גאן קאנטראל דעבאטע

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

גאן קאנטראל דעבאטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

3 אזייגער נאכמיטאג שיקאגאער צייט (4 אויף אונזער ניו יארקער זייגער) איז א געוועזענער סטודענט אריינגעקומען אויפן סטעידזש פון די אודיטאריום אינעם צפון אילינאי אוניווערזיטעט, בליץ שנעל האט ער אויסגעשאסן ארום 30 רונדעס קוילן פון 2 אדער 3 ביקסן, דאן האט ער זיך זעלבסט דערשאסן אויף טויט.

אלעס אינאיינעם זענען 22 מענטשן פארוואונדעט געווארן פון די שיסעריי, 4 דערפון זענען אומגעקומען אויפן פלאץ (אריינגערעכנט דער שיסער), 2 זענען אויסגעגאנגען שפעטער אין שפיטאל, און אנדערע געפונען זיך נאך אין א קריטישן צושטאנד.

אויך דער לערער, וועלכער איז זעלבסט א גראדואירטער סטודענט, איז דערשאסן און פארוואונדעט געווארן.

פאליציי און עף. בי. איי. נישטערן יעצט דורך פארברעכן סצענע פאר אנדייטונגען איבער א מאטיוו, און מען האפט אז מארגן וועט זיין א קלארערע בילד אויפן גאנצן אינצידענט.

קאסמא קרעמער עט די לעיט נייט דעסק אוו ק.נ.א. - ברוקלין ניו יארק
לעצט פארראכטן דורך קרעמער אום זונטאג פעברואר 17, 2008 1:40 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

שקויעך קרעמער פאר ברעכען די נייעס, מיר ווארטען אויף אן אפדעיט.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

שכויעך קרעמער פאר די נייעס.

נעכטן נאכט, אזוי הערענדיג די נייעס אויף די לופט כוואליעס איז מיר אריין א געדאנק אין קאפ, א זאך וואס איך אייביג אן נאך פון קינדוויייז... געווען דערקעגן.

נאך די פאריאריגע מעשה מיט די שיסעריי אין די ווירדזשיניע טעק. און יעצט די מעשה האב איך ערנסט אנגעפאנגען טראכטן אז פון די משוגעים וועט מען נישט קענען אזוי גרינג לויז ווערן, נישט קיין חילוק ווי נישט-לעגאל גאנס זאלן זיין אין אמעריקע וועלן זיך אייביג טרעפן עטליכע משוגעים וואס וועלן האבן געווער מיט א "היתר", און ער וועט קענען אנזייען חרבן און שרעק איבעראל.

צילוב דעם איז מיר אריין די טענה פון די אנטי-גאן-קאנטראל חברה אין אריין. נעמליך אויב יעדער צווייטער גוי וועט האבן א רעוואלווער מיט זיך, וועט שוין נישט דער משוגענער אריין קימען אין זיך נעמען שיסן סתם אזוי אין די וועלט אריין, ווייל נאך איין סעקונדע שיסן ווערט ער ארפגעשאסן דורך א צווייטן סטודענט.

און אזוי איז עס מיט אלגעמיינע פאברעכערס. אויב וועט יעדער סטאר-קיפער און סתם יעדע פאר מענטשן וועלן זיך דרייען מיט געווער אין טאש וועט דער שווארצער פראדזשעק איינוואוינער נישט מאכן זיינע האולד-אפ'ס יעדע צוויי מינוט, ער וועט וויסן אז עס קען אום קאסטן דאס לעבן, ער כאפט א קויל אין בויך נאך פאר ווי וואס וווען.

גערעכט זענען זיי די וואס טענה'ן, אויב וואלטן נאר איינע פון די סטודענטן אין די ווירדזשיניע טעק געהאט א רעוואלווער ביי זיך, וואלטן דאך קלאר די פאליטעטען געקענט זיין אסאך וויייניגער.

