דער גאנצער לייברערי, כזה https://9to5google.com/2018/05/21/how-t ... id-basics/
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
Re: גוגל פלעי מוזיק מאכט זיך צו, וואו גייט מען?
אוי וויי!
איך ניץ דאס אויף מיין פאון.ַ וואס קען איך מיין?
איך ניץ דאס אויף מיין פאון.ַ וואס קען איך מיין?
- נברא
- שר חמש מאות
- תגובות: 744
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
- לאקאציע: קרית יואל
Re: גוגל פלעי מוזיק מאכט זיך צו, וואו גייט מען?
ישר כח קנאפער ידען, האלב האסטו מיר שוין געהאלפן.
יעצט צו וואו לייגט מען עס ארויף? איך זוך אן אנליין פלאטפארמע וואס האט די פאלגענדע מעלות וואס גפ"מ האט. 1) מ'קען ארויף לייגן אייגענע זאכן 2) עס איז עס מסדר שיין, לויט אלבומס, ארטיסטס, דזשענרעס. 3) מ'קען עדיטן, אלבום ארט, אלבום נאמען, ארטיסט נאמען, טרעק נאמען, דשענרע וכו' 4) מ'קען דאולאודן די אלבומס צום קאמפיוטער.
יעצט צו וואו לייגט מען עס ארויף? איך זוך אן אנליין פלאטפארמע וואס האט די פאלגענדע מעלות וואס גפ"מ האט. 1) מ'קען ארויף לייגן אייגענע זאכן 2) עס איז עס מסדר שיין, לויט אלבומס, ארטיסטס, דזשענרעס. 3) מ'קען עדיטן, אלבום ארט, אלבום נאמען, ארטיסט נאמען, טרעק נאמען, דשענרע וכו' 4) מ'קען דאולאודן די אלבומס צום קאמפיוטער.
Re: גוגל פלעי מוזיק מאכט זיך צו, וואו גייט מען?
נברא האט געשריבן:ישר כח קנאפער ידען, האלב האסטו מיר שוין געהאלפן.
יעצט צו וואו לייגט מען עס ארויף? איך זוך אן אנליין פלאטפארמע וואס האט די פאלגענדע מעלות וואס גפ"מ האט. 1) מ'קען ארויף לייגן אייגענע זאכן 2) עס איז עס מסדר שיין, לויט אלבומס, ארטיסטס, דזשענרעס. 3) מ'קען עדיטן, אלבום ארט, אלבום נאמען, ארטיסט נאמען, טרעק נאמען, דשענרע וכו' 4) מ'קען דאולאודן די אלבומס צום קאמפיוטער.
..און האט א גוטע מאוביל עפפ.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
Re: גוגל פלעי מוזיק מאכט זיך צו, וואו גייט מען?
נאך א שנעלע זוך זעט אויס אז https://www.plex.tv/ איז פון די בעסטע אפציעס.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
Re: גוגל פלעי מוזיק מאכט זיך צו, וואו גייט מען?
יישר כח פארן עפענען דעם אשכול, א זאך וואס באדערט מיר שוין אפאר חדשים.
יוטוב מיוזיק האט אויך די פראבלעם אז פילטערס קענען עס נישט אזוי גרינג אדורכלאזן וויבאלד די דאומעין איז ענליך און עס ווייזט אויך מיוזיק ווידעאס.
כ'זוך וויכטיג אן אלטערנאטיוו.
יוטוב מיוזיק האט אויך די פראבלעם אז פילטערס קענען עס נישט אזוי גרינג אדורכלאזן וויבאלד די דאומעין איז ענליך און עס ווייזט אויך מיוזיק ווידעאס.
כ'זוך וויכטיג אן אלטערנאטיוו.
Re: גוגל פלעי מוזיק מאכט זיך צו, וואו גייט מען?
ווישוואש האט געשריבן:נאך א שנעלע זוך זעט אויס אז https://www.plex.tv/ איז פון די בעסטע אפציעס.
