כאפצעם האט געשריבן:אמעריקא האלט זיך תמימות'דיג צום נישט מאכן קיינע עקסערסייז...
הער אויס, אבער אבי מ'רעדט פון אים..
קודם כל ביסטו נישט אפ טא דעיט. די עקסערסייז גייט אן געהעריג. ניטאמאל דאס האט טראמפ נאכגעגעבן.
שוין טויזענט מאל מסביר געווען דאס וואס כיתה א׳ קינדער ווייסן, ווילאנג טראמפ האט נישט נאכגעגעבן קיין איין זאך פון קים׳ס וויש ליסט, הייסט גארנישט זיך לעקן.
אלע שיינע קאפמלימענטן, סאמיט׳ן, און אפילו דאס אריבער טרעטן קיין צפון, איז נישט מער ווי היסטאריע. ס׳איז אבער נישט קיין פארהאנדלונג, נישט קיין נאכגעגעבאכצער, נישט קיין דיעל, ניטאמאל קיין פארגיטיגונג. ס׳איז נישט מער ווי גוט פאר די פיקטשער׳ס.
טראמפ האט נישט נאר נישט אראפגענומען קיין איין סאנקציע פון צפון, ער האט נאך מוסיף געווען. בעת וואס ער האט פארדינט צו שטעלן דעם באנדידט אין פלאץ, וועלכע איז ביז ווען טראמפ האט זיך נישט גענומען איבער זיינע ביינער געווען א ערענסטע געפאר פאר די וועלט. ער איז גרייט געווען צוטאן וואס ער קען נאר צו לייגן א האנט אויף נוקלערע וואפן, אדוכפירענדיג נוקלערע אדער באליסטעשיע מיסל טעסטס יעדן שני וחמישי.
און דאס וואס באדערט מכלוימרש די לינקע באזע אז טראמפ שפירט זיך באקוועם מיט דיקטאטורן רעגט מיר אויף, ווייל ווען אבאמא האט ווי א לוזער געזאגט ביים פרעס קאנפרענס מיט קאסטראו זייענדיג אין קיובא, אז אמעריקא אנערקענט אז די סענקציעס האט נישט געהאלפן אשא״כ גייט מען עס ריליסן. באנייט קאמערשעל רייזעס פון אמעריקא אהין, אהין געשיקט דיפלאמאטן וכו׳ וכו׳.. דעמאלטס זענען זיי שטיל געוועזן. וכן באיראן. אהין געשיקט בילאונען, אלטס כדי אינטערצושרייבן א שטיקל אשר יצר פאפיר, א דיעל וואס ניטאמאל די דעמעקראטן זענען געווען איינשטימינג מיט.
און די וועלט איז דאן בכלל נישט געווארן א סעיפער פלעיס, משא״כ יעצט. ווען דער קליינער גראבער רוהט איין.
ובנוסף לזה, טראמפ האט מיט דעי איין פיס טריט אראפגעווישט די זונטאג שאוס, און בכלל די דעמעקרעט דיבאטעס פון די העדליין׳ס. ס׳טוט דיר וויי? כ׳ווייס, ענד איי פיל יאר פעין.