אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

כאפצעם האט געשריבן:
נגיד האט געשריבן:ווייניגסטנס 7 טויט ר"ל און אסאך פארוואונדעטע.

מקור?
זיי זאגן אזויפיל ווי 5 זענען באריכטעט פארוואונדעט

https://twitter.com/chadushes1
I reserve the right to disagree
12:56
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

נגיד האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
נגיד האט געשריבן:ווייניגסטנס 7 טויט ר"ל און אסאך פארוואונדעטע.

מקור?
זיי זאגן אזויפיל ווי 5 זענען באריכטעט פארוואונדעט

https://twitter.com/chadushes1

שוואכע מעשיות
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

I reserve the right to disagree
12:56
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

די ווייסע הויז האט געמאלדן אז די אטאקע אויפן יונעווערסעטי אין קאבול איז געקומען צו אן ענדע און איינער איז באשטעטיגט טויט און אנדערע 15 פארוואונדעט.

זיי זאגן אז די אמעריקאנער ארבייטן מיט די אפגאנער צו פארזיכערן די קאמפוס.
----
@נגיד, כ'ווייס נישט, נאך קיינמאל געהערט די נעמען
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

כאפצעם האט געשריבן:די ווייסע הויז האט געמאלדן אז די אטאקע אויפן יונעווערסעטי אין קאבול איז געקומען צו אן ענדע און איינער איז באשטעטיגט טויט און אנדערע 15 פארוואונדעט.

די נומער פארוואונדעטע איז ארויף צו 21. איין אמעריקאנער איז צווישן זיי
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

עס איז מעגליך אז די אטאקע האט זיך נאכנישט געענדיגט
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

די סיטואציע איז נארוואס געקומען צו אן ענדע.

פאליציי האבן געשאסן די צוויי טעראריסטן אינעם קאמפוס.

ס"ה זענען 21 סטודענטן פארוואונדעט געווארן און איין סעקיורעטי גארד געהארגעט געווארן.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

Twelve people were killed in an attack on a university in Kabul, the Afghan capital, a spokesman for the Chief of Kabul Police tells CNN. Two gunmen who were still on the site were killed Thursday morning in a police operation.

Seven students, three policemen and two security guards were killed in the attack on the American University of Afghanistan in Kabul campus, Basir Mujahid, the spokesman said. Thirty students were injured in the attack, which no group has yet claimed responsibility for.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דאס אמעריקאנער מיליטער אין אפגאניסטאן זאגט, אז פארשטייער פון די טאליבאנער מיליטאנטישע גרופעס האבן זיך געטראפן מיט אפגאנער רעגירונג באאמטע, צו דיסקוסירן א מעגליכן פייער אפשטעל.

די געשפרעכן, וואס זענען אראנזשירט געווארן דורך עטליכע אויסלענדישע רעגירונגען און ארגאניזאציעס, איז אפגעלייקנט געווארן דורכ'ן טאליבאן, וואס האט באצייכנט דעם באריכט אלס א "ליגנט".

די אפיציעלע שטעלונג פון די טאליבאנער איז צו פארהאנדלען נאר מיט אמעריקע און נישט מיט דער אפגאנער רעגירונג, וועלכע ווערט דורך דעם טאליבאן באטראכט אלס נישט לעגיטים.

דערווייל קומען פאר בלוטיגע שלאכטן צווישן די טאליבאן און די רעגירונג קרעפטן, און נעכטן האבן די טאליבאנער באוויזן דורכצופירן א מאסיווע אטאקע אויף רעגירונג געביידעס אין צענטער פון דער הויפטשטאט קאבול, און איבער 50 טאליבאנער זענען אומגעקומען אין א רעגירונג קאנטער אטאקע.

דער אפגאנער פרעזידענט, אשראף גאני, האט עטליכע מאל עפנטליך גערופן די טאליבאנער זיך צו זעצן צום פארהאנדלונגס טיש, און זיי אנגעבאטן א שותפות אין דער רעגירונג און זיי צו אנערקענען אלס א לעגיטימע פאליטישע פארטיי, מיט'ן תנאי אז זיי זענען גרייט אראפצולייגן דאס געווער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

די טאליבאן פירער אין פאקיסטאן איז אומגעברענגט געווארן אין אמעריקאנע מיסעל אטאקע
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

טאליבאנער באאמטע האבן באשטעטיגט אז פאריגע וואך איז אפגעהאלטן געווארן צום ערשטן מאל דירעקטע געשפרעכן צווישן טאליבאנער פירער און אמעריקאנער פארשטייער, און האבן באצייכנט די געשפרעכן אלס גאר פאזיטיוו, דערווייל האבן אבער אמעריקאנער באאמטע דאס נישט אפיציעל באשטעטיגט אדער געלייקנט.

