היסטארישע אמעריקא-צפון קארעא קאנפערענץ

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

עכט היימיש האט געשריבן:ב-ז-י-ו-נ-ו-ת!
פאטריאטישע אמעריקאנער, וואס רוב פון זיי זענען טראמפ שטיצער, (איך רעדט נישט פון די שווענץ, וואס כל מה שיאמר הרבי קדוש קדוש קדוש, איך רעדט פון שטיצער) זענען היינט אינדערפרי אויפגעשטאנען מיט רויטע באקן, און פארפלאמטע געזיכטער.
נאך דעם דורכפאל פון איראן, ווען זיי האבן גענומען די חוצפא צו אראפשיסן א גאר טייערע און פארגעשריטענע אמעקיראנער דראון, און קיין געהעריגע רעאקציע איז נישט געקומען, וואס מיט כל מיני תירוצים אז עס איז דא פלענער, און וואס ווייסן מיר וואס טראמפ פלאנירט, איז עס בזיונות און ווייזט אויף שוואכקייט, פונקט אזוי אדער נאך ארגער ווי אבאמא מיט זיין רויטע ליניע אין סיריע, איז היינט געקומען דער צווייטער פארשעמענדער פאטש. ווען צום ערשטן מאל אין היסטאריע איז א אמעריקאנער פרעזידענט אריבער דער גרעניץ פונעם קאמיניסטשן צפון קאריע, אן קיין שום אפמאך, און נאך צוויי סאמיט'ס, און אן קיין שום דיעל!
יא, יא, עס גייט זיין נאך א סאמיט, מיט נאך בילדער, אבער עס איז ביזי בזיונות, זיך געביקט פארן דיקטאטאר

דיינע באקן האבן זיך שוין בארואיגט פון אבאמא'ס וויזיט אין קובא און זענען געווארן רויט פון פריש, אדער זיי זענען נאך רויט פון דעמאלטס?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

דממה דקה האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ער האט נאך מוסיף געווען. בעת וואס ער האט פארדינט צו שטעלן דעם באנדידט אין פלאץ, וועלכע איז ביז ווען טראמפ האט זיך נישט גענומען איבער זיינע ביינער געווען א ערענסטע געפאר פאר די וועלט. ער איז גרייט געווען צוטאן וואס ער קען נאר צו לייגן א האנט אויף נוקלערע וואפן, אדוכפירענדיג נוקלערע אדער באליסטעשיע מיסל טעסטס יעדן שני וחמישי.


די לופטיגע ווערטער הערט מען כסדר דא פון טראמפ חסידים, באט וואס פונקטליך דאס מיינט ווייס איך נישט, ער ארבעט ווייטער אויף זיינע פראדשעקטס, ער האט אפילו געמאכט אפאר טעסטס אויך, גראדע קלענערע באט ער איז דא און ארבעט אריין, די רעלאטיווע שטילקייט איז געווען די זעלבע דארכאויס אבאמא בוש קלינטאן בוש רעגאן יארן, חוץ ווען מען האט געמאכט טעסטס איז געווען שטיל, און יעצט איז נישט אנדערש.

ווען האט ער געמאכט א טעסט לעצט? און אויף וואס?
די געפאר מעסטער האט זיך נישט געריקט א טראפ.

לאמיר שוין זאגן אז עס איז אזוי, נו איז וואס?

די האסט נישט קיין פראבלעם דערמיט פיין, טשאדעלע און אנדערע טראמפערס האבן יא א פראבלעם, זיי געדענקען ווען מען האט געזאגט אז נארט קארעא איז א סכנה, און זיי פראבירן זיך איינצירעדן אז יעצט איז שוין גיט, טראמפ טויג....

דא האסטו די נייעס איבער נארט קארעא ארויפשיסן טעסט פראדשעקטיילס אנדערהאלבן חודש צוריק
https://www.foxnews.com/world/north-kor ... report.amp

אין קעיס דו ווייסט נישט, יעדע בולעט פארמאגט א פראדזשעקטייל.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

כאפצעם האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:און לויט די באריכט וואס וועט קים יא נאכגעבן?

