נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

lebediger berel האט געשריבן:נאך א מזל אז די אנטיסעמיטן לאזן נאך מאכן ברכת אילנות אין שטאט, און מדארף נישט פארן קיין אויסלאנד. באגראבן א מת לויט די הלכה קען מען נישט דארט, שחט'ן קען מען נישט דארט, א אנזעץ פון אנטיסעמיטיזים, איך פארשטיי נישט אז מען האלט זיך נאך דארט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

lebediger berel האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:

באגראבן קען מען שוין לאנג, נאר מען וויל נישט מאכן א נייע בית החיים ווען די זיידעס און צדיקים ליגן דארט (בדרך אגב ס'איז נענטער ווי וומ"ס קיין קרית יואל אדער קיין ניו דזשערסי)

ס'איז כלל דא א אידישע בית החיים אין אנטווערפן
איך שיהי' איך האב שוין געשריבן מיינע געפילן אויף אנטווערפן נאך די גזירת השחיטה, איך האלט אז מען שרייט דארט "יודע אראויס" נאר דער עולם איז טויב און הערט נישט, איך וועל בכלל נישט זיין שאקירט מען וועט הייסן אנטון צוריק די געלע לאטע, מיט שיינע פלעמישע און דויטשע ערקלערונגען בלויז אידיש, אזוי אזוי האט זיך עס אמאל אנגעהויבן, איזהו חכם הרואה את הנולד, "היסטארי ריפיטס איטסעלף"
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

lebediger berel האט געשריבן:
שמערלער האט געשריבן:זיידי בערעלע ביסט נישט גערעכט זיי צילן דא די אראבער בכלל נישט די אידן די אידן ווערן ליידער אפעקטירט

שטותים און הבלים, האסט אמאל געהערט מ'זאל נאכשרייען אראבער אין די גאסן? האט מען געטראגן אראבער אויף די באנען קיין אוישוויץ?
אונזערע זיידעס האבן געמאכט דעם טעות, זיי זענען נישט שולדיג, מיר וואס מאכן עס איבער זענען כ'ווייס נישט וואס? אראבער קומען אין די מאסן און דרייען זיך פראנק און פריי אין אלע אייראפעאישע מדינות און פאר אידן זאגט מען באהאלט אייער יארמולקע,
בד"וו באקאנט אז היטלער ימש"ו מיטן מופטי פון ירושלים האבן געהאט א יד אחת וכן היום "היסטארי ריפיט איטסעלף" !
כ'האב אליין געהערט מיין זיידע באבע עליהם השלום פארציילן די מלחמה, ס'ליגט מיר נאך אין די ביינער, מ'האט דעמאלטס אויך נאר געמיינט די בעלי חיים.
צדיקל'עך די גרעסטע גרעסטע טעות האבן די אנטווערפענע געמאכט מיטן אוועק לייגן דאס מעסער, זיי גייען עס נאך באוויינען און באוויינען, הלואי בין איך נישט גערעכט! מילה קומט נעקסט, מ'מיינט די אראבער, יודע גיי קיין פאלעסטינע האבן זייערע זיידעס געזאגט און יעצט זאגן עס די אייניקלעך!
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

lebediger berel האט געשריבן:איך וועל זאגן דעם אמת ווען איך הער ר' יצחק שלמה ארויף ברענגען די אנטווערפענע גראדע בלויז אידיש געשעפרעכע אויף קאלמע 114 טראכט איך אלץ 1939 אללאווער עגען דער אויבערשטער זאל האלטן די רעכטע הענט און ביידע הענט אויף אונז בכל מקומות מושבותינו אבער וואס זאלעך טון, סאיז טאקע גרינג צורעדן אבער למעשה איז אנטווערפן געווען דער ערשטער היימישע פלאץ וואס די רשעים האבן גענומען 1939 שריט און האבן מצליח געווען צו צוימען דעם אידישן ציבור, ס'הערט זיך ווי פון מעשה ביכלעך אבער מ'פלאגט זיך אין היימישן מערב אייראפע צו האבן א שטיקל כשר פלייש היינט צוטאג, ס'קאכט מיך אויף, און איך האלט אז מ'האט עס נישט געטארט האנדלען מיט זיידענע הענטשעך, נאכאמאל, ווען מ'זאגט ס'יז גרינג צו זאגן פאר יענעם מיינט נאך נישט אז סאיז נישט ריכטיג, דאס שווערע אקט איז געווענליך ריכטיג, איך האלט מ'האט געדארפט אויפשטעלן א בית השחיטה פארן פארלאמענט און זאגן מיר גייען נישט פרייוויליג, אדער מיט קייטלען אדער לעבן נארמאל! איר ווילט די אידן אדער נישט!

