פרעזידענט טראמפ'ס אימפיעטשמענט פראצעס

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29337
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

און נישט פארגעסן, מען ספינט ארום מיט אונז, און טראמפ טוויט חוצפה'דיג אזאנע גראבע ליגענט אז די עדות האבן געזאלט זיין אין די האוז.

ווען אינגאנצן אפאר וואכן צוריק איז טראמפס ספין אויף נישט לאזן עדות זאגן אין די האוז, אז אין סענאט, אה, דארט וועט ער שיקן אלע עדות.

Just last month, Trump said "when it's fair, & it will be fair in the Senate, I would love to have Mike Pompeo, I would like to have Mick [Mulvaney], I would love to have Rick Perry, and many other people testify."

He's now stonewalling all witness testimony during Senate trial. https://t.co/UxnxSVPYT7
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7675
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

אױב איז דא א טרײל פ״װ מעגען די סענאטארן זעהן נײעס אױף די מידיע? בײ א טרײל און קורט איז דאס פארבאטן אין דאס װאס די נ״י טײמס האט נעכטען געטאן איז בײאנפלאסען די (קלאמפישע) אימפארשאל דזאָריז. דזארי טעמפערינג איז די זעלבע פארברעך װי װיטנעס טעמפערינג
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

עטליכע רעפאבליקאנער סענעטארן האבן געדארפט צו אפהאלטן א פרעסע קאנפרענץ באלד, אבער
אטעטשמענטס
EPTA2cUX0Ag8U6e.jpg
EPTA2cUX0Ag8U6e.jpg (35.86 KiB) געזען 663 מאל
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

ראמני היינט

"I think it's increasingly likely that other Republicans will join those of us who think we should hear from John Bolton."
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29337
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די שאלה איז אויב ער ווייסט אזוי, אדער שטעלט זיך פאר אזוי ווי יעדער איינער.
זאל זיין אזוי
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 14, 2015 2:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל זיין אזוי »

און צוגאב צו די באלטאן נייעס, ווייס איך נישט צו ס'איז געווען באריכטעט דא, מייק פאמפעיא האט געהאט אן אינטערוויוא מיט פי. בי. עס. ווען די אינטערוויוער האט אים געפרעגעט צו ער האלט נישט אז ער אויט אן אפאלעדזשי פאר אמבאסאדער יאננאוויטש?  ווי זי האט דאס געפרעגט האט ער געגעבען א שארפע קוק אן און ארויסגעוואקט פון די אינטערוויא, נאכדעם האט ער איר געלאזט רופען (אף די רעקארד) און איר געגעבען מנה אחת אפיים היתכן די פרעגסט מיר די קשיות בתוך הדברים האט ער געזאגט "די מיינסט אז די אמעריקאנער פאלק איז אינטערעסירט וועגען אוקריינע?" ער האט איר אויך געווזיען א מעפ און געפרעגט ווי איז אוקריינע.... (ווי איינער זאגט, ווער זענען זיי בכלל...) אויפדעם ארויף האט אמבאסדער טעילאר (וואס האט איבעגענומען יאננאוויטש און אפגעטרעטען און אנהייב פון די סאמטכעטע) געשריבען היינט מאנטאג אונעם ני"ט א גאנצע ארטיקעל אינטערן קעפעל "Yes secretary Pompeo American should be worried about Ukraine" און דאס קומט פונקט ווען פאמפעיא דארף די וואך גיין צו אוקריינא...
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3004
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

shimon7323 האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו איינער האט דא אויסגעהערט די טראמפ לויערס? זיי דעמאלישן די קעיס אויף א אנבעליוועבל שטאפל! און דאס גיבט צו פארשטיין וואס אלע אין די מידיע זענען סורפרייזד... יעדער האצעך גערישד אז זיי גייען רעדן פון די ביידענס, למעשה האבן זיי אנגעכאפט שיף און נאדלער און געשלאגן כפרות מיט זייער גאנצע אויפטריט...

איך וואלט געראטן ווער ס'וויל פארשטיין, עס אליין אויסצוהערן!