לויט די באריכטען זענען די געשפרעכן אפגעהאלטן געווארן אין קאטאר, וואו די טאליבאנער האבן זייערע פאליטישע הויפטקווארטירן, און אין שפיץ פון דעם אמעריקאנער דעלעגאציע איז געשטאנען דער הויכראנגיקער דיפלאמאט עליס וועילס, דער הויפט דיפלאמאט פאר דרום אזיע אינעם סטעיט דעפארטמענט.

די טאליבאנער פאדערן שוין יארן דירעקטע געשפרעכן מיט וואשינגטאן, אבער ביז יעצט איז די פאזיציע פון אמעריקע געווען אז אז פארהאנדלוגנען דארפן פארקומען צווישן די טאליבאנער און דער אפגאניסטאנער רעגירונג, אויך די אפגאניסטאנער רעגירונג האט זיך קעגנשטעלט אזעלכע געשפרעכן זאגנדיג אז דאס טוט אונטערמינעווען זייער לעגיטימאציע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

די טאליבאנער קעמפער אין אפגאניסטאן האבן דעם פרייטאג אפגעצייכנט איינס פון זייער מערסט געלונגענע מיליטערישע אפעראציעס מיט׳ן איבערנעמן די מערהייט פונעם קאזאני ראיאן, אריינגערעכנט טיילן פונעם פראווינציאנעלן הויפטשטאט, וועלכע געפונט זיך ארום 75 מייל פונעם הויפטשטאט קאבול.

דער אפגאניסטאנער מיליטער טוט אין די לעצטע 4 טעג העפטיג באקעמפן די טאליבאנער, און עס זענען דערווייל אומגעקומען איבער 100 אפגאנער זעלנער אין די שלאכטן, און זיי האבן אויך אומגעברענגט ארום 150 טאליבאנער קעמפער, אבער פארט זענען גרויסע טיילן פון דעם פראווינץ גענצליך אונטער טאליבאנער קאנטראל.

אמעריקאנער קרעפטן האבן אין די לעצטע 4 טעג דורכגעפירט צענדליגע לופט מיסיעס און צוגעשטעלט הילף פאר די אפגאנער קרעפטן צו צוריקכאפן דעם שטאט וועלכע איז א וויכטיגע סטראטעגישע פונקט, און איינע פון די גרויסע שטעט אין אפגאניסטאן מיט איבער 270,000 איינוואוינער.

טויזנטער איינוואוינער אנטלויפן פונעם שטאט וואו עס קומען פאר העפטיגע שלאכטן אין די גאסן, און נאך הונדערטער טויזנטער זענען פארכאפט אין די היימען, און הומאניטארע ארגאניזאציעס ווארענען אז הונדערטער טויזנטער געפונען זיך אין א מאנגל פון עסנווארג און קריטיש וויכטיגע לעבנסמיטלן.
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

פיר טעג פון ענדלאזע און בלוטיגע קאמפן צווישן דעם אפגאנער מיליטער און טאליבאנער קרעפטן האט איבערגעלאזט ארום הונדערט פאליציי און זעלנער פאטאליטעטן, און אמווייניגסטנס צוואנציג ציווילע פאטאליטעטן. די ציפערן זענען ארויסגעגעבן געווארן נאכדעם וואס די טאליבאן האט דורכגעפירט א ווילדן איבערפאל אויף דער שטאט גאזני, די הויפטשטאט פונעם גאזני פראווינץ, פרובירנדיג עס אוועקצוכאפן פון רעגירונג'ס קאנטראל. דערווייל האט נאכנישט די טאליבאן פארכאפט דארטן קאנטראל, וואס אויב זיי באווייזן דאס, וועט עס זיין א פרעצעדענטלאזע זיג, ווייל עס וועט אפהאקן וויכטיגע שאסייען און פארבינדונגען צווישן דע
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

פילע אמעריקאנער מיליטערישע עקספערטן ווארענען איבער אן אויפשטייג פון די טאליבאנער מיליטאנטן אין אפגאניסטן, און צייגן אן אז בלויז אין די לעצטע וואך זענען הונדערטער אפגאנער זיכערהייטס קרעפטן ערמארדעט געווארן דורך די טאליבאנער, אויסער א מאסן טעראר אטאקע אינעם הויפטשטאט קאבול.

אמעריקע שפענדעט איבער 5 ביליאן דאלער יערליך אין הילף פאר די אפגאנער זיכערהייטס קרעפטן, און האלט אויף איבער 14,000 זעלנער אין לאנד, אבער עקספערטן זאגן אז זיי מאכן נישט קיין טראפ פארשריט אינעם קאמפ קעגן די טאליבאנער, און די טאליבאנער זענען אצינד שטארקער ווי מיט צוויי יאר צוריק.