אין ארץ ישראל הערט מען כמעט נישט אזא זאך אז אן אראבער זאל אריינקימען אין א מארק און זיך נעמען שיסן אויף די פארזאמעלטע, כאטש ער קען אזוי אויך אנזייען כאאס און הרג'נען פול מענטשן, ער וועט אייביג קימען מיט א באמבע, און דאס איז טאקע דער סיבה, אויב זאל ער זיך נעמען שיסן אויף די מענטשן, נעמט נישט קיין צוויי סעקונדען און ווערט געשאסן דורך אנדערע פיר מענטשן, דריי מאל.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

צייטליך,
דער בליעל האט זיך דאך אליינס געשאסן סייווי, וואס וואלט אויפגעטאן אז אן אנדערער וואלט אים געשאסן, עס איז נאר א שאלה פון צייט, ועוד, דו האלטסט טאקע אז אינגע סטודענטן זאלן ערלויבט ווערן צו האבן גאנס רייט-ענד-לעפט, אין די היינטיגע אינפארמעישאן-עידזש ווי איעדער שמוטה-פנה מיט עקסעס צום אינטער-חטא אן זשעי-נעט, עס וועט זיין פיל מער שיסערס ווי צוריק-שיסערס בבחינת והי' למשיסה שויסיך........
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אז מ'קוקט אויף סטאטיסטיק'ס זעט מען אז די לענדער ווי עס איז ערלויבט זיך צו דרייען מיט וואפן קומען נישט פאר אזויפיל מאסן-שיסעריי'ן און בכלל אזויפיל שיסעריי פאברעכען ווי אין אמעריקע.

גלייב מיר אז איך האלט אויך אז ס'איז נישט קיין נאמארלע זאך אז יעדער שמויטשיג זאל אנהענגן אויפן רעכטן זייט פון זיין הויזן אנשטאט א סעל פאון - א רעוואלווער, אבער אין פאקט זעט מען אין אנדערע לנדער אז עס העלפט, דער פאברעכער ניצט נישט דעם מיטל צו הרג'נן אנדערע ציווילעזירטע מענטשן ווייל ער ווייסט אז ער ווערט גלייך געשאסן. און ראביי מיללער, די שאלה פון צייט מיינט עטליכע לעבנס ביי יעדע שיסעריי, אין ווערדזשיניע האט ער זיך גענומען דאס לעבן נאך אויס'הרג'נען דרייסיג חברה, נעכטן האט ער שוין געמאכט זיין ענדע נאר נאך זעקס טויטע, אלזא, אויב נאך עטליכע סעקונדען ווערט ער געשאסן האט מען דערמיט געראטעוועט אסאך לעבענס.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

חחחח מיללער דיין אויספיר האט מיר געברענגט אן אויספלאץ, וואט עי פסוק טו יוז....

צייטליך, איך מוז מיט שטימען מיט מיללער אן דיס וואן, עס איז טאקע זיכער אז ווען יעדער האט ווען א רעוואלווער וואלטן פארמיטן געווארן פיל אומגליקן, אבער עס איז פונקט אזוי זיכער אז ווען יעדער האט ווען א רעוואלווער וואלט געווען פיל מער אומגליקן, ודו"ק כי קצרתי.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

ודו"ק? דו ביזט דיך דאך סותר מיני' ובי'?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

דאס איז דאך דער ודו"ק....

איכל דיר זאגן דעם אמת'ער אמת (לעצטנס האבעך אייגעזעהן אז איז דא מערערע אמת'ן אין יעדע אמת...) איך בין בשיטה א קאנסערוועטיווער, דאס הייסט איך מיינע מיינונגן נויטן רוב מאל אויף רעכטס, סאו ביי גאן קאנטראל אפי' איך 'ווייס' אז עס איז בעסער ווי שטרענגער עס איז, דאך מוז עך 'האלטן' אז עס וואלט גוט געווען אז יעדער מעג האבן א גאן.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אנדי,
פארדעם ברויך מען דייקנות כי קצר, אם לא דקת למה הקשית ואם דקת למה לא פארשטאנת?