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 3#p2089043



וויכי מאך א מיטינג און דער העדקוואטערס.
, איך האלט אז מען זאל אהער שמעלצען אלע תגובות פון דער טרייעל. פשוט למען יעמדו ימים רבים אויף איין פלאץ און דער אנדערע אשכול זאל זיין פאר קלענערע קרישקעלעך .


איך האף אז הכל הבל איז אויך מסכים.


נישט מסכים.

גענוג שווער צו ליינען נייעס, אן דארפן אויסלאזן הונדערטער טענה'רייען.

טענה'רייען מיט נייעס מוז זיין אפגעטיילט, כדי צו קענען ליינען נייעס.
(אדער זאל מען שרייבן נייעס אין בלוי?)
לעצט פארראכטן דורך בסד אום מאנטאג יאנואר 27, 2020 10:28 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29337
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

נאכנישט געווען באריכטעט, לויט איר און אנוועזענדע האט זי יא געוואוסט וואו אוקריינע איז, אויב דאס מאכט עפעס אויס.

---------

יעצט זעה איך פון מאנו ראדזשו אז ראמני רעדט נאכן רעדן מיט אנדערע סענעטארן.
Sen. Mitt Romney this AM reiterates calls for John Bolton to testify, saying he’s had discussions with some of his colleagues and predicted that it would be “very likely” that there would be others who would join him in seeking Bolton testimony

נאך ראדזשו - ראמני
I asked him if Trump tied Ukraine aid to investigations - if that would be enough for him to convict, and he said: “I can't begin to tell you how John Bolton's testimony would ultimately play on a final decision but it's relevant..I will maintain impartiality to the extent I can”
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29337
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מעדאוס.
Meadows on Bolton: We’re talking about an unpublished manuscript that only ‘anonymous sources’ have seen, leaked by someone at the 11th hour, just as Democrats are losing what little impeachment momentum they had left. We’ve seen this playbook used before. Americans won’t buy it.


סוזען קאלינס סטעיטמענט זאגט בערך ווי ראמני.
IMG_20200127_110304.jpg
IMG_20200127_110304.jpg (26.11 KiB) געזען 475 מאל
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו איינער האט דא אויסגעהערט די טראמפ לויערס? זיי דעמאלישן די קעיס אויף א אנבעליוועבל שטאפל! און דאס גיבט צו פארשטיין וואס אלע אין די מידיע זענען סורפרייזד... יעדער האצעך גערישד אז זיי גייען רעדן פון די ביידענס, למעשה האבן זיי אנגעכאפט שיף און נאדלער און געשלאגן כפרות מיט זייער גאנצע אויפטריט...

איך וואלט געראטן ווער ס'וויל פארשטיין, עס אליין אויסצוהערן!

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 3#p2089043



טענקס, פיין אראפגעלייגט!

האסט אבער אויסגעלאזט איין מעין פוינט, זיי האבן געמאכט א גאנצע מצב פון די עדות וואס שיף האט אויסגעלאזט... ביי יעדע זאך איז געווען א פזמן, דאס האט שיף נישט דערציילט, פארוואס?

נאכדעם האטער געמאכט א סאליד קעיס אז אוקריינע האט נישט געוואוסט פון די אפהאלטן די עיד, דאס איז א מעגא דיפענס, אז סיניש מעגליך צו לייגן פרעשור אויף איינעם עפעס צו טוהן אויב יענער ווייסט ניטאמאל דערפון...

אזוי אויך האטער ארויסגעברענגט די לעכערליכקייט פון שיף'ס טענה אז טראמפ האט געבעטן די טובה גראד נאכן דיסקאסן די עיד... ער זאגט אז די שמועס דארט איז געווען איבער די דזשעוועלינס, א זאך וואס איז נישט געווען פארט פון די האלד... סאו אפילו אויב דו ווילסט זאגן אז אוקריינע האט יא מיטגעהאלטן, האט מען דאך נישט גערעדט פון די עיד וואס מ'האט געלייגט אויף האלד... און נאך גאר שיינע פוינטס!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יש ברירה האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
לאמער זיין קלאר, די סיבה פאר נישט ברענגען עדות איז ווייל די ריפאבליקענס ווילן נישט שפיהלן די געים פון דעמעקראטן, איטס אלל אבאוט פאליטיקס! אבער די טענה פון פריערדיגע אימפיטשמענטס איז נישטא זינט די דעמעקראטן האבן קודם געבראכן פרעסעדענט...

