הרה״ק רבי ישראל אברהם פארטוגאל זצ״ל, סקולענער רבי - כ״ה אדר תשע״ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה11 »

לעצט פארראכטן דורך משה11 אום מאנטאג אפריל 01, 2019 7:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
וועלוועל קליינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2016 6:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלוועל קליינער »

אוי! צדיק אבד!
ווי וועט מען הערן די ווארעמע ניגונים ווי דער רבי זצ"ל האט פארגעזונגען "לולי תורתך שועשעי"
א "נכספה" וואס האט בוקע רקעים געווען, די ווארעמע סקולענע מאדאליע'ס וואס האט צונומען יעדן איינעם.
פארגאנגאנעם מוצאי שב"ק נחמי האט מען נאך געהערט פארזונגען "איש תשבי" "אודה ה', אודך ה' בכל לבבך" און נאך.
ווען מען איז אריין צום אים אל הקודש פנימה, איז ער געווען פאר יעדן יחיד ווי א טאטע און א מאמע, ער האט אויסגעהערט יעדן פראבלעם, און זייער זייער ווארעם אנגעוואונטשען, און האט שטענדיג געהייסן אנרופן, "ביטע מודיע זיין א בשורה טובה" ער פלעגט נעמען די תהילים'ל און איינרייסן פאר יעדן, מיט א הארץ
אוי! מי יתן לנו תמורתו!
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

איי וויי וויי מ'דערמאנט זיך צוריק מיט נאסטאלגיע שבת פארטאגס נאכן עלות השחר אין די צייט וואס די גשמיות'דיגע וועלט איז פארזינקען אין א טיעפע שינה, שפאצירט די צדיק יסוד עולם באגלייט מיט א הייפעלע אידן אויף א האלב ביילאכטענע וועג גייענדיג אהיים פונעם ביהמ''ד אין קאנטרי, אזוי פארצייטיש אזוי פאעטיש הייליג און לויטער... צדיק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגה... די רבי מאכט הייליגע תנועות בידיו הקדושים די אויגן פארגלייזט מיט קדושת שבת די זיסע קולות פון די רבי'ס אייניקלעך צוגיסט זיך מיט די פרימארגן פייגלעך וואס טשיפטשען מיט געגועים פארן בורא עולם, אאאוי צאאאאדיק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגה עההה אוי שתוווולים בבית ה'.... נאך אזא לעכטיגע טיש כולו אור כולו חיות שיינט די רבי'ס צורה מיט א הימלישע חן און בענקט און גארט צו שפירן דעם 'שתולים בבית ה' בחצרות אלקינו יפריחו...' א טעם גן עדן שפירט זיך במחיצתו פונעם רבי'ן עפעס אזוי תענוג'דיג מלא אהבה וחן...

אויפן וועג אהיים אוי דאס הארץ עס בענקט.



איי וויי וויי יתומים היינו ואין אב, פאריאגט און פארפלאגט אין די ארבעט און פלוצלינג אן ערד ציטערניש... די הארץ שטעלט זיך אפ... די פלאהר אונטער מיר עס טרייסעלט... רבי רבי ווי ביסטו געגאנגן אויף וועם האסטו אונז איבערגעלאזט??? ... אין לה מנחם...

יעצט זענען מיר איינער אליין...
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19943
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

וואס הערט זיך האט געשריבן:ביטע מאכן באזונדערע אשכול פון די אלע בילדער (איינער ווייסט וואו עס קומט יעצט אריין?)
עס מאכט נערוועז יעצט און טראגט אוועק דעם אשכול


דעהר אשכול

רבי ישראל אברהם פארטוגאל מסקולען - תרפ״ג - כ״ה אדר ב׳ תשע״ט

viewtopic.php?p=1898612#p1898612
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2906
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

סקולענער רבי זצ"ל. אוי וויי! ברוך דיין האמת. נפלה עטרת תפארת ראשינו.
זוכה געוועזן זיך צו באטייליגן ביי די הייליגע טישן מפעם לפעם. איי די אצילות, די פשטות, די ענווה. כי קרן אור פניו, א הייליגע ליכטיגע צורה וואס האט געשראלט מיט שמחה וקדושה.
מ'קען שרייבן גאנצעטע ספרים פון זיין אהבת ישראל. יענעמ'ס שמחה איז געווען זיין שמחה, און זיך משתתף געוועזן מיט יעדן צער מיט אזוי פיל לב און געפיל. איך בין געוועזן אמאל ביי שידוך שליסן ביי אונז אין די משפחה וואס איז פארגעקומען ביי אים אינדערהיים. זיין פנים האט אזוי געלייכט אזש מ'האט געקענט מיינען אז ער איז די זיידע ביי די שמחה!