ס'קאסט געלט נאר פאר מוזיק?
Re: גוגל פלעי מוזיק מאכט זיך צו, וואו גייט מען?
זעט אויס אז צו נוצן די עפפ קאסט יא.
(כ'זע יעצט אז זיי האבן אויך סטריעמינג ווידיאו, די פילטערס וועלן לכאורה האבן א פראבלעם דערמיט).
(כ'זע יעצט אז זיי האבן אויך סטריעמינג ווידיאו, די פילטערס וועלן לכאורה האבן א פראבלעם דערמיט).
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
- נברא
- שר חמש מאות
- תגובות: 744
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
- לאקאציע: קרית יואל
Re: גוגל פלעי מוזיק מאכט זיך צו, וואו גייט מען?
ווי עס שיינט טוט "פּלעקס" צוזאם נעמען אלע מיינע מוזיק און מידיע פיילס וואס איך האב ביי מיר און זיי זענען עס בלויז מסדר, און זיי ערמעגליכן עס צו נוצן אויף אלע דיווייסעס. דאס איז בכלל נישט וואס איך זוך. איך זוך פשוט א פלאץ ווי איך קען ארויפלאודן אלע מיינע מוזיק פיילס אז זיי זאלן עס האלטן פאר מיר. עס דארף נישט זיין FREE.
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 30741
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
נברא האט געשריבן:ווי עס שיינט טוט "פּלעקס" צוזאם נעמען אלע מיינע מוזיק און מידיע פיילס וואס איך האב ביי מיר און זיי זענען עס בלויז מסדר, און זיי ערמעגליכן עס צו נוצן אויף אלע דיווייסעס. דאס איז בכלל נישט וואס איך זוך. איך זוך פשוט א פלאץ ווי איך קען ארויפלאודן אלע מיינע מוזיק פיילס אז זיי זאלן עס האלטן פאר מיר. עס דארף נישט זיין FREE.
סתם קלאוד סטארידזש קענסטו דאך נוצן סיי וועמען ווי דראפבאקס, דרייוו, וכדו'.
מער געאייגענט פאר מוזיק האב איך הנאה געהאט פון pCloud (דיסקלעימער: מיין אינווייט לינק), ער קען דיר עס אויסשטעלן ווי מוזיק לויט ארטיסטס אלבומס און פלעיליסטס וכדו' און האט א פיינע מוזיק פלעיער. 10 גיג בחינם און מער קאסט געלט, קענסט קויפן פאר לייפטיים 2 טב פאר איינמאליגע $350.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
Re: גוגל פלעי מוזיק מאכט זיך צו, וואו גייט מען?
אויב ביסטו גרייט צו צאלן גיי צו יוטוב מוזיק, זיי האבן זייער א גרינגע וועג צו אריבערלייגן אלעס פון גוגל פלעי מוזיק.
איך דארף אן אלטערנאטיוו פריי פון אפצאל.
--
@קנאפער, דראפבאקס און דרייוו האבן נישט קיין פלעיער, גוגל פלעי מוזיק האט א געשמאקע פלעיער מיט גוטע פיטשערס, אפילו פאר א פרי אקאונט.
איך דארף אן אלטערנאטיוו פריי פון אפצאל.
--
@קנאפער, דראפבאקס און דרייוו האבן נישט קיין פלעיער, גוגל פלעי מוזיק האט א געשמאקע פלעיער מיט גוטע פיטשערס, אפילו פאר א פרי אקאונט.
Re: גוגל פלעי מוזיק מאכט זיך צו, וואו גייט מען?
אויף יוטוב מוזיק אן א סובסקריפשן קען מען נישט הערן בעקגראונד מוזיק, דאס הייסט הערן עפעס בשעת מ'נוצט נישט די פאון, אבער די אייגענע ארויפגעלאדענטע מוזיק (אדער געטרענספערד פון גוגל פלעי מוזיק) קען מען יא. דאס איז א שטיקל מעלה פאר ווער ס'וויל גיין מיט דעם אפשען.