לאמיך זיין קלאר, מען דארף בכלל נישט האבן קיין טענה צו קענען ברענגען עדות אין סענאט... דאס איז די סענאט טרייעל און אזוי קומט עס. די טענה אז די דעמעקראטן האבן געדארפט רופן די עדות אין קאנגרעס איז בכלל נישט קיין ווערטער גערעדט, עס האט ווי די שרייבסט ריינע פאליטיקס. אבער געוויסע שריייבן דא כאילו עס איז א קאנטרעווערסיאלע זאך, דעטס איט וואס איך וויל ארויסברענגען.

אגב, ווען איך האב געזאגט 'פארגאנגענע אימפישטמענט פראצעדורן' האב איך נישט גערעדט דוקא פון די קלינטאן אימפיטשמענט, עס זענען געווען די דזשאנסאן פארהערן און א רייע ריכטער אימפיטשמענט פארהערן און ביי אלע פון זיי האט מען געברענגט נייע עדות ווי די הויז מענעדזשער האט אזוי שיין געצייגט. די מהלך איז פלעין די געווענליכע פראצעדור.



קענסט טרייען קלאר צו מאכן וואס דו ווילסט, די סענאט איז די זעלבע פאליטישע שאו ווי קאנגרעסס! דו האסט געטוהן אין קאנגרעסס וואס דו האסט געוואלט, טוה איך אין סענאט וואס איך וויל!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
ggg
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ggg »

Where can we listen or see the it? to the 2 hours from Saturday from the Trump teem
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יש ברירה האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:פוירסט הענד עדות צו אוקריינע איז נאך אלס נישט דא, אזוי פארשטיי איך מוז נישט זיין איך בין גערעכט , לעטס נאט פארגעט די פראבלעם איז דא די פאון קאלל צו אוקריינע'ס פרעזידענט אז 'טראמפ האט געפרעשערט זלענסקי' אלל אדערס קומט עכט נישט אריין דא

ער קען אזויפיל זאגן אז טראמפ האט געוואלט ביידן וואס דעס קען אויך מיינען קאראפשען אווער אלל

די רעפאבליקאנער פרובירן דעספרעטלי צו פרעימען די אויספארשונג צו זיין געבויעט בלויז אויף די פאון קאלל, אבער דאס איז סתם נישט ריכטיג. עס איז אויף די פאון קאלל און אויך די פרעשור קאמפיין וואס איז אנגעגאנגען אונטער די קוליסן. ווי אויך אויפן פאקט אז טראמפ האט אפגעהאלטן די עיד ביז ווילאנג אוקריינא ברעכט זיך נישט צו זיינע פארלאנגן פון אויספארשן די ביידענס.

"דאס קען אויך מיינען קעראפשין אווער אלל" בשעת ווען ער זאגט ביידען און קיין ווארט איבער קעראפשין? דו כאפסט אז דו זאגסט נאך א טולקינג פוינט וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל, און האט נישט קיין באזיס? קיין שום אנדייטונג אין רעאליטעט?



די דעמעקראטן וואס האבן אנגעפאנגן מיט די פאון קאלל און געשיפט צו ברייבערי און צוריק צו אביוז אוו פאוער, האבן נאכדעם וואס טראמפ האט ריליעסד די טרענסקריפט אנגעפאנגן זינגן אז סיניש די פאון קאלל, נאר סיז די פרעשור קאמפיין...

אבער קיין איין עדות האט נישט טעסטיפייד אז אוקריינע האט געוואוסט פון אפהאלטן די עיד... די איינציגסטע וואס האט יא געזאגט אז עפעס אן אימעיל פון איר סטעף איז געקומען אז די סטעיט דיפארטמענט איינגעשטלטער פרעגט בשם אוקריינע וועגן געוויסע געלטער און זי וויל נישט שפעקעלירן צו ס'מיינט די האלד... אלע אנדערע עדות האבן געוואוסט צו זאגן אז אוקריינע האט נישט געוואוסט ביז סוף אגעסט ווען פאליטיקא האטעס געפובלישד... און תיכף דערויף האבן זיי אנגעפאנגן צו פרעגן דערוועגן...