מיר האבן נישט נאר פארלוירן דעם סקולענער רבי זצ"ל -- א דמות פון א צדיק אמת פונעם אלטן היים; מיר האבן זיך אליין פארלוירן. די דור וועט שוין נישט זיין די זעלבע.
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5513
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

ווי אלט איז ער געווען? איינער שרייבט 93 אייינער 96
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
אוועטאר
בינען זאפט
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 02, 2019 4:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בינען זאפט »

נתן בן ופסי האט געשריבן:ווי אלט איז ער געווען? איינער שרייבט 93 אייינער 96

געדארפט ווערען 96 חודש סיון
אוועטאר
יהלום
שר האלף
תגובות: 1503
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהלום »

נתן בן ופסי האט געשריבן:ווי אלט איז ער געווען? איינער שרייבט 93 אייינער 96

געבוירען סיון תרפג חשבון צוזאמען מיט מיך !
95
לעצט פארראכטן דורך יהלום אום מאנטאג אפריל 01, 2019 7:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24619
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אוייייייייייייייווייייייייייייייייייייייייייי אויייייייייייייייייייי וויייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייי
ארון הקודש נשבה למעלה
ואותנו עזבו לאנחות

ווי וועט מען נאך נהנה זיין מאורו הבהיר
אויייייייייייייייי ווייייייייייייייייייייייי מיין הארץ איז צוריסן

דער ס ק ו ל ע נ ע ר ר ב י איז שוין אויך נישט, מיין הענט ציטערן צו שרייבן אזעלכע שרעקעדיגע ווערטער
אשר אמרנו בצלו נחי'
איך בין צומישט איך קען מיר נישט צוזאם נעמען זיך
איי די לעכטיגע צורה איז שוין נישט דא איי איי איי איי איי
כ'קען שוין נישט, מיין קיבארד איז נאס.......
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

אינטרעסאנט, קיינער האט נאכנישט געצייכנט

ס'איז בלויז 3 טעג מעל"ע, פאר יומדה"ל קמא ופקודת השנה פון דעם צדיק הדור דעם אור מרדכי פון וויזשניץ זצוק"ל

ביידע נאך שבת פרה

והלא דבר הוא!!!

ומיתת צדיקים מכפרת
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24619
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אין די אור מרדכי ואמת מוויזניץ זצוק"ל איז אויך געוועהן אלט 95 יאהר מיט 7 חדשים אזוי ווי דער רבי זצוק''ל אין די ברידער דער הייליגע ישועות משה מוויזניץ זצוק"ל
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
יהלום
שר האלף
תגובות: 1503
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהלום »

אבן יקרה האט געשריבן:אינטרעסאנט, קיינער האט נאכנישט געצייכנט

ס'איז בלויז 3 טעג מעל"ע, פאר יומדה"ל קמא ופקודת השנה פון דעם צדיק הדור דעם אור מרדכי פון וויזשניץ זצוק"ל

ביידע נאך שבת פרה

והלא דבר הוא!!!

ומיתת צדיקים מכפרת
פעלעד האט געשריבן:ק/פ
האדמו"ר מסקולן זצוקלל"ה נולד ביח סיון תרפ"ב ונפטר כה אדר ב תשע"ט בדיוק 95 שנים 9 חדשים ו7 ימים
- רבינו זצוקלל"ה בעל ה"ישועות משה" נולד ביג סיון תרע"ו ונפטר בכ אדר תשע"ב בדיוק 95 שנים 9 חדשים ו7 ימים
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

מומחה יוחס האט געשריבן:אין די אור מרדכי ואמת מוויזניץ זצוק"ל איז אויך געוועהן אלט 95 יאהר מיט 7 חדשים אזוי ווי דער רבי זצוק''ל אין די ברידער דער הייליגע ישועות משה מוויזניץ זצוק"ל