אין אנטווערפען איז דא ווייניגער אנטעסמיטישע אקציעס א יאר וויפול ס'איז דא אין ניו יארק א חודש!!!
די אלע וואס רעדן אויף קולמע בלאזן סתם א מצב פאר זייער אגענדע

דאס איז גארנישט ווייל פער מענטש פער גאס און הויז איז דארט פונקט אזוי, אדער סאך מער,סאיז דא ווייניגער אידן אין גאנץ אנטווערפן ווי אין א דורכגעפאלענע ישוב אין ניו יארק (דזשאסט קידינג, כ'מיין וויפיל חרד'ישע נפשות איז דא דארט)
אבער איך רעד נישט פון אטאקעס פון יחידים, איך רעד פון רעגירונג פאליסי!
עס טוט מיר אזוי וויי ווייל איך זע היסטאריע חזר'ט זיך איבער ס'קלינגט מיר די אויערן פון מלחמה איבערלעבער, וואס כ'פלעג גלייכן זיי צו הערן, אלעס האט זיך אנגעפאנגען מיט פאלשע תירוצים, און מ'האט גע'אסר'ט די שחיטה. איך קען אביסל היסטאריע, כ'האב אויך מיטגעהאלטן די רובאשקין קעיס פון אינעווייניג נאנט, איך זאג קלאר קלאר אנטי שחיטה איז א קאויד ווארט פאר אנטיסעמיטיזים, און "אלע" וואס האבן געשוינט בהמות זענען געווען גרייט צו הרג'נען אידישע איין טאגיגע קינדער, וכן המצב כיום
און אז דאס איז פאריבער רעלאטיוו שטיל אין מערב אייראפע אין א לאנד מיט א שיינע אידישע חרד'ישע קהלה איז לויט מיין קליינע שכל א וואלקן בראך, הלואי בין איך נישט גערעכט און הלואי וואלט דער איד אין דעש וואס האט געזאגט אויב די דייטשן קומען אריין וועט מען אונז אלע פארברענען אויך נישט געווען גערעכט - מהאט געלאכט פון אים און מ'האט אים געואלט שיקן אין משוגעים הויז.
ליידער ליידער האלטן מיר איצט די אונגארישע קלוגער רואיגע מענטשן'ס יארצייטן (פארגעס נישט אלעס איז מן השמים אויך די אלע אנדערע זאכן וואס מ'רעדט אויף אייוועלט, מיר רעדן נאר ווייל מיר גלייכן עס, און מיר זענען בשר ודמ'ס וואס קוקן לויט ווי זאכן זעען אויס אין אונזערע אויגן כאטשיק ס'מאכט נישט קיין נפקא מינה)
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

lebediger berel האט געשריבן:
מרכז עזרה ויעוץ האט געשריבן:כידוע איז די פראבלעם ווייטאגליך ביז גאָר, ובפרט אז די פארלאפענע יו"ט פסח האט רוב פון די אנטווערפענע יידענטום געהאט פאדארבענע פלייש היות די פלייש איז געקומען פריש פון פוילן...
די למען תדע פארלאפענע וואך האט שארף אראפ געריסן די אלע וואס זאגן אז מ'האט ווען געקענט טון, ווי פארשטענדליך קען קיינער נישט וויסן וואס עס וואלט זיך אויסגעלאזט, אבער...

איך זע אינעם למען תדע א גלגול פון יענעם איד אין דעש כנ"ל - הלואי מאך איך א טעות, דערווייל האבן זיי דאך דורכגעפאלן בגדול
און.. איך קוק עס אן נישט אינעם קליינעם (כלפי דעם גרויסן בילד) אישו פון פלייש, איך קוק עס אן אלץ אן עקזיסטענציעלע פראגע פארן אידנטום, דאס איז א קאצנשפרינג צו ברי"מ חינוך לבוש, אין נאוי טיים קען מען האבן פרי-אוישוויץ ריפיטעד. מען דארף קעמפן דורן תפלה ומלחמה. פינטל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