אבער סיז געווען א פרעשור קאמפיין...

דאס איז געפרעימד אומריכטיג, די דעמעקראטן האבן ניטאמאל געווארט פאר די פאול קאלל טראנסקריפט, איידער אנהייבן די פארהערן מען האט גלייך געוואוסט אז עס איז מער פון דעם. די פאון קאלל פאר זיך איז גענוג שלעכט אבער נישט ביי דעם הייבט זיך עס און נישט ביי דעם ענדיגט זיך עס.

בנוגע אויב אוקריינא האט געוואוסט (די לעצטע שטרוי אויף וואס מען האלט זיך נאך אן...). קודם כל לייגט זיך אויפן שכל אז זיי האבן עס צוזאמענגעשטעלט, ווי מען זעהט האט דאס יעדער אין אמעריקע פארשטאנען. איין עדות נאך די צווייטע האבן געזאגט אז זיי האבן דאס פשוט צוזאמענגעשטעלט. דערנאך האבן מיר סאנדלאנד וואס האט דאס געזאגט אין קלארע ווערטער אז די עיד וועט ווארשיינליך נישט ווערן ארויסגעלאזט. ביז יעצט איז געווען די טענה אז סאנדלאנד האט עס נישט געהערט פון טראמפ אליינס יעצט דארף איך שוין נישט דערפאר.

האט טראמפ אפגעהאלטן די עיד צוליב וואס ער האט געוואלט לייגן דרוק אז די אוקריינער זאלן אויספארשן די ביידענס? יא (באלטאן)
האט אוקריינא געוואוסט אז די עיד ווערט אפגעהאלטן צוליב וואס זיי האבן נאכנישט אנגעהויבן די אויספארשונגען? יא (סאנדלאנד)

(אבער איך גלייב אז דאס אלעס גייט ווערן נאך קלארער, אויב מען קוקט אויף די ניט באריכט אז אוקריינא האט געוואסט. זיי זאגן אז זיי האבן געזען דאקומענטן וועלכע באשטעטיגען עס. ווילסט זיי נישט גלייבן איז נישט... מען דארף זיי אפילו נישט עכט. די באריכט איז נאר עקסטערע קרעידיט...)



דאס איז נישט אומריכטיג, דאס איז פשוט אנדערש וואו דיין נערעטיוו! די דעמעקראטן טרייען עס אהערשצושטעלן איין וועג, די ריפאבליקענס א צווייטע!

און דאס אז אוקריינע האט מסתם צאמגעשטעלט איז נאן-סענס... איינס ווייל אין רעאלעטי איז די געלט קיינמאל נישט געווארן אויפגעהאלטן, סיז ריליסד געווארן פאר די דעדליין, שנית, סיז געווען אסאך מיטונגען אויף אסאך לעוולס מיט אוקריינע, ביי קיין איין מיטונג האבן זיי נישט געפרעגט דערוועגן, און בו ביום וואס פאליטיקא האט געשריבן אז מ'האלט עס אויף, האבן אסאך פון זיי געפרעגט וואס ס'גייט פאר... סאו אוודאי קענסטו האלטן וואס איז גוט פאר דיין קעיס, אבער קאממאן סענס זאגט פארקערט!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

צל עובר האט געשריבן:און נישט פארגעסן, מען ספינט ארום מיט אונז, און טראמפ טוויט חוצפה'דיג אזאנע גראבע ליגענט אז די עדות האבן געזאלט זיין אין די האוז.

ווען אינגאנצן אפאר וואכן צוריק איז טראמפס ספין אויף נישט לאזן עדות זאגן אין די האוז, אז אין סענאט, אה, דארט וועט ער שיקן אלע עדות.

Just last month, Trump said "when it's fair, & it will be fair in the Senate, I would love to have Mike Pompeo, I would like to have Mick [Mulvaney], I would love to have Rick Perry, and many other people testify."