גראדע גאר אינטרעסאנט
[אבער מיט הרה"ק הישוע"מ זי"ע איז גענוי אויך אויף די טעג ימי חייהם]
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

יהלום האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:אינטרעסאנט, קיינער האט נאכנישט געצייכנט

ס'איז בלויז 3 טעג מעל"ע, פאר יומדה"ל קמא ופקודת השנה פון דעם צדיק הדור דעם אור מרדכי פון וויזשניץ זצוק"ל

ביידע נאך שבת פרה

והלא דבר הוא!!!

ומיתת צדיקים מכפרת
פעלעד האט געשריבן:ק/פ
האדמו"ר מסקולן זצוקלל"ה נולד ביח סיון תרפ"ב ונפטר כה אדר ב תשע"ט בדיוק 95 שנים 9 חדשים ו7 ימים
- רבינו זצוקלל"ה בעל ה"ישועות משה" נולד ביג סיון תרע"ו ונפטר בכ אדר תשע"ב בדיוק 95 שנים 9 חדשים ו7 ימים


ובכן?
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24619
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ובכן צדיקים יראו וישמחו
וואס פארא מין שאלה איז דאס
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

יהלום האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:אינטרעסאנט, קיינער האט נאכנישט געצייכנט

ס'איז בלויז 3 טעג מעל"ע, פאר יומדה"ל קמא ופקודת השנה פון דעם צדיק הדור דעם אור מרדכי פון וויזשניץ זצוק"ל

ביידע נאך שבת פרה

והלא דבר הוא!!!

ומיתת צדיקים מכפרת
פעלעד האט געשריבן:ק/פ
האדמו"ר מסקולן זצוקלל"ה נולד ביח סיון תרפ"ב ונפטר כה אדר ב תשע"ט בדיוק 95 שנים 9 חדשים ו7 ימים
- רבינו זצוקלל"ה בעל ה"ישועות משה" נולד ביג סיון תרע"ו ונפטר בכ אדר תשע"ב בדיוק 95 שנים 9 חדשים ו7 ימים

אינטרעסאנט איז, די ישוע"מ איז אוועק אין די וואך פון שבת פרה, פרשת כי תשא את ראש.
והוא רחום יכפר
כי מפני הרעה נאסף הצדיק

ס'איז די לעצטע צדיק גראדע פון די אלטע היים, וימת יוסף וכל אחיו וכל הדור ההוא
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

לעצטע?
ראחמיסטריווקא לאוי"ט!
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

פעלעד האט געשריבן:לעצטע?
ראחמיסטריווקא לאוי"ט!

זאל לאנג לעבן לאוי"ש
אבער ער איז נישט פון די אלטע היים, נאר פון ירושלים של מעלה
אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borough Park »

אבן יקרה האט געשריבן:
פעלעד האט געשריבן:לעצטע?
ראחמיסטריווקא לאוי"ט!

זאל לאנג לעבן לאוי"ש
אבער ער איז נישט פון די אלטע היים, נאר פון ירושלים של מעלה

סקווירא?
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פסיקתא »

אוהב ספרים האט געשריבן:
יהלום האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:אינטרעסאנט, קיינער האט נאכנישט געצייכנט

ס'איז בלויז 3 טעג מעל"ע, פאר יומדה"ל קמא ופקודת השנה פון דעם צדיק הדור דעם אור מרדכי פון וויזשניץ זצוק"ל

ביידע נאך שבת פרה

והלא דבר הוא!!!

ומיתת צדיקים מכפרת
פעלעד האט געשריבן:ק/פ
האדמו"ר מסקולן זצוקלל"ה נולד ביח סיון תרפ"ב ונפטר כה אדר ב תשע"ט בדיוק 95 שנים 9 חדשים ו7 ימים
- רבינו זצוקלל"ה בעל ה"ישועות משה" נולד ביג סיון תרע"ו ונפטר בכ אדר תשע"ב בדיוק 95 שנים 9 חדשים ו7 ימים


ובכן?