1) א טראמפ סאמיט אין נארט קאריע

2) זיך צופלייסן מיט די בריוון, שיקן יעדע חודש כאטשיג איינס

3) פארבארגן די פינקע לעדי (פון די נ"ק סטעיט טעלעוויזיע) פאר פאקס ניוז אויף א שטיקל צייט

מיין שאלה איז געווען 'לויט די באריכט' און ווי אויך האב איך עס געפרעגט אויף צו באקומען א סיריעס ענטפער אין קעיס אויב דו ווייסט נישט. האסט עני אינפארמאציע איבער דעם אדער נישט?

תודה מראש.

די באריכט זאגט ער וועט אויפהערן אנטוויקלען פרישע וואפן.

די באריכט קוקט אויס א קאפי פון די דורכגעפאלענע קלינטאן דיעל מיט צפון, און עס וואלט געווען א שאנדע ווען טראמפ מאכט ווען די זעלבע טעות.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

פארטראכטער האט געשריבן:סטייטשט אזוי, ווען אבאמא נעמט אראפ די סאנקציעס, און נארמאלאזירט באציאונגען מיט קובא, וואס זענען נישט קיין שום געפאר פאר אמעריקע אדער פארן וועלט, איז ער א שוואכלינג וואס בוקט זיך צו דיקטאטורן.
ווען ער נעמט איראן וואס האט געארבעט יארן צו אויפבויען און ווערן א נוקלאערן פאוער, און האט זיך גאנץ ווייניג דערשראקן פון די סאנקציעס וואס האט פארקריפלט זייער עקאנאמי, און ער ברענגט זיי צום טיש און מאכט א דיעל צו אויפהערן און אויפגעבן זייער נוקלעארע חלומות און פלענער, איז ער א שייגעץ און שוואכלינג, אמער ער גיבט זיי צוריק ביליאנען פון זייער אייגענע פארפרוירענע געלטער.

אבער ווען טראמפ בוקט זיך און לעקט זיך צו קים, ער נעמט א מאנסטער און מאכט אים לעגיט, יא, גיבן לעגימיטיטעט איז א זאך וואס איז פאר נ.ק. מער ווערט ווי ביליאנען דאללער, עס גייט אים גאנץ קנאפ אן אויב זיינע מענטשן שטארבן אויס וואס ער דארף איז זיין רעקאגנייזד אלס א נארמאלע פירער פון א נארמאלע לאנד.
נ.ק. איז געווען איזאלירט פון די גאנצע וועלט, ער וואלט זיך נישט געקענט חלומען פון א באזוך אין נארט קאריע פון אן אמעריקאנע פרעזידענט און אוודאי נישט פון א באזוך אין די ווייט האוז.
איז ווען טראמפ גיבט אים אט דאס אלעס, פאר גארנישט, בלויז אין אויסטויש פון א שיינע בריוו צו טראמפ, דעמאלטס איז גאר טראמפ א גאנצע חכם, ווייל ער האט געגנבט די זונטאג שאוס פון די דעמאקראטן..

נישטא ווער סזאל לאכן.

סיז אנבעליוועבל ווי מענטשן דרייען זיך אליינס דעם קאפ אבי נישט נאכצולאזן פון די קראנקהאפטע שנאה. לאמיר אויסשמועסן דיינע נקודות:

פארטראכטער האט געשריבן:סטייטשט אזוי, ווען אבאמא נעמט אראפ די סאנקציעס, און נארמאלאזירט באציאונגען מיט קובא, וואס זענען נישט קיין שום געפאר פאר אמעריקע אדער פארן וועלט, איז ער א שוואכלינג וואס בוקט זיך צו דיקטאטורן.