דא איז די אימעיל וואס זיי האבן היינט געשיקט (פארדעם האסטו געעפענט די אשכול?):
דא איז די אימעיל וואס זיי האבן היינט געשיקט (פארדעם האסטו געעפענט די אשכול?):
Re: גוגל פלעי מוזיק מאכט זיך צו, וואו גייט מען?
ממה נפשך האט געשריבן:
--
@קנאפער, דראפבאקס און דרייוו האבן נישט קיין פלעיער, גוגל פלעי מוזיק האט א געשמאקע פלעיער מיט גוטע פיטשערס, אפילו פאר א פרי אקאונט.
איך ניץ דאס פאר דראפבאקס פיילס
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 30741
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
ממה נפשך האט געשריבן:אויב ביסטו גרייט צו צאלן גיי צו יוטוב מוזיק, זיי האבן זייער א גרינגע וועג צו אריבערלייגן אלעס פון גוגל פלעי מוזיק.
ער האט געשריבן אישוס וואס האט מיט יו טוב מוזיק סאו יענץ איז נישט קיין אפציע פאר אים.
@קנאפער, דראפבאקס און דרייוו האבן נישט קיין פלעיער, גוגל פלעי מוזיק האט א געשמאקע פלעיער מיט גוטע פיטשערס, אפילו פאר א פרי אקאונט.
ריכטיג, דערפאר האב איך געשריבן וועגן פי-קלאוד וואס האט א פיינע פלעיער מיט פלעיליסט וכדו' סאו עס עס איז היבש פיין.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3152
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm
Re: גוגל פלעי מוזיק מאכט זיך צו, וואו גייט מען?
יום טיוב מוזיק קאסט געלט אפילו פאר די אייגענע לייברערי צו הערן?
Re: גוגל פלעי מוזיק מאכט זיך צו, וואו גייט מען?
Programming האט געשריבן:יום טיוב מוזיק קאסט געלט אפילו פאר די אייגענע לייברערי צו הערן?
ניין, זע די אימעיל (און תגובה) וואס כ'האב געלייגט אויבן.
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3152
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm
Re: גוגל פלעי מוזיק מאכט זיך צו, וואו גייט מען?
אבער דא שרייבסטו
ממה נפשך האט געשריבן:אויב ביסטו גרייט צו צאלן גיי צו יוטוב מוזיק, זיי האבן זייער א גרינגע וועג צו אריבערלייגן אלעס פון גוגל פלעי מוזיק.
איך דארף אן אלטערנאטיוו פריי פון אפצאל.
--
.
Re: גוגל פלעי מוזיק מאכט זיך צו, וואו גייט מען?
Programming האט געשריבן:אבער דא שרייבסטוממה נפשך האט געשריבן:אויב ביסטו גרייט צו צאלן גיי צו יוטוב מוזיק, זיי האבן זייער א גרינגע וועג צו אריבערלייגן אלעס פון גוגל פלעי מוזיק.
איך דארף אן אלטערנאטיוו פריי פון אפצאל.
--
.
אקעי אנטשולדיגט פארן אויסמישן.
איך וויל נישט גיין צו יוטוב מוזיק וועגן מיין פילטער לאזט עס נישט אדורך (געהעריג), חוץ אלע אנדערע חסרונות.
אבער מיטן צאלן באקומסטו א גוטע מעלה פון קענען הערן אלע מוזיק אין די בעקגראונד און נישט נאר אייגענע.