אין די פארלאפענע וואך האבן די טאליבאנער באוויזן צו איבערנעמען קאנטראל אויף טיילן פון די שטאט גאזני און דערביי אומגעברענגט הונדערטער אפגאנער זעלנער, און אויך דורכגעפירט א סוקסעספולע אטאקע אויף א מיליטערישע באזע און אומגעברענגט נאך צענדליגע זעלנער.

טייל אנאליסטן לייגן אן די שולד אויף די סטראטעגיע פון פרעזידענט טראמפ צו אפהאלטן דירעקטע געשפרעכן מיט די טאליבאנער, א זאך וואס אלע פריערדיגע אדמינסטאציעס האבן זיך אנטזאגט פון טון, און זאגן אז דאס געט פאר די טאליבאנער פרישע מאראל און לעגיטימאציע צו אונטערמינעווען די אפגאנער רעגירונג.
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

אמעריקע דרוקט אויס צופרידנהייט פון פייער אפשטעל אין אפגאניסטאן

סעקערטערי אף סטעיט מייק פאמפעאו האט באגריסט דעם רוף פונעם אפגאנער פרעזידענט פאר א פייער אפשטעל מיט די אפגאנער קרעפטן און זיין ביטע צו די טאליבאנער צו קומען צום פארהאנדלונגס טיש צו אויסהאמערן א פאליטישע לעזונג פאר די צוקונפט פון אפגאניסטן.

דער פרעזידענט אשראף גאני האט געזאגט אז ער רופט פאר א דריי מאנאטיגע פייער אפשטעל, מיט די תנאי אז די טאליבאנער וועלן זיך האלטן דערצו, דאס קומט ביים אנהויב פון די איסלאמישע עיד-אל-אדחא חגאות, און דער פרעזידעט האט אפעלירט צו די טאליבאנער צו ערלויבן די אפגאניסטאנער בירגער צו פייערן דעם חגא אן קיין זארג פון קריג.

די טאליבאנער האבן דערווייל איינגעשטימט אויף א פיר-טאגיקע פייער אפשטעל, און האבן גלייכצייטיג באפרייט הונדערטער משכונות אין א צייכן פון גוטע ווילן, און האבן איינגעשטימט צו באטראכטן דאס פארלענגערן דעם פייער אפשטעל פאר א לענגערע צייט.

פאמפעאו זאגט אז ער האט שטארקע האפענונג אז דאס איז די ״אנהויב פון די ענדע״ פונעם לאנג פארצויגענעם בלוטיגן קריג אין אפגאניסטאן וואס האלט שוין אן פאר 17 יאר, ער האט געזאגט אז אמעריקע איז פולשטענדיג אין שטיצע פון דירעקטע געשפרעכן מיט די טאליבאנער אויף צו ענדיגן דעם קריג.
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

א פרישע זיצונג איז פארגעקומען צווישן א פארשטייער פון דער אמעריקאנער רעגירונג, און עטליכע פירער אינערהאלב דער טאליבאן טעראר ארגאניזאציע, מיט דער האפענונג אויסצוארבעטן א דיעל פאר'ן צוקונפט פון אפגאניסטאן. די זיצונג איז פארגעקומען פרייטאג צווישן זאלמעי קאליזאד, אן אפגאנער געבוירענער אמעריקאנער דיפלאמאט וועמען פרעזידענט טראמפ האט געשטעלט אלס ספעציעלער שליח פאר אפגאנער אנגעלעגנהייטן, און די טאליבאנער שלוחים, אין קאטאר, און ס'איז שוין געווען די צווייטע זיצונג. נעכטן איז קאליזאד געקומען צו פארן קיין קאבול, צו געבן אן אפדעיט פאר'ן אפגאנער פרעזידענט אשראף גאני.
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

דער מעיאר פון א קליין שטעטל אין יוטא, איז אומגעברענגט געווארן אין אפגאניסטאן דורך א סאלדאט וועמען ער האט טרענירט מיט מיליטערישע איבונגען, זייענדיג בלויז 39 יאר אלט.

די רעדע איז פונעם מעיאר ברענט טיילווער, וואס איז געשיקט געווארן אנהייב יאר קיין אפגאניסטאן, וואו ער האט געדינט אין די אמעריקאנע נאציאנאלע גארד פארסעס. ער האט געדינט אלס מעיאר אין שטעטעלע צפון אוגדען אין יוטא, און איז אומגעקומען דעם שבת אין שטאט קאבול, דורך אן אפגאנער סאלדאט וועמען ער האט טרענירט.