פידעל קאסטרא איז געווען א בלוטיגער מאסן מערדער וועלכער האט אויסגעשטעלט טויזנטער מענטשן ביי א וואנט און די 'פייערינג סקוואד' האט זיי אויסגעשאסן (אזויווי די נאציס ימ''ש), ער האט אונטערדרוקט זיינע בירגער, ארעסטירט, געפייניגט און גע'הרג'עט אומשולדיגע ציווילע מענטשן - אריינגערעכנט אן אמעריקאנער בירגער - און געלעבט א לעבן פון שוואוילטאג בשעת זיין לאנד איז אויסגעגאנגען פאר הנגער. דער ברוטאלער דיקטאטאר האט אקטיוו געשטיצט און טרענירט צענדליגער טעראר ארגאניזאציעס איבער די וועלט (אריינגערעכנט די מערדערליכע בלעק פענטער אמעריקאנער טעראר גרופע).
(איין דוגמא פון קובא'ס 'עקזעקוציעס':
אין די ערשטע יארן פון די קאסטרא רעזשים האט קובא גענומען 166 טויט פאראורטיילטע, און זי האט ארויסגענומען פון יעדן ארעסטאנט אן עוורידזש פון זיבן פיינטס (בערך דריי א האלב ליטער) בלוט. דאס בלוט איז דערנאך געווארן פארקויפט פאר די צפון וויעטנאמער פאר $50 א פיינט. די אויפטו איז געווען א דאפלטער: די קובאנער רעגירונג האט באקומען הארד קעש, און זי האט געגעבן שטיצע פאר די קאמוניסטישע קעמפער אין וויעטנאם. דאס ארויסנעמען אזויפיל בלוט שעדיגט די מוח און ברענגט פאראליז און אנקאנשעסנעס. נאכ'ן ארויסנעמען די בלוט האבן צוויי סאלדאטן ארויסגעטראגן דעם קרבן צום ארט וואו מען האט זיי געשאסן צום ענדגילטיגן טויט.)

יעצט בעצם איז די היסטאריע פול מיט פעלער ווען אמעריקאנער פרעזידענטן האבן אפיציעל געגעבן לעגיטימאציע און אנערקענונג פאר דיקטאטארן און מאסן מערדער, זיי אפילו גערימט און געלויבט, און עטליכע האט אפי' אמעריקע אריינגעשטעלט אין אמט. צו ס'זאל זיין רוזוועלט מיט סטאלין, ניקסאן און מאאו, רעיגען און מאנטט, רעיגען און סוהארטא, און נאך. נאר אין די אלע פעלער איז עס געווען אדער ווייל יענער איז געווען דער פירער פון א וועלט מאכט מיט וועם מען האט זיך געמוזט רעכענען צו מען וויל צו נישט, אדער ווייל מען האט געוואלט אנקומען צו עפעס - צו ס'זאל זיין באקעמפן קאמוניזם אדער א צווייטע ציל, אבער מען האט געדארפט אנקומען צו יענעמ'ס גוט ווילן.

אנדערש איז אבער געווען אבאמא'ס ביקעריי און לעקעריי צו די קאסטרא ברידער, מיט דעם וואס נישט זיי זענען א כוח מיט וועם מען דארף זיך רעכענען, און נישט אבאמא האט ערווארטעט עפעס צו באקומען אין אויסטויש פון געבן אנערקענונג און אראפנעמען די סאנקציעס. ער האט עס געטון בלויז און נאר צוליב זיין שעצונג צו די סאציאליסטיש/קאמוניסטישע אידעאלאגיע און די 'גלייכבארעכטיגונג' וואס עס שטעלט פאר.


פארטראכטער האט געשריבן:ווען ער נעמט איראן וואס האט געארבעט יארן צו אויפבויען און ווערן א נוקלאערן פאוער, און האט זיך גאנץ ווייניג דערשראקן פון די סאנקציעס וואס האט פארקריפלט זייער עקאנאמי, און ער ברענגט זיי צום טיש

וויאזוי האט אבאמא געברענגט איראן צום טיש מיט די זעלבע סאנקציעס פון וואס זי האט זיך גאנץ ווייניג דערשראקן?


פארטראכטער האט געשריבן:ווען ער נעמט איראן... און ער ברענגט זיי צום טיש און מאכט א דיעל צו אויפהערן און אויפגעבן זייער נוקלעארע חלומות און פלענער, איז ער א שייגעץ און שוואכלינג, אמער ער גיבט זיי צוריק ביליאנען פון זייער אייגענע פארפרוירענע געלטער.