He's now stonewalling all witness testimony during Senate trial. https://t.co/UxnxSVPYT7



בקיצור, ווען שיף שרייט אז מ'מוז הערן פון די וויסלבלאוער און ווען מ'ווערט געוואר אז ער האט עפעס שייכות ציהט ער צוריק, העסטו טרעפן א סיבה... ווען טראמפ טוישט מהלך בעיסד אויף דיוועלאופמענטס, איזער א היפעקריט...

גוד לאק!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

צל עובר האט געשריבן:מעדאוס.
Meadows on Bolton: We’re talking about an unpublished manuscript that only ‘anonymous sources’ have seen, leaked by someone at the 11th hour, just as Democrats are losing what little impeachment momentum they had left. We’ve seen this playbook used before. Americans won’t buy it.


סוזען קאלינס סטעיטמענט זאגט בערך ווי ראמני.
IMG_20200127_110304.jpg



איך וויל וויסן צו ווען ראמני אדער קאלינס גייען דעסיידן נאך אלע עווידענס נישט צו קאנוויקטן, גייסטו שרייען אז זיי זענען טראמפליקאנער וכד', אדער דו גייסט אנערקענען אז זעלבסשטענדיגע מיינדס האלטן אזוי...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ggg האט געשריבן:Where can we listen or see the it? to the 2 hours from Saturday from the Trump teem



ריעל קליער פאליטיק האט א קליפ דערפון...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29337
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קאלינס לויפט אין מעין.

איך האב נאך ווייניגער טראסט אין איר ווי אין דעם פליפ פלאפער.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29337
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך שפעקוליר אז שומער האט גענומען טעמי באלדווין פון וויסקאנסין פאר די פרעסע קאנפערענץ איז געמאכט צו שיקן א מעסעדזש פאר די סווינג סטעיט רעפאבליקאנער אז ער וועט עס וועפענייזן אין נאוועמבער.
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

@ יש וואס הייסט ווי אזוי הייבסטו אן א קעיס אן א פאון קאלל ?

די געלט האט געדארפט ריליעסט ווערן לאמיר זאגן סעמפטעמבער 25 און ס'איז אנגעקומען דעמאלט סאו וואס איז יעצט די פראבלעם ?
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:

דאס איז נישט אומריכטיג, דאס איז פשוט אנדערש וואו דיין נערעטיוו! די דעמעקראטן טרייען עס אהערשצושטעלן איין וועג, די ריפאבליקענס א צווייטע!

און דאס אז אוקריינע האט מסתם צאמגעשטעלט איז נאן-סענס... איינס ווייל אין רעאלעטי איז די געלט קיינמאל נישט געווארן אויפגעהאלטן, סיז ריליסד געווארן פאר די דעדליין, שנית, סיז געווען אסאך מיטונגען אויף אסאך לעוולס מיט אוקריינע, ביי קיין איין מיטונג האבן זיי נישט געפרעגט דערוועגן, און בו ביום וואס פאליטיקא האט געשריבן אז מ'האלט עס אויף, האבן אסאך פון זיי געפרעגט וואס ס'גייט פאר... סאו אוודאי קענסטו האלטן וואס איז גוט פאר דיין קעיס, אבער קאממאן סענס זאגט פארקערט!

איינמאל דו זאגסט אז דו זאגסט א נערעטיוו קען איך מיך נישט טענה'ן אבער איך זאג נישט קיין נערעטיוו נאר א פאקט אז מען האט נישט געווארט פאר די טראנסקריפט, און די אויספארשונג איז קיינמאל נישט געווען בלויז אויף די פאון קאלל.

טא דו האסט א פראגע פארוואס די אוקריינער האבן דאס נישט אויפגעברענגט מיט די אמעריקאנער, דאס איז א ריכטיגע פראגע און מען דארף זוכן א ענטפער. קען זיין אז זיי האבן עס נישט געוואלט אויפברענגען ווייל זיי האבן געכאפט ווי האקעל די פארלאנג איז, איי דאונט קנאו. נאך די פאליטיקא באריכט האט דער אוקריינער אפישעל בלויז געזאגט "ווי ניד טו טולק" בכלל נישט קיין אנדייטונג אז ער איז בלויז יעצט געוואויר געווארן דערפון. דאס קען זייער פשוט מיינען אז מיר דארפן רעדן וויאזוי צו באהאנדלען די נייעס.