lebediger berel האט געשריבן:און איך ווייס אז דאס איז די קריטישסטע פון מיינע אלע דריי אהאלב טויזעט תגובות דא, אראפצורייסן עסקנים אין אזא ערנסטע מצב אבער קוקנדיג פון אינדרויסן זעט עס אויס ווי א קאפיטולאציע, און די גויים קענען זיך שוין גרייטן צו די נעקסטע גזירה, מען וואלט נישט געטארט אראפלייגן דאס מעסער אן קייטלען!
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

lebediger berel האט געשריבן:זיי (די פלעמישע [נאצי קאלאבערירער] ימח שמם וזכרם) וואלטן נישט גענומען די חוצפה צו גיין ווילד, זיי וואלטן זיך געבראכן, אבער אז מיר האבן זיך געבראכן קענען מיר שטיין און ווארטן אויף די נעקסטע גזירה ח"ו היל"ת איך ווייס נישט וואס קומט פריער ברית מילה, חינוך, אדער לבוש (כמו בדייטשלאנד קודם גיי נישט מיט קיין קאפל) דער עיקר איז אז מ'האט קאפיטולירט צום טייוול. אלע תירוצים זענען מיניסקול קעגן דעם גרויסן אפענעם בילד וואס שפילט זיך אפ אפען פארענט פון אונזערע אויגן, ואבדה חכמת חכמיו ובינת נבוניו תסתתר, למאי נפקא מינה למבעי רחמי, און זאלן זיי נישט זאגן קיינער האט נישט געזאגט, ווייל פינף און זיבציג יאר האבן אויך אפאר משוגעים געזאגט אנטלויפט פון די באנען, יעצט פארט מען נאכאמאל.
אייניקל: זיידי, פארוואס איז מען צוגעקומען צו אזא מצב אז מען דארף מאכן א ברית באהאלטענערהייט און זיך פארשטעלן אווי גויים אויף די גאס און מיר קענען נאר עסן פיש און גרינצייג?
זיידי: ווייל מיר האבן נישט געכאפט (מיר האבן זיך געוואלט אליין איינרעדן) וואס די גויים ווילן ווען זיי האבן גע'אסר'ט די שחיטה!
איך מיין אז דאס איז מיין לעצטע תגובה און ליינעכץ דא אויף אייוועלט ווייל דאס טפשות און גלייכגילטיקייט פון מאנכע אין די העכסטע שטאפלען פון די אידישע היעארכיע קאסט מיר געזונט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
!want to be good
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

hard to face it but thats how it is

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך !want to be good »

lebediger berel האט געשריבן:
זיי (די פלעמישע [נאצי קאלאבערירער] ימח שמם וזכרם) וואלטן נישט גענומען די חוצפה צו גיין ווילד, זיי וואלטן זיך געבראכן, אבער אז מיר האבן זיך געבראכן קענען מיר שטיין און ווארטן אויף די נעקסטע גזירה ח"ו היל"ת איך ווייס נישט וואס קומט פריער ברית מילה, חינוך, אדער לבוש (כמו בדייטשלאנד קודם גיי נישט מיט קיין קאפל) דער עיקר איז אז מ'האט קאפיטולירט צום טייוול. אלע תירוצים זענען מיניסקול קעגן דעם גרויסן אפענעם בילד וואס שפילט זיך אפ אפען פארענט פון אונזערע אויגן, ואבדה חכמת חכמיו ובינת נבוניו תסתתר, למאי נפקא מינה למבעי רחמי, און זאלן זיי נישט זאגן קיינער האט נישט געזאגט, ווייל פינף און זיבציג יאר האבן אויך אפאר משוגעים געזאגט אנטלויפט פון די באנען, יעצט פארט מען נאכאמאל.
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19760
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

ראסיל האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון לאנדאן לאזט זיך ארויס מארגן פרייטאג פארטאגס אויף א בליץ באזוך פון עטליכע שעה אין אנטווערפן,
צו אנטייל נעמען און דינען אלס סנדק ביים ברית ביי הנגיד החסיד ר' אביגדור משה ראפאפארט שליט"א מגדולי תומכי המוסדות.

אדמו"ר מ'וויזניץ לאנדאן האט מוסדות?

האט א תלמוד תורה פין די יונגע כיתות וואס איז דערווייל סטאנציאנירט אין צוויי כיתות אין די נייע בנין התלמוד תורה פין בעלזא אין לונדון

איך האב געזעהן עדווערטייזט, אז וויזשניץ לאנדאן עפענט נאך סוכות א 'ישיבה קטנה'.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

אפילו אויף כפרות טויגען זיי נישט?

