טאנץ 2 האט געשריבן:מעגליך אז טשיינע ווארט צו זעהן ווער די דעמ נאמעני וועט זיין.
אויב איז עס ביידען דאן וועלן זיי זיכער מאכן אז טראמפ זאל נישט ארויסקומען מיט א דיעל
אויב עפעס א ליבראל א שטייגער ווי ווארען - בערני דאן וועלן זיי לכאורה איינגיין אויף א געוויסע דיעל
ווייל נאך די וואלן וועט זיי זיין 100 מאל שווערער ( סיי מיט ווארן-סענדערס און סיי מיט טראמפ)
ס'ליגט מסתם אביסל אמת דערינען, אבער כ'האלט אז ס'איז ראנג אויב זיי טראכטן אזוי.
אוודאי וועלן זיי קענען ארויסקוועטשן א בעסערע דיעל פאר זיי אויב אמעריקע ערוועלט א שוואכע כאראקטער פרעזידענט וואס וועט זיך ברעכן צו אביסל פרעשור, אבער ס'איז שוואכע טשאנסן אז עני פרעזידענט זאל גרייט זייער א נישטיגע דיעל.
די וועלט זאגט צוריק גייט א קאזע, און דאס איז אפלייאינג אויך דא.
צו לייגן טעריפס דארף מען האבן טראמפ'ס דרייסטקייט און שטארקייט נישט נאכצולאזן און גרייט זיין זיך אריינצולאזן אין אן ענדלאזער טרעיד מלחמה, אבער אויף אראפצונעמען פאר גארנישט דארף מען זיין גאר שוואך!
אויב ווערט א דעמאקראט אריינגעוועלט וועט ער אייביג קענען בלעימען טראמפ אויף עני נעגעטיווע אפעקט פון די טעריפס, און נעמען קרעדיט פאר יעדע דיעל, ממילא איז באמת נישטא קיין סיבה אז א דעמאקראטישע פרעזידענט זאל אראפנעמען די טעריפס, (א חוץ אויב טשיינע הייערט האנטער ביידן האבן זיי יא טשאנס....!)