מיר האבן דא איין עדות נאכן צווייטן וואס האט עס צוזאמענגעשטעלט, מיר האבן קופער'ס אימעילס (וועלכע מיר קענען נישט לייענען ווייל געס וואט...) אין וועלכע די אוקריינא האבן געפרעגט און געשמעקט אז עפעס גייט פאר. מיר האבן עטליכע טיימס באריכטן איבער די נושא אריינגערעכנט די דעפיוטי אויסערן מיניסטער פון אוקריינא וואס זאגט אז ער האט באקומען א באריכט אז די עיד איז געווארן געפרוירן צוריק אין יולי.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

צל עובר האט געשריבן:ער שרייבט דאס
IMG_20200126_185811.jpg

אויב עס איז אייך אינטרעסאנט.

איז דאס די טעקסט פון די באלטאן בוק?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מטעמים האט געשריבן:
לאמיר אריינכאפען צו שרייבען ביז די דרשות וואס איך האב היינט געהערט גייט אריין אין מיין קאפ, עס איז געוועהן נורא נוראות, איך פארברענג דא צו סך שוין.

מאכסט מיר נייגעריג, וועלכע דרשות האסטו שוין געהערט?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:בנוגע נאך עדות... כ'גיי נישט רעדן פון די פאליטיקס חלק דערפון, סיז איין שטיק פאליטיק און שיף גייט נישט איינטיילען פאר די ריפאבליקענס וויזוי צו פיהרן זייער פאליטיקס!

אויב אבער ווילסטו זאגן אז שיף בעט פשוט גיב אהער עדות, זאלער זאגן אז כאב א שטיקל טעאריע, אדער א סירקאמסטענשל קעיס, און כאב די צוויי דריי מענטשן וואס ווען זיי קומען עדות זאגן האמער א סאליד קעיס... איזער דאך ווי א חכם געקומען זאגן אז ער האט א שטארקע קעיס מיט אווערוועלמינג עווידענס... ר' איד, ווען דו וועסט ברענגן דיין אווערוועלמינג עווידענס העמער דיך אויסהערן וועם נאך צו רופן...

ער האט עס געברענגט!

או נאו!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

לינדזי גרעהעם זאגט אז ער וויל זעהן די מענעסקריפט פון באלטאן'ס בוך צו מאכן א באשלוס...

I want to see the manuscript... or have somebody tell us what’s in the manuscript... apparently the White House has it. You can ask for it.”
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

עמיצער דא האט בכלל געליינט די 'באמשעל' ארטיקל פון די ניו יארק טיימס? אין די מעין פאראגראף וואס זיי ברענגן אראפ בשם באלטאן אין זיין בוך שטייט אז טראמפ האט 'פריפערד' נישט צו רעליסן די געלט ביז אוקריינע גיבט איבער אלע דאקומענטן וואס זיי האבן איבער די ראושע 2016 אינוועסטיגעישן.

דאס מיינט אז באלטאן זאגט - לויט די ניו יארק טיימס - אז אין א פריוואטע שמועס מיטן פרעזידענט האט ער פריפערד נישט צו געבן דאס געלט און דאס אויך נאר בשייכות מיט די 2016 עלעקשן. איך זעה נישט אין דעם ארטיקל קיין שום קלעים אז דאס איז אויך געווען די אפיציעלע פאזיציע און אוודאי נישט אז דאס איז גענוצט געווארן אלץ שטעקן קעגן אוקריינע צו שאפן שמוץ אויף ביידן פאר די 2020 וואלן.

די העדליינס און שטורעם ארום באלטאן איז גוט ווילאנג מען ליינט נישט דורך דעם ארטיקל.
אטעטשמענטס
20200127_115008.jpg
20200127_115008.jpg (174.03 KiB) געזען 675 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”