דער תירוץ אויפן סתירות היאנאש, איז אז אפי' פון איין זייט וואלטן פארמיטן געווארן שיסערייען, אבער פון די אנדערע זייט וולט געווען מער שיסערייען צו פארמיידן, פארשטייסט? אז נישט קען איך דיר נישטהעלפן.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

יאנאש, קאנסערוויטיווער זענען אקעגען גאן קאנטראל.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

די שאלה שטעלט זיך יעצט אזוי:

וויילענדיג פאראיאר אין ארץ ישראל איז מיר אויסגעקימען עטליכע מאל, צו מער דערפון, צו פארן מיט א טעקסי (מוניות) געזעהן האב איך אז כמעט אלע פון זיי האבן געהאט מיט זיך א רעוואלווער, גייסט אין די אלע געגענטער וואס זענען נאנט צו אראבישע ישובים אדער פלעצער ווי עס זענען שוין פארגעקימען געשלעגערייען וועסטו זעהן אז קינד-און-קייט דרייט זיך מיט געווער, האסטו דען געהערט אז עס קימען דארט פאר טעגליכע שיסערייען איינער אויפן צווייטן און די אלע פלעצער וויייל יעדער דרייט זיך מיט א גאן, אויסדריקלעך נישט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אנדי פעטיט האט געשריבן:יאנאש, קאנסערוויטיווער זענען אקעגען גאן קאנטראל.

דאס האב איך דאך געשריבן.

צייטליך, קודם כל ווער זאגט דיר אז דארט קומט נישט פאר יעדן טאג געפעכטן וואס ענדיגן זיך מיט פאטאליטעטן, וויפיל לאקאלע איזרעלי צייטונגן ליינסטו יעדן טאג?

צווייטנס, עס איז גאר אנדערש ווען מען איז ביזי אגאנצן טאג זיך אליינס צו פראטעקטן, ווערסעס אמעריקאנע יוגענטליכע וואס גייען ליידיג.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאנאש,
גוד פאונט, ווען עס איז אן עת מלחמה איז איין זאך, ווען עס איז שלום ווערט די יוגענט פארשלעפט דורך גרויליגע מאוויס וכדו' צו געפערליכע אקטן השם ירחם, מ'ברויך דאס עוואודען בכל החומר.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ערשטענס,ווען עס קומט אריין איינער אין סיי וועלכער עפענטליכער פלאץ און שיסט אויס עטליכע קוילן און דערביי לייגט ער אוועק אויף אייביג עטליכע מעטשן, ווערט דאס באריכטעט אין אלע נייעס צענטערן, נישט קיין חילוק אין וועלכען פלאץ אויף די וועלט.

צווייטענס, נישט יעדער מענטש מיט א גאן שיסט, נישט יעדער אמעריקאנער ליידיג גייער וואס האט א גאן שיסט, גאט זאל אפהוטן אוב יא, עס זענען דא טויזענטער גיום מיט גאנס בדרך היתר אבער זיי שיסן נישט, דער משוגענער נערווען-קראנקער שיסט, און איבער אום רעדט איך, ער וועט סייווי פארשאפן א גאן, אפילו עס איז אסור, און אפילו ער איז משוגא (פארדעם איז ער דאך משוגא..) אום צירוק צוהאלטן איז די עצה אז ער זאל וויסן אז אנדערע אין דעם זאל פארמאגן אויך א גאן, דאס וועט אום צירוק האלטן.

האט נישט קיין מורא, איךהאלט עס נאכנישט ביים איינפירן.... אבער איך פארשטיי עס שוין. א זאך וואס איך האב ביז היינט נישט פארשטאנען.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

צייטליך זיי גערישט אויב דיין פלאן אז יעדער האל האבען א רעוואלווער זאל דורך גיין ווועסטו הערן יעדן טאג שיסעריין אויף בראדוועי אדער אויף 9 AV. און ברוקלין אדער אויף פלאשינג , ווייל ווען א גוי ווערט ברויגעז שיסט ער אפילו אויב מען נעמט אוועק זיין פארקינג פלאץ קען ער שיסן און אויב מען קאט אים אריין מיט א קאר דעמלץ איז די ערגסטע
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

יאנאש האט געשריבן:
אנדי פעטיט האט געשריבן:יאנאש, קאנסערוויטיווער זענען אקעגען גאן קאנטראל.

דאס האב איך דאך געשריבן.