נאר סארקאסטיש, ס'איז מבהיל על הרעיון וואס דא גייט נישט פאר
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

זיי זענען אזוי פארדרייט פון זייערע פארפאלגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אל תדין את חבריך עד שתגיע למקומו
ליידער ווערט מען אזוי
איך הער דעם אינטערוויו אויף קאלמעוואסער ווי זיי ציטערן נעבעך פארן אייגענעם שאטן
הערט מיך אויס ליבע אידן
מיר וועלן עס סיי ווי טון, אבער, אויב וועט איר נישט טון צו די זאך יעצט וועט איר עס טון שוין צו שפעט.
דאס שטיל שווייגן יעצט וועט אייך נישט העלפן פארן גזירת השחיטה נאר ס'וועט זיי געבן קוראזש און ענק שוואכקייט תחלת נפילה ניסה.
מען דארף מרעיש זיין עולם ומלואו אז אין אזא שטאט ווי אנטווערפן קענען זיך אידן נישט פירן וואו די אידישע מנהג און הלכה זאגט!!!!!!!
עס וואלט געדארפט זיין פראטעסטן (פרידליכע אבער שארפע) אין יעדע לאנד אין די וועלט ביים בעלגישן אמבאסאדער!
ביי די יו ען וכו'
וואס פארשטייט א גוי א חילוק צו ער נעמט זיך אן פאר א טשיקן אדער פאר א אכט טאגעדיג קינד, אדער פאר א קינד זאל באקומען זיין חינוך וכו' וכו'
עס איז דא דא איין ווארט, לאזט מען די אידן בלייבן לעבן און זיך פירן וואו אידן האבן זיך געפירט טויזענטער יאר אדער גייט מען צוריק צו די טונקעלע נאצי אדער מיטאלטער יארן, און א אויספיר אין בעלגיע וועט זיי געבן קוראזש אין די גאנצע וועלט, סאן פראנציסקא איז נעקסט, און די פרייע אין ארץ ישראל זענען נאכדעם.
איך מיין דאס דארף זיין מערכה נאמבער איין פארן אלוועלטליכן אידנטום, און נישט מיט זיידענע הענשעכעס, דעמאלטס זעט מען אויס ווי איר זעט איצט אויס.
ערעב איד ווען איך זאג ענק ווען פאראיאר איר גייט נישט שלאגן כפרות (אנשולדיגט מען וועט שלאגן מיט ענק כפרות) קוקט איר מיך ווען אן פאר א צודרייטן שווארצקוקער, פאנטאזירער, וואס הייסט מ'וועט אונז נישט לאזן דרייען א הינדל איבערן קאפ און שיקן קיין אויסלאנד שחט'ן
יעצט האט איר די פאקטן פאר די אויגן - זייט נישט די דעעשע חכמים, זייט ווי די דעשע נער'נים. קעמפט פאר אייער אידיש לעבן ווילאנג מ'קען נאך!
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

אויב איינער האט געדולד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

איז דער נושא ווערט אן אשכול (אדער א אייוועלט) פאר זיך
קיין כפרות היי יאר פאר אידן אין אנטווערפן!
Joden, ga terug naar Palestina
Jews, go back to Palestine
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

עס איז מיר א חידוש אז מען הערט נישט קיין מוק פון די אנטווערפענער אידנטום
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19760
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

shimon7323 האט געשריבן:אפילו אויף כפרות טויגען זיי נישט?

איינער משה גרינהוט האט מסביר געוועהן אויף קול מבשר 114, אז די עסקנים ווילען נישט גיין ווילד קעגן ''די גזירה קעגן כפרות שלאגן'',
ווייל עס קען שטערן די השתדלות פלענער אויף א פשרה ביי ''די גזירה אויף שחיטה''.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

א זייטיגע באמערקונג -

פונקט די מדינות וועלכע פארבאטן שחיטה, היינט און בעבר, געבן ארויס די כלים וועלכע ווערן גענוצט פאר שחיטה
שווייץ - די באוואוסטע חלפים, וואס איז אממערסטענס באנוצט.
דייטשלאנד און אנטווערפן - די בעסטע גלעט שטיינער.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

moishy56 האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:אפילו אויף כפרות טויגען זיי נישט?