ווי למשל דו ווייסט נישט אז די טענות קעגן די דיעל זענען געווען אז די דיעל איז ניטאמאל ווערט לצור על פי צלוחיתו. אבאמא זעלבסט האט מודה געווען אז עס וואלט נישט אפגעשטעלט איראן פון בויען אן אטאם באמבע נאר אין בעסטן פאל עס אפגעשטופט מיט צען-פופצן יאר, און די דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאטן האבן געזאגט אז זיי וואלטן פארראכטן די לעכער אין די דיעל (שטייצעך אז זיך ארויסציען דערפון אויב איראן וויל נישט פארהאנדלען טאר מען נישט - טראמפ האט עס דאך געטון). די גאנצע דיעל מהחל ועד כלה איז געווען איין קייט פון נאכגעבן וואס אימער איראן וויל אבי ארויסצוקוועטשן א גע'חתמ'עטע שטיקל פאפיר, און די דיעל האט נישט קיין שום עכטע אינספעקשאנס, אויסער די אנדערע ריזן לעכער דערין ווי שוין אויסגעשמועסט דא באריכות.

יא, די איראן דיעל ווייזט אז אבאמא איז א שייגעץ און שוואכלינג וואס איז גרייט צו פארקויפן זיין לאנד און די וועלט פאר זיין פארשמייליגטע לעגעסי.


פארטראכטער האט געשריבן:אבער ווען טראמפ בוקט זיך און לעקט זיך צו קים, ער נעמט א מאנסטער און מאכט אים לעגיט, יא, גיבן לעגימיטיטעט איז א זאך וואס איז פאר נ.ק. מער ווערט ווי ביליאנען דאללער, עס גייט אים גאנץ קנאפ אן אויב זיינע מענטשן שטארבן אויס וואס ער דארף איז זיין רעקאגנייזד אלס א נארמאלע פירער פון א נארמאלע לאנד.
נ.ק. איז געווען איזאלירט פון די גאנצע וועלט, ער וואלט זיך נישט געקענט חלומען פון א באזוך אין נארט קאריע פון אן אמעריקאנע פרעזידענט און אוודאי נישט פון א באזוך אין די ווייט האוז.

1) ווי געזאגט איז היסטאריע פול מיט אזאנע געשיכטעס ווי אמעריקאנער פרעזידענטן האבן געגעבן אנערקענונג און לעגיטימאציע פאר טיראן און מאסן מערדער. האסט געהערט פון מאא צעדאנג? ער האט גע'הרג'עט עטליכע מאל אזויפיל מענטשן ווי קים יאנג אן, זיין טאטע און זיין זיידע צוזאמען. פארט האט פרעזידענט ניקסאן אים באזוכט אין כינע, און קארטער האט אים אפיציעל אנערקענט אלס פירער פון כינע און איינגעשטעלט דיפלאמאטישע באציאונגען. האסט געהערט פון יאזעף סטאלין ימ"ש? לויט אסאך היסטאריקער איז ער געווען דער גרעסטער רוצח אין די וועלט'ס היסטאריע. פארט האבן אמעריקאנער פרעזידענטן לדורותם זיך געטראפן מיט אים און אים אפיציעל געגעבן לעגיטימאציע.

2) סיי סטאלין און סיי מאא האבן נישט געהאט קיינע נוקלעארע וואפן ווען אמעריקע האט זיי אנערקענט. צפון קארעא ווידער איז שוין איבער צען יאר וואס זי איז איינס פון בלויז ניין לענדער אויפ'ן כדור הארץ וואס פארמאגט נוקלעארע וואפן, און זי פארגרעסערט און פארבעסערט כסדר איר ארסענאל. נישט קיין חילוק ווי שטארק דו ווילסט נישט איז צפון קארעא איינס פון די מעכטיגסטע לענדער אין די וועלט, טראצדעם וואס זייער קאנווענשינעל מיליטער איז נישט ווערט קיין סאך. (אין קאמפעריסאן, פון גאנץ נאטא האבן בלויז דריי לענדער נוקלעארע וואפן!)