צייטליך, קודם כל ווער זאגט דיר אז דארט קומט נישט פאר יעדן טאג געפעכטן וואס ענדיגן זיך מיט פאטאליטעטן, וויפיל לאקאלע איזרעלי צייטונגן ליינסטו יעדן טאג?

צווייטנס, עס איז גאר אנדערש ווען מען איז ביזי אגאנצן טאג זיך אליינס צו פראטעקטן, ווערסעס אמעריקאנע יוגענטליכע וואס גייען ליידיג.

איך צו צוריק.

איך האב מיך געאיילט און איך האב דיר נישט גוט פארשטאנען.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

קעפל מעג געטוישט ווערן צו גאן-קאנטראל
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דיס רעפארט איז בראוט טו יו ביי שוועמל עט די קנא ניוס עיזשענטור.

מיינע דאמען אונד העררן, איך וועל פרובירן גאר אין קורצן צו צולייגן דעם ענין פון מיין פערספעקטיוו.

אורזאך:
די סיבה פארוואס די שיסערייען קומען פאר איז לדעתי שולדיג די פילם אינדאסטרי. ווי באקאנט קומען אלס ארויס נייערע און ווילדערע פילמ'ס וואס מען זעהט גארנישט חוץ גילוי עריות און שפיכות דמים. דאס פארקויפט זיך היינט טיילווייז אלס 'עדיוקעשאן' פאר די אלגעמיינע יונגווארג און גייט זיי אין קאפ אריין. דער יעניגער וואס האט ציטריט צו וואפן, צי ער גנב'ט פון זיין טאטן אדער פריינט נישט קיין נפק"מ, ער שפירט אז ער וויל אויך 'זיין אזויווי יענעם מעכטיגן אקטיאר אינעם געלונגענעם פילם' און פירט דורך אן אקט וואס שטילט זיין נעבעכדיגע נוזשענדע רצונות.

גאן קאנטראל:
אויב זאל ווערן 'גאן אומקאנטראל' און יעדער מאשקע וועט זיך דרייען מיט א גאן וועט דער צרה'לייט אפשר טראכטן צוויי מאל פארן באגיין אן אקט צווישן אים אין זיין חבר וויסנדיג אז יענער האט אין די זאקן די זעלבע געצייג (א שטייגער ווי שעחורים אין בעט סטיי). אבער אין פובליקום וועט ער נישט טראכטן אז מענטשן האבן מיט זיך גאנס וואס וועלן אים אפענטפערן, און בכלל איז פארבאטן לויטן געזעץ צו טראגן געווער אין פובליק ערטער, דעריבער קען ער ווייטער אויספירן זיין אקט אומגעשטערט.

פאקטן:
אין ענגלאנד איז באקאנט אז די רוטינע פאליציי טראגן נישט קיין געווער אויף זיך פאר די איינע סיבה, ווייל עס איז נישטא קיין גאנס דארטן! די רעגירונג אין די UK האט פון שטענדיג אן פארסירט אויפן שטרענגסטן פארנעם די גאן קאנטראל. דארט קען מען נישט באקומען קיין גאן אפילו פאר געלט, די אינדוסטרי ווערט אנגעפירט דורך רעגירונג באאמטע אן קיין ציווילע ציטריט.
און דאס איז די סיבה פארוואס אין ענגלאנד איז קיין שיסערייען נישטא ב"ה. קען זיין ס'יז דא פארברעכענס, גניבות אבער אן קיינע רעוואלווערס. דאס זעלבע אויב זאל ווערן אזא קאנטראל אויף א פארנעם ווי אין די לענדער וואו ס'יז נישטא קיין גאנ'ס איז דא שאנסן אז עס זאל זיך אפשטילן.

איך האב א חבר וואס ארבייט אין א געוויסע פלאץ וואו ער קומט אין קאנטאקט מיט אלע סארט עלעמענטן. צווישן זיי איז ער באפריינדעט געווארן מיט א שחור, פאר די פאן אף איט האט ער געוואלט פרובירן איינצוהאנדלן א גאן, דעם נעקסטן טאג האט אים דער שחור געברענגט א שאכטל מיט די סחורה, ער האט זיך נישט געקענט גלייבן. קורץ דערנאך האט ער עס פארקויפט פאר אנאנדער שחור דארט. (ער האט זיך אמאל אויסגעדריקט מיט חרטה: א שאד כ'אב עס געגעבן יענעם שחור, איך בין זיכער ער איז שוין באגאנגען דערמיט פארברעכענס).