לויט די אמעריקאנע נייעס קוועלער איז טיילווער געווען אן אפיציר אין די פארגאנגענהייט, און אין די לעצטע פינף יאר האט ער געדינט אלס מעיאר פון די שטאט וועלכע פארמאגט בלויז 17,000 איינוואוינער. אנהייב יאר איז ער געשיקט געווארן קיין אפגאניסטאן צו העלפן טרענירן די אפגאנע מיליטער, ווען הונדערטער פון די איינוואוינער אין שטאט האבן אים באגלייט, און געוואונטשן אסאך הצלחה אין זיין מיסיע.

ער איז נישט געווען בלויז א טרענירער אין מיליטער, נאר האט געהאלפן טרענירן די “ספעציעלע קרעפטן” פון אפגאניסטאן. דורכאויס די טרענירונגען האט איינער פון די סאלדאטן געעפנט פייער און געשאסן אויפן מעיאר און אויף אנדערע סאלדאטן, פון וואס דער מעיאר איז אומגעברענגט געווארן. דער סאלדאט איז באלד געשאסן געווארן, ווערנדיג אומשעדליך.

דער 39 יעריגער מעיאר האט איבערגעלאזט נאך זיך א ווייב מיט זיבן קינדער.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

א לענגערע וואשינגטאן פאוסט באריכט דעקט אויף די "אפגאניסטאן פאפירן", א הויפן דאקומענטן וואס באשטייט פון אינטערוויוען וואס א פעדעראלע אגענטור האט דורכגעפירט אין די לעצטע פופצן יאר מיט געוועזענע און אמטירנדע אמעריקאנער רעגירונג באאמטע איבער דער אפגאניסטאן מלחמה.

עס שטעלט זיך ארויס אז דאס אמעריקאנער פאלק איז פארפירט און פארנארט געווארן, ווען די בוש אדמיניסטראציע, אבאמא אדמיניסטראציע און טראמפ אדמיניסטראציע האבן נאכאנאנד געזאגט אז עס איז דא א געווינס-סטראטעגיע פאר דער אפגאנער מלחמה, און אין רעאליטעט איז גארנישט געווען.

דעילי איד

-------------------------------

איך ווייס נישט וואס ער זאגט דא וועגן טראמפ, ווי ווייט איך ווייס וויל טראמפ ענדיגן די קריג דורך שלום. איי העוו נאו איידיע וואט הי איז טאלקינג אבאוט..
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

קאר באמבע הארגעט, כאטש 26 אפגאנער סעקיוריטי פערסאנעל.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

יש ברירה האט געשריבן:קאר באמבע הארגעט, כאטש 26 אפגאנער סעקיוריטי פערסאנעל.

טויטצאל איז ארויף צו כאטש 40 אין שפעטערע באריכטן.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ווייסע נישט צו ס'באלאנגט דא צו נישט, אבער היות די רעדע איז איבער אפגאניסטאן העמיר עס דא אריינשטעלן.

א פרישע באריכט פון די "ספעשל אינספעקטאר זשענעראל פאר אפגאניסטאן רעקאנסטרוקשען" פארציילט אז פון די 7.8 ביליאן דאללער אויסגעגעבן דורך אמעריקאנע רעגירונג'ס אגענטורן אויף "קעפיטאל פראיעקטן" -איינקויפן/אויפבויען בנינים/געביידעס/פראפערטי/וויקהעלס וכדו'- איז בלויז 343 מיליאן דאללער ווערד סחורה געהאלטן געווארן אין א גוטע צושטאנד, אין די צייט וואס העכער צוויי ביליאן דאללער ווערד פון בנינים/פראפערטיס/קארס/טראקס וכדו' זענען געווארן איבערגעלאזט דורכ'ן מיליטער אויף הפקר.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

פון אפגאניסטאן הערט מען אז די לעצט פארבליבענע איד - זבולון סימן טוב - גרייט זיך צו פארלאזן דאס לאנד, און זיך אריבערציען קיין ארץ ישראל. ווי ער האט געמאלדן, וועט ער פארבלייבן אין עיר הבירה קאבול ביז נאך די ימים נוראים תשפ"ב.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

דריידל האט געשריבן:פון אפגאניסטאן הערט מען אז די לעצט פארבליבענע איד - זבולון סימן טוב - גרייט זיך צו פארלאזן דאס לאנד, און זיך אריבערציען קיין ארץ ישראל. ווי ער האט געמאלדן, וועט ער פארבלייבן אין עיר הבירה קאבול ביז נאך די ימים נוראים תשפ"ב.

KABUL: Zabulon Simantov, the last Jew in Afghanistan, will leave for Israel after the Yumim Tovim, fearing a return of radical groups such as the Taliban
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

WaPo: Biden to withdraw U.S. forces from Afghanistan by Sept. 11, 2021
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

Thanks for trump
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”