- נברא
- שר חמש מאות
- תגובות: 744
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
- לאקאציע: קרית יואל
אקעי, מיטן אייבערשטנס הילף האב איך געטראפן א שטיקל סעלושן. ווי עס זעט מיר אויס איז דאס די בעסטע אפציע אויף דערווייל. מען דארף ארויפלייגן אלע מוזיק אויף איינע פון די קלאוד סערוויסעס (איך ווייס נישט פארוואס אבער מיר האט עס געוואלט נעמען נאר פון מייקראסאפט'ס וואן דרייוו), אויב מען האט א גרויסע קאלעקציע פון מוזיק, וועס עס לכאורה קאסטן א פרייז. (לגבי די פרייז זעט מיר אויס ווי גוגל וואן איז די בעסטע - אבער ווי געזאגט האב איך נישט געקענט קאנעקטן דעם סיסטעם אהין) און דערנאך דארף מען אינסטאלירן צום קאמפיוטער דעם עפפ קלאוד מוזיק פלעיער און קאנעקטן דעם קלאוד מוזיק פלעיר אהין. און ויסעו.
אבער רבותי. דאס איז בכלל נישט קיין פארגלייך צו די מעלות וואס גפ"מ האט געהאט. ווער עס האט א בעסערע איידיע זאל ביטער אריינקומען קלאר. ישר כח!

- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9223
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
Re:
נברא האט געשריבן:ווען איך וויל קאנעקטן "גוגל דרייוו" צום פלעיער קומט ארויף די פאלגענדע מעסעדזש
Sign in with Google temporarily disabled for this app
This app has not been verified yet by Google in order to use Google Sign In
איינער ווייסט וואס דאס מיינט?
אפשר דארפסטו אריינגיין ביי די גוגל סעקיוריטי סעטינגס און ענעיבלען less secure apps.
---
Re:
נברא האט געשריבן:אקעי, מיטן אייבערשטנס הילף האב איך געטראפן א שטיקל סעלושן. ווי עס זעט מיר אויס איז דאס די בעסטע אפציע אויף דערווייל. מען דארף ארויפלייגן אלע מוזיק אויף איינע פון די קלאוד סערוויסעס (איך ווייס נישט פארוואס אבער מיר האט עס געוואלט נעמען נאר פון מייקראסאפט'ס וואן דרייוו), אויב מען האט א גרויסע קאלעקציע פון מוזיק, וועס עס לכאורה קאסטן א פרייז. (לגבי די פרייז זעט מיר אויס ווי גוגל וואן איז די בעסטע - אבער ווי געזאגט האב איך נישט געקענט קאנעקטן דעם סיסטעם אהין) און דערנאך דארף מען אינסטאלירן צום קאמפיוטער דעם עפפ קלאוד מוזיק פלעיער און קאנעקטן דעם קלאוד מוזיק פלעיר אהין. און ויסעו.
אבער רבותי. דאס איז בכלל נישט קיין פארגלייך צו די מעלות וואס גפ"מ האט געהאט. ווער עס האט א בעסערע איידיע זאל ביטער אריינקומען קלאר. ישר כח!
כ'האב בערך 60 גיג מוזיק, ס'וועט מיר קאסטן צו האלטן אויף דראפבאקס.
Re: גוגל פלעי מוזיק מאכט זיך צו, וואו גייט מען?
נברא האט געשריבן:ווי עס שיינט טוט "פּלעקס" צוזאם נעמען אלע מיינע מוזיק און מידיע פיילס וואס איך האב ביי מיר און זיי זענען עס בלויז מסדר, און זיי ערמעגליכן עס צו נוצן אויף אלע דיווייסעס. דאס איז בכלל נישט וואס איך זוך. איך זוך פשוט א פלאץ ווי איך קען ארויפלאודן אלע מיינע מוזיק פיילס אז זיי זאלן עס האלטן פאר מיר. עס דארף נישט זיין FREE.
איך זע יעצט אז Plex קען מען הערן די אייגענע מוזיק אויף אלע דעווייסעס, אבער די מעין דעווייס - וואו אלע מוזיק ליגט - מוז זיין אנגעצינדן און קאנעקטעד צו די אינטערנעט בשעת מ'וויל הערן.
ס'ארבעט בערך, אז די קאמפיוטער וואו ס'ליגט די מוזיק איז אזוי ווי די סערווער וואס האלט אלע מוזיק און פון דארט הערט מען.
סא דאס איז נישט קיין אפשען.