דאס מיינט אז ליטערלי יעדער שחור פארמאגט א גאן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

א רויבער מיט א דרייסיג-יעריגע קרימינאלע רעקארד איז דערשאסן געווארן נאכ'ן אריינברעכן זיך אין שטוב פון א רייכע פאר-פאלק.

דער רויבער האט קודם אטאקירט די פרוי. ווען דער מאן האט געהערט איז ער געקומען זיך אננעמען, אבער האט געכאפט גוטע קלעפ אין קאפ. ביזדערווייל, האט די פרוי זיך ארויסגעריסן און געלאפן צו איר צימער וואו זי האט גענומען איר "פינקע" גאן, און דערשאסן דעם רויבער!

פאליציי זענען דאן אנגעקומען, אבער געבליבן אן א שאס ארבעט...

ווי זאגט מען אין ענגליש:
When seconds count, the police are only minutes away!

...
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

ווען די רויבער וואלט געווען אומבאוואפען,,וואלט נישט אויסגעפלעט די פרויס פינקע גאן,,,און פאליציי הילף וואלט געווען גענוג צו טאהון די איבעריגע
אווי זאגט די וועלט ,,,,לאו אכברה גנב ,חורא גנב
א רויבער אן וואפען, איז ווי א הענדי מען אן א דרילער,,ווי א פיש כאפער אן א נעץ

איך ווייס נישט צו ביי דיין מעשה איז געווען די רויבער באוואפענט,,קען זיין אז נישט,, איך רעד נאר בדרך כלל,,ביי אנדערע פעלער
אוועטאר
קעכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 18, 2006 10:40 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעכער »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:ווען די רויבער וואלט געווען אומבאוואפען,,וואלט נישט אויסגעפלעט די פרויס פינקע גאן,,,און פאליציי הילף וואלט געווען גענוג צו טאהון די איבעריגע
אווי זאגט די וועלט ,,,,לאו אכברה גנב ,חורא גנב
א רויבער אן וואפען, איז ווי א הענדי מען אן א דרילער,,ווי א פיש כאפער אן א נעץ

איך ווייס נישט צו ביי דיין מעשה איז געווען די רויבער באוואפענט,,קען זיין אז נישט,, איך רעד נאר בדרך כלל,,ביי אנדערע פעלער

פינקט אזוי ווי מקען פארשאפן דראגס טראץ דעם וואס עס איז אומלעגאל, וואלט די רויבער פארשאפט א גאן אפילו אויב מזאל דאס מאכן אומלעגאל. וקל להבין..
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

אנטשולדיגט ביזט נישט גערעכט. פינטל. (איך ווייס נישט צו דיין תגובה איז ערנסט, צו ליצנות, אבער להוציא מלבן מוז מען ארויסשרייבן)

קודם כל א רויבער וואס איז נישט באוואפנט איז פונקט אזוי געפארפול, און עס פעלט פונקט אזוי אויס א גאן, און פון דעם באריכט זעט אויס אז דער רויבער האט בכלל נישט גענוצט קיין וואפן.

שנית, וואס מיינט דאס א רויבער וואס איז אומבאוואפנט, דו מיינסט אפשר אז ווען עס וואלט געווען שטרענגערע גאן קאנטראל געזעצן וואלט דער רויבער נישט געהאט קיין גאן? (עס איז אזוי ווי צוזאגן אז א הענדי מען וואלט נישט געהאט קיין דרילער, און א פיש כאפער קיין נעץ....)
מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסיאנער »

קעכער האט געשריבן:
די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:ווען די רויבער וואלט געווען אומבאוואפען,,וואלט נישט אויסגעפלעט די פרויס פינקע גאן,,,און פאליציי הילף וואלט געווען גענוג צו טאהון די איבעריגע
אווי זאגט די וועלט ,,,,לאו אכברה גנב ,חורא גנב
א רויבער אן וואפען, איז ווי א הענדי מען אן א דרילער,,ווי א פיש כאפער אן א נעץ

איך ווייס נישט צו ביי דיין מעשה איז געווען די רויבער באוואפענט,,קען זיין אז נישט,, איך רעד נאר בדרך כלל,,ביי אנדערע פעלער

פינקט אזוי ווי מקען פארשאפן דראגס טראץ דעם וואס עס איז אומלעגאל, וואלט די רויבער פארשאפט א גאן אפילו אויב מזאל דאס מאכן אומלעגאל. וקל להבין..