3) זי איז טאקע געווען איזאלירט (טיילווייז צוליב איר אייגענע ארבעט צו זיין איזאלירט און טיילווייז צוליב די דרוק פון די וועלט מיט אמעריקע אין שפיץ), און די איזאלאציע האצעך נישט גערירט. זי קען ווייטער נישט קויפן סחורה, עקסעסן די גלאבעל מארקעטס, די עקאנאמיע הינקעט די זעלבע ווי ביז יעצט. די איזאלאציע האט גארנישט מיט'ן געבן (אפי' דירעקטע, וכ"ש אומדירעקטע) לעגיטימאציע. (אנדערש ווי אבאמא האט יא פרובירט אראפצונעמען די סאנקציעס פון קובא און ענדיגן איר איזאלאציע).

4) די גאנצע פוינט אז עס גייט נישט אן פאר קים אז די באפעלקערונג הונגערט איז א הוילע טאקינג פוינט וואס די מציאות פראווט אנדערש. אמת, קים בעצם גייט נישט אן אז זיינע מענטשן הונגערן, אבער ער ווייסט פונקט ווי אלע דיקטאטארן אז דעספערעט מענטשן נעמען אן דעספערעט מיטלען, און וואס מער זיין פאלק הונגערט העכערט עס די שאנסן אז זיי וועלן פרובירן אים אומצואווארפן. מען דארף ניטאמאל גיין קוקן אויף אנדערע לענדער, עס איז גענוג צו באטראכטן די היסטאריע פון צפון קארעא זעלבסט, וויפיל מאל זיי האבן געבעטן עסן און אנדערע הילף פון אמעריקע אין אויסטויש פון פארשידענע באגרעניצונגען אויף זייערע נוקלעארע און מיסיל פראגראמען.

5) אראפנעמען סאנקציעס און איינשטעלן דיפלאמאטישע באציאונגען איז טויזנט מאל מער רעקאגנישאן ווי א טריט אריין אין יענעמ'ס לאנד, וכ"ש אראפנעמען סאנקציעס, איינשטעלן דיפלאמאטישע באציאונגען און גיין צו יענעם אין לאנד אויף א סטעיט וויזיט.



פארטראכטער האט געשריבן:איז ווען טראמפ גיבט אים אט דאס אלעס, פאר גארנישט, בלויז אין אויסטויש פון א שיינע בריוו צו טראמפ, דעמאלטס איז גאר טראמפ א גאנצע חכם, ווייל ער האט געגנבט די זונטאג שאוס פון די דעמאקראטן..

איך פארשטיי נישט. זייט ווען האסטו א פראבלעם מיט געבן רעקאגנישאן פאר א טיראן? דו ביזט דאך פולי פאר אבאמא'ס באזוך ביי די קאסטרא מערדער! גראדע זאגסטע ליגנט און סיז מיט'ן ציל צו באוועגן קים ער זאל אויפגעבן זיינע נוקלעארע וואפן וואס וועט מאכן די וועלט זיכערע לכל הדיעות, אבער דו האסט זיכער נישט וואס צו שרייען.

פארטראכטער האט געשריבן:נישטא ווער סזאל לאכן.

מייין מיינונג: נישט אראפנעמען סאנקציעס, געבן אנערקענונג, איינשטעלן דיפלאמאטישע קשרים מיט דיקטאטארן סיידן זיי זענען סייווי א וועלטסמאכט, אדער דו ווילסט עפעס באקומען פון זיי. אבאמא איז עס דורכגעפאלן מיט קובא בעת וואס טראמפ האט עס געפעסט מיט צפון קארעא (סיי צוליב דאס זיין א נוקלעארעא פאוער און סיי ווייל ער צילט צו דע-נוקלעאריזאציע).

דיין מיינונג: סיז נישט קיין שום פראבלעם זיך צו לעקן צו דיקטאטארן, אראפנעמען סאנקציעס, גיין באזוכן, איינשטעלן דיפלאמאטישע קשרים, אפילו מיט א קליין לענדל און אפי' אין אויסטויש פאר גארנישט, כ"ז אבאמא טוט עס.
אויב טראמפ רעדט שיין צו און פיקטשערט זיך מיט א דיקטאטאר איז עק וועלט, אפגעזען פון יענעמ'ס מאכט און צו ער וויל עפעס דערגרייכן דערמיט.