איינער משה גרינהוט האט מסביר געוועהן אויף קול מבשר 114, אז די עסקנים ווילען נישט גיין ווילד קעגן ''די גזירה קעגן כפרות שלאגן'',
ווייל עס קען שטערן די השתדלות פלענער אויף א פשרה ביי ''די גזירה אויף שחיטה''.

איך האב נישט קיין אנונג וואס טוט זיך אין אנטווערפן מער ווי דאס וואס ווערט געמאלדן אין די נייעס קול מבשר וכדו', און איך ליין זייערע קהל'ישע מודעות
איך וועל שרייבן דעם אמת, איך ציטער שרעקליך זייער פון מחלוקות, און אין דעם וויל איך נישט האבן קיין שום חלק, קיין שום מגע ומשא, עס איז ענדערש מ'זאל נישט שלאגן כפרות און מ'זאל נישט שחט'ן און נישט עסן קיין האניג און נישט דאווענען פארן עמוד וכו' כו' כו' נאר שלום צווישן אידן זאל זיין אזוי זאגט רש"י און די חז"ל
אויב איז נישט דא קיין מחלוקות זאג איך אייך ס'יז זעלכע שטותים און דמיונות און חלומות פונעם (אומווילנדיג'ן און אומבאמערקענדיגן) יודענראט, סאיז דא זאכן וואס פין אינדרויסן קען מען זען דעם בילד קליפ און קלאר נאר פון אינעווייניג איז מען אין חבוש מתיר עצמו צומישט און צוחוש'ט.
געדענקט: גזירת שחיטה איז א קאוד ווארט פאר אנטיסעמיטיזים בתפארתה, און עס לייקענען און פארדעקן בויעט עס און בא'וואסער'ט עס, עס אויפדעקן און קאנפראנטן איז די איינציגסטע מיטל וואס האט געארבעט די לעצטע זיבעציג יאר דו"ק ותשכח, פארשטייט זיך מ'דארף עס טון בהשכל ודעת. אבער וויפיל מ'הערט דערווייל פון בעלגיען קאסט בלוט דרוק און קאפ שווינדל, א האלב מיליאן פעטישאנס וואלט ווען געדארפט זיין אונטערגעשריבן פון אלוועלטליכן אידנטום!
לאזט אונזערע ברודער לעבן אדער קויפט אויס זייערע נכסים פאר פולע פרייז און לאזט זיי גיין
מיר וועלן שיין אויפנעמען פשעווארסקער רבי'ן אין בארא פארק.
איך גיי בל"נ פרובירן זיך איינהאלטן און מער נישט שרייבן ס'קאסט מיר געזונט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

איי העוו ניוס פאָר יאָ, מיר אידעלעך דא אין די 'פרייע' ניו יארק זענען גארנישט מער פארזיכערט; נישט מיט מילה, נישט מיט חינוך, נישט מיט כפרות, און - סאַרי פארן זיין א שווארץ זעהער - נישט מיט שחיטה!
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1965
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

ווי דער באשעפער דרייט א וועלט... ווער וואלט זיך עס געגלייבט.

די מעשה איז אזוי, די מיסולמענער באפאלן גאנץ אייראפע, אין די הונדערטער טויזנטער, און בעלגיע איז אויפגעקומען מיט א דיפלאמאטישע וועג וויאזוי זיי אפצוהאלטן פון אריינקומען צו איר, (טראצדעם וואס אפעציעל קען מען זיי נישט אפזאגן), אז זיי אסר'ן שחיטה.

נו, וואס קען מען פייטן דערקעגן? ווילן דען אידן אז די מיסולמענער זאלן זיך אנרוקן אין די מאסן? (זיי זענען שוין סייווי דארט אסאך צופיל).

אזוי, איז מען אין א "זיבירא ועקרבא" מצב, און עס האט נישט קיין עכטע ענטפער, על כל פנים, וואס צו שרייען די רעגירונג דארט אין פנים אריין.
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

שואלכענין האט געשריבן:ווי דער באשעפער דרייט א וועלט... ווער וואלט זיך עס געגלייבט.
די מעשה איז אזוי, די מיסולמענער באפאלן גאנץ אייראפע, אין די הונדערטער טויזנטער, און בעלגיע איז אויפגעקומען מיט א דיפלאמאטישע וועג וויאזוי זיי אפצוהאלטן פון אריינקומען צו איר, (טראצדעם וואס אפעציעל קען מען זיי נישט אפזאגן), אז זיי אסר'ן שחיטה.
נו, וואס קען מען פייטן דערקעגן? ווילן דען אידן אז די מיסולמענער זאלן זיך אנרוקן אין די מאסן? (זיי זענען שוין סייווי דארט אסאך צופיל).
אזוי, איז מען אין א "זיבירא ועקרבא" מצב, און עס האט נישט קיין עכטע ענטפער, על כל פנים, וואס צו שרייען די רעגירונג דארט אין פנים אריין.