אזוי אין ענגלאנד איז דא זייער שטרענגע גאן געזעצן אפילו די פאליציי דרייען זיך אן געווער אין טאש אין דארט איז א זעלטענהייט אז מען זאל שיסן אין די גאסן
יעצט א פאליציי באריכט פון די ען וויי פי די צייגט אז פאר יאר 10' למספרם איז פארגעקימען ''בלויז'' אונטער 500 מארדן אין ניו יארק סיטי אליינס איר הערט ??? און דאס הייסט שוין היסטאריש נידריג
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

מעקסיקא די עלטער זיידע פון דראג באנדעס ,,מענטשן ווערען דארט געהארגעט אויף א מינוטליכער פארנעם ,פון ווי קומט צו זיי וואפען
פיר אויס אליין
יא!יא! פון יונייטעד סטעיטס אויף אמעריקע
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

מאנסיאנער האט געשריבן:
קעכער האט געשריבן:
די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:ווען די רויבער וואלט געווען אומבאוואפען,,וואלט נישט אויסגעפלעט די פרויס פינקע גאן,,,און פאליציי הילף וואלט געווען גענוג צו טאהון די איבעריגע
אווי זאגט די וועלט ,,,,לאו אכברה גנב ,חורא גנב
א רויבער אן וואפען, איז ווי א הענדי מען אן א דרילער,,ווי א פיש כאפער אן א נעץ

איך ווייס נישט צו ביי דיין מעשה איז געווען די רויבער באוואפענט,,קען זיין אז נישט,, איך רעד נאר בדרך כלל,,ביי אנדערע פעלער

פינקט אזוי ווי מקען פארשאפן דראגס טראץ דעם וואס עס איז אומלעגאל, וואלט די רויבער פארשאפט א גאן אפילו אויב מזאל דאס מאכן אומלעגאל. וקל להבין..

אזוי אין ענגלאנד איז דא זייער שטרענגע גאן געזעצן אפילו די פאליציי דרייען זיך אן געווער אין טאש אין דארט איז א זעלטענהייט אז מען זאל שיסן אין די גאסן
יעצט א פאליציי באריכט פון די ען וויי פי די צייגט אז פאר יאר 10' למספרם איז פארגעקימען ''בלויז'' אונטער 500 מארדן אין ניו יארק סיטי אליינס איר הערט ??? און דאס הייסט שוין היסטאריש נידריג

גערעכט עס איז דא אסאך מארדן דאהי, קודם כל ווייסטו מן הסתם אז די לאנדאנע זענען רוהיגערע מענטשן, און עס איז דא דארט ווייניגער היפי'ס און האומלעס, און סתם באנדיטן. צווייטנס, שרייבסטו אז מען שיסט דארט ווייניג אין די גאסן, און וואס טוט זיך אין די הייזער? אינדאר? שיסט מען מער? און וואס טוען די פאליציי, אדער א פריוואטער מענטש, ווען איינער קאנפראנטירט זיי מיט א גאן?

אויסער אלעם, פארוואס אין ענגלאנד איז דא ווייניגער שיסערייען לאזט זיך דינגען, אבער דאס איז זיכער אז די רויבער'ס וועלן זיך שוין טרעפן זייערע וועגן צו שאפן געווער, אויסער אז מען צוקוועטשט מיט א צווענגל די אלע פאבריקן וואס מאכן אדער אימפארטירן / עקספארטירן געווער, וואס איך גלייב נישט וועט געשען, אפי' אונטער די שטרענגע גאן קאנטראל געזעצן, וואס איז אויסער אלעם אנדערש פון איין סטעיט צו די צווייטע.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”