שוין איינמאל דא ווער ס'זאל לאכן!
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלדיג »

@טינק, ביסט אפשר א מגי"ש ערגעץ? אזא קלארע שפראך...
לייפציק האט געשריבן:
לעבן איז א גרויסע סכנה, מ'איז אויסגעשטעלט צו כל מיני זאכן, פאר געשטארבענע מענטשן שאדט גארנישט,
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

טינק פיין געזאגט!!!
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

פערזענליכע קריגערייען נישט ערלויבט
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

Think and Thank האט געשריבן:אין קעיס דו ווייסט נישט, יעדע בולעט פארמאגט א פראדזשעקטייל.


אין אנדערע ווערטער, יעדע בולעט איז א פראדזשעקטייל.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

@טינק, אזוי גוט!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 6:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מהחבורה »

פעיק נוז האט געשריבן:צפון קארעא זעט אויס צו האבן געשטעלט א לאנג-יעריגן וועטעראן פון אינטערנאציאנאלע דיפלאמאטיע, אלס דער נייער הויפט פיגור אין די נוקלעארע געשפרעכן מיט אמעריקע.

לויט קוועלער אין דרום קארעא, האט צפון קארעא אויפגענומען קים מיאנג גיל, וועלכער האט געדינט אלס געוועזענער אמבאסאדאר צו וויעטנאם, צו זיצן מיט די אמעריקאנער דיפלאמאטן ביי די פרישע רונדע געשפרעכן, וואס זענען געסקעדזשועלט געווארן נאך דער היסטארישער זיצונג צווישן פרעזידענט טראמפ און קים יאנג אן ביים גרעניץ צווישן צפון און דרום קארעא.

איד דעילי

כ'האף אז דער גיל האט שוין געשריבן צוואה, אין זיך איינגעהאנדעלט א חלקה.
.Stay away from negative people,they have a problem for every solution
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

אחד מהחבורה האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:צפון קארעא זעט אויס צו האבן געשטעלט א לאנג-יעריגן וועטעראן פון אינטערנאציאנאלע דיפלאמאטיע, אלס דער נייער הויפט פיגור אין די נוקלעארע געשפרעכן מיט אמעריקע.

לויט קוועלער אין דרום קארעא, האט צפון קארעא אויפגענומען קים מיאנג גיל, וועלכער האט געדינט אלס געוועזענער אמבאסאדאר צו וויעטנאם, צו זיצן מיט די אמעריקאנער דיפלאמאטן ביי די פרישע רונדע געשפרעכן, וואס זענען געסקעדזשועלט געווארן נאך דער היסטארישער זיצונג צווישן פרעזידענט טראמפ און קים יאנג אן ביים גרעניץ צווישן צפון און דרום קארעא.

איד דעילי

כ'האף אז דער גיל האט שוין געשריבן צוואה, אין זיך איינגעהאנדעלט א חלקה.

ממש געטראכט די זעלבע
איך האב געזען נעכטען א פוקטשער פון אים האב איך גיט געקיקט איך האב געוואלט געדענקען ווען מען גייט אים מאכען מיט נאר איין קאפ קלענער זאל איך וויסען פון וועם מען רעד
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

כ'גלייך אים אפשר נישט אלץ א מענשט, אבער זיינע פאליסי זענען געוואלדיג.........

NKorea launches 'short range missile' in defiance of Trump...
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

טראמפ, איך האב דיר געבעטן נישט צו ווערן זיין פרענד, דא האסטו:

North Korea threatens to resume calling Trump ‘dotard’

https://abcnews.go.com/US/wireStory/nor ... d-67516271
מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:33 am

Re: היסטארישע אמעריקא-צפון קארעא קאנפערענץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצליח »

צפון קארעא פירער קים יאנג וויל נישט פראוואצירן אמעריקא כדי צו קענען פארהאנדלן מיט ביידען זיי זאגן אז צפון קאריע איז ביים מיינונג אז פארהאנדלן מיט ביידן קען זיין מער קאמפליצירט ווי מיט פרעזידענט טראמפ, וויבאלד ביידן וועט ווארשיינליך נעמען די טראדיציאנאלא וועג פון גיין צוביסלעכווייז אין קאנטראסט צו טראמפ וועלכע האט גענומען א צוגאנג פון דירעקטע פארהאנדלונגן מיט קים זעלבסט, איבערהיפענדיג א רייע סטעפס אינמיטן וועג.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”