רבי יוחנן כי מטי להאי קרא בכי (דברים לא-כא (פר' וילך)) והיה כי תמצאן אותו רעות רבות וצרות, עבד שרבו ממציא לו רעות וצרות תקנה יש לו, מאי רעות וצרות, אמר רב רעות שנעשות צרות זו לזו, כגון זיבורא ועקרבא
שמע ישראל
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 17, 2019 1:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמע ישראל »

אנטווערפן – פון איבער דער גארער וועלט הערט מען איבער פארשידענע שוועריגקייטן וואס אידן האבן צום באדויערן ביים מקיים זיין דעם הייליגן מנהג פון שלאגן כפרות אין די יעצטיגע טעג פון עשרת ימי תשובה, און אין בעלגיע גרייכן די שוועריגקייטן ביי א קלימאקס.

אלס רעזולטאט פונעם געזעצליכן פארבאט קעגן שחיטה, האט מען געהאט אויסגעארבעט אז מ'וועט שלאגן כפרות אין אן אנדערע בעלגישע שטאט אינדרויסן פון אנטווערפן, און דערנאך וועט מען פירן די טשיקנס ארויס פון בעלגיע קיין פראנקרייך צו ווערן געשאכטן.

אבער די בעלגישע רעגירונג האט נישט ערלויבט ארויסצוליפערן די טשיקנס, האט מען דעריבער פרובירט אויף נאך אנדערע אופנים, אבער ס'האט זיך נישט איינגעגעבן, און דערווייל זענען אידן יוצא מיט געלט, פיש און אנדערע מנהגים.

אין ניו יארק סיטי האט מען זיך אויך אנגעשטויסן אין די אנטי-כפרות אקטיוויסטן, וועלכע האבן זיך נעכטן אראפגעלאזט קיין וויליאמסבורג און האבן אנגעדרייט א סענזאציע דורך פיטערן די טשיקנס. איין אקטיוויסט האט גאר גערויבט א קאסטן טשיקנס און אפגעטראגן.

ואנחנו נכנס ונלך לחיים טובים ארוכים ולשלום.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

מונאוויטש האט געשריבן:איי העוו ניוס פאָר יאָ, מיר אידעלעך דא אין די 'פרייע' ניו יארק זענען גארנישט מער פארזיכערט; נישט מיט מילה, נישט מיט חינוך, נישט מיט כפרות, און - סאַרי פארן זיין א שווארץ זעהער - נישט מיט שחיטה!

אמת! ליידער, פאר דעם דארף זיין א שטורעם
אז מ'לעבט דערלעבט מען
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9581
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

וואס טוט מען אין פשעווארסקער הויף מיט כפרות
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1965
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

איך גלייב אז ווען א מענטש פריוואט ביי זיך אינדערהיים קויפט זיך א הינדל און גיט עס א שחט אפ, אזוי שטילערהייט, איז קיין פראבלעם.

סתם מענטשן קענען דאס נישט אזוי באווייזן, אבער פאר'ן פשעווארסקער רבי'ן וועט מען עס צושטעלן.

חוץ, אויב ער אליין וועט זאגן אז עס פעלט נישט אויס, מען קען פונקט אזוי מקיים זיין מיט אן עציץ, דג, אדער סתם געלט.
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

שואלכענין האט געשריבן:איך גלייב אז ווען א מענטש פריוואט ביי זיך אינדערהיים קויפט זיך א הינדל און גיט עס א שחט אפ, אזוי שטילערהייט, איז קיין פראבלעם.

סתם מענטשן קענען דאס נישט אזוי באווייזן, אבער פאר'ן פשעווארסקער רבי'ן וועט מען עס צושטעלן.

חוץ, אויב ער אליין וועט זאגן אז עס פעלט נישט אויס, מען קען פונקט אזוי מקיים זיין מיט אן עציץ, דג, אדער סתם געלט.

קיינמאל נישט געזונט צו רעדן
והמבין יבין
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”