סע מיר שווער מגיב זיין נאך א זיי קלאפ
אבער ובכן? וואס וויל מען דא פינקטלעך סיי פין סקולען
אין סיי פין וויזניץ מה שמיטה אצל וכו׳ ער איז געווען אזוי בדיוק מיט 3/48/ חדשים פינקט אזוי מדיוק ווי דער צדיק וואס וויל מען דא / וואס ווייזט עס. דער אשכול איז פרטים וועגען דער צדיק פין סקולען ניין?
לעצט פארראכטן דורך פסיקתא אום מאנטאג אפריל 01, 2019 7:55 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

Borough Park האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:
פעלעד האט געשריבן:לעצטע?
ראחמיסטריווקא לאוי"ט!

זאל לאנג לעבן לאוי"ש
אבער ער איז נישט פון די אלטע היים, נאר פון ירושלים של מעלה

סקווירא?

ס'איז נישט א פראגע ווי איז מען געבוירן
די פראגע איז ווי איז מען געוואקסן, אין וועלכע אטמאספיר

און דער סקולענער זי"ע, איז די לעצטע משיירי כנה"ג וואס האט אונץ מחבר געוועהן צו די אלטע היים צדיקי ומאורי הגולה אין אונזערע מדינות
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

א געוויסע הרגשה וואס איך האב אלץ געהאט קוקענדיג אויף די לעכטיגע צורה פונעם הייליגן סקולענער רבין זי''ע אז ער האט א חן און ריינקייט פון א קליין קינד. יעדע תנועה איז געווען אזוי אמתדיג אזוי לויטער
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

פעלעד האט געשריבן:ק/פ
האדמו"ר מסקולן זצוקלל"ה נולד ביח סיון תרפ"ב ונפטר כה אדר ב תשע"ט בדיוק 95 שנים 9 חדשים ו7 ימים
- רבינו זצוקלל"ה בעל ה"ישועות משה" נולד ביג סיון תרע"ו ונפטר בכ אדר תשע"ב בדיוק 95 שנים 9 חדשים ו7 ימים

צריך לכתוב תרפ״ג
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

פסיקתא האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:
יהלום האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:אינטרעסאנט, קיינער האט נאכנישט געצייכנט

ס'איז בלויז 3 טעג מעל"ע, פאר יומדה"ל קמא ופקודת השנה פון דעם צדיק הדור דעם אור מרדכי פון וויזשניץ זצוק"ל

ביידע נאך שבת פרה

והלא דבר הוא!!!

ומיתת צדיקים מכפרת
פעלעד האט געשריבן:ק/פ
האדמו"ר מסקולן זצוקלל"ה נולד ביח סיון תרפ"ב ונפטר כה אדר ב תשע"ט בדיוק 95 שנים 9 חדשים ו7 ימים
- רבינו זצוקלל"ה בעל ה"ישועות משה" נולד ביג סיון תרע"ו ונפטר בכ אדר תשע"ב בדיוק 95 שנים 9 חדשים ו7 ימים


ובכן?

סע מיר שווער מגיב זיין נאך א זיי קלאפ
אבער ובכן? וואס וויל מען דא פינקטלעך סיי פין סקולען
אין סיי פין וויזניץ מה שמיטה אצל וכו׳ ער איז געווען אזוי בדיוקמיט 3/48/ חדשים פינקט אזוי מדיוק ווי דער צדיק וואס וויל מען דא / וואס ווייזט עס דער אשכול איז פרטים וועגען דער צדיק ניין?

איך ווייס טאקע נישט די שייכות, ס'איז סתם א אינטרעסאנטע נקודה

אבער די שייכות פוון 3 טעג מעל"ע פאר יום פקודת השנה פון די קלאפ וואס מיר האבן געכאפט בהסתלקות צדיק הדור יענע יאהר, און יעצט ווידער גענוי א יאהר שפעטער נאך אמאל נפלה עטרת ראשינו, דאס שרייט פאר אונז: התעוררו, וויפל אזעלכע שווערע כפרת מיתת צדיקים דארפן מיר?
חיים נחום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים נחום »

דיזע גאסן וועלן זיין פארשפארט ביי די לוי'

IMG-20190401-WA0110.jpg
IMG-20190401-WA0110.jpg (98.52 KiB) געזען 1607 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”