14 אידן ארעסטירט אין אייראפע צוליב דראג שמוגלעריי

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

קאנסילמאן האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:אז איינער גיבט מיר א פרייע טיקעט קיין מירון מיט איין תנאי אז איך נעם מיט א באטעל טעסטער טשויס קאווע, וועל איך נישט אן נעמען די אפפער, אפילו עס איז ליגאל

איך וואלט גענומען די אפפער, און דארט געקויפט א אמעריקאנער באטעל טעסטער טשויס...

אדער דאהי געקויפט א אנדערע באטעל...

ס'שוין געווען מעשיות פון מענטשן וואס האבן געטוישט באטלעך קאפי (נאכן אונטערזוכן...)
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

איינער האט אמאל געוואלט שיקן א באטל קאָפי מיט מיינס א משפחה מיטגליד קיין אייראפע. נאכן אונטערזוכן האט ער געטראפן א דיימאנד אינעווייניג. ער האט געטראגן אן אנדערע באטל וואס ער האט געקויפט אין געשעפט.

יענער איז געווען מלא טענות. פארשטייט זיך אז ער האט דאס צוריקגעבן
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

Iphone האט געשריבן:איינער האט אמאל געוואלט שיקן א באטל קאָפי מיט מיינס א משפחה מיטגליד קיין אייראפע. נאכן אונטערזוכן האט ער געטראפן א דיימאנד אינעווייניג. ער האט געטראגן אן אנדערע באטל וואס ער האט געקויפט אין געשעפט.

יענער איז געווען מלא טענות. פארשטייט זיך אז ער האט דאס צוריקגעבן

העי מיין כיתה ז' רבי האט פארציילט אזא מעשה 30 יאר צוריק...
כ'האב נישט געוואוסט אז ס'האט שוין דעמאלטס עקזיסטירט אזא זאך ווי א איי-פאון און אז ער האט שוין געהאט קרובים אויך... :wink:
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:זיי זענען געשיקט געווארן דערמיט באקומענדיג פרייע טיקעטס.

זענען דא טיקעטס וואס זענען נעבעך פארשפארט אז די טיקעטס זענען געווען פריי?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

ב שולם האט געשריבן:אוי באשעפער.. באלד וועט מען נאך איינעם ארעסטירען ווייל ער האט געהאט מיט זיך CBD..

בד"וו איז CBD ליגאל צוטראגען און א אנדערע מדינה?

CBD איז נישט לעגאל צו טראגן אויף א פליגער אפילו אין אמעריקע, היות עס איז פארבאטן לויט די פעדעראלע געזעץ.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3365
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

זעקס און ניינציגער האט געשריבן:
הויעך האט געשריבן:פארוואס לערנט מען זיך נישט פון אלטע מיסטעיקס?
וויפיל בחורים וועלן גיין אין חד גדיא ביז מוועט זיך דערלערנען אז מנעמט נישט קיין פעקלעך פון קיינעם ?

א בחור בלייבט א בחור

דארף מען מעורר זיין די ישיבות מיט די עלטערן צו זאגן זייער קינדער אז מען נעמט קיינמאל ניט קיין פעקלען אויף א פליגער פאר קיינעם.
אויב איימעצער נוטיגט שארק געב עם געלט צו שיקן אין די פאסט.
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

בעריש'ל האט געשריבן:כללים פארן נעמען פעקלעך, די חשבון איז פשוט.

1) נעם נישט!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

חוח בין השושנים האט געשריבן:
Iphone האט געשריבן:איינער האט אמאל געוואלט שיקן א באטל קאָפי מיט מיינס א משפחה מיטגליד קיין אייראפע. נאכן אונטערזוכן האט ער געטראפן א דיימאנד אינעווייניג. ער האט געטראגן אן אנדערע באטל וואס ער האט געקויפט אין געשעפט.

יענער איז געווען מלא טענות. פארשטייט זיך אז ער האט דאס צוריקגעבן

העי מיין כיתה ז' רבי האט פארציילט אזא מעשה 30 יאר צוריק...
כ'האב נישט געוואוסט אז ס'האט שוין דעמאלטס עקזיסטירט אזא זאך ווי א איי-פאון און אז ער האט שוין געהאט קרובים אויך... :wink:

קען איך פערזענליך איינער וואס איז אדורך אזא מעשה, און ער האט טאקע ארויסגענומען די סחורה און געטראגן די איבריגע זאכן אינעם פעקל...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

אן אמת'ע מעשה, איינער האט געשיקט א גלאזערנע האלטער קאווע, זאגנדיג אז זיין אלטער טאטע האט שטארק ליב די סארט קאווע, און מען קען עס דארט נישט באקומען אסאך צייטן אין יאר, און ער דארף גארנישט מורא האבן "זעסט דאך אז עס איז געהעריגע קאווע אינעווייניג".

דער מענטש האט עס איבערגעקוקט אינדערהיים, און געטראפן צירונג און דימאנטן, אריינגעמישט אין די קאווע, (מען לייגט עס אריין נאס, עס ווערט שמוציג און אנגעקלעבט, און דערקענט זיך גארנישט אינדרויסן), האט ער געקויפט אן אנדערע באטל און עס אהינגעגעבן. ער האט זיך געמאכט תמ'עוואטע, אז זייענדיג דארט האט ער "פונקט באמערקט" אז עס איז יא דא דעמאלט אין געשעפט אזעלכע קאווע, האט ער געעפנט די קאווע און גענוצט אביסל פאר זיך, און יענעם געקויפט אן אנדערע, ווייל עס איז דאך סייווי נישט קיין חילוק, און ער האט יענעם געלאזט פייפן מיט די גאנצע סחורה!!!

איך גלייב אז מער וועט עס יענער שוין נישט טאן...
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

שואלכענין האט געשריבן:אן אמת'ע מעשה, איינער האט געשיקט א גלאזערנע האלטער קאווע, זאגנדיג אז זיין אלטער טאטע האט שטארק ליב די סארט קאווע, און מען קען עס דארט נישט באקומען אסאך צייטן אין יאר, און ער דארף גארנישט מורא האבן "זעסט דאך אז עס איז געהעריגע קאווע אינעווייניג".

דער מענטש האט עס איבערגעקוקט אינדערהיים, און געטראפן צירונג און דימאנטן, אריינגעמישט אין די קאווע, (מען לייגט עס אריין נאס, עס ווערט שמוציג און אנגעקלעבט, און דערקענט זיך גארנישט אינדרויסן), האט ער געקויפט אן אנדערע באטל און עס אהינגעגעבן. ער האט זיך געמאכט תמ'עוואטע, אז זייענדיג דארט האט ער "פונקט באמערקט" אז עס איז יא דא דעמאלט אין געשעפט אזעלכע קאווע, האט ער געעפנט די קאווע און גענוצט אביסל פאר זיך, און יענעם געקויפט אן אנדערע, ווייל עס איז דאך סייווי נישט קיין חילוק, און ער האט יענעם געלאזט פייפן מיט די גאנצע סחורה!!!

איך גלייב אז מער וועט עס יענער שוין נישט טאן...

ער האט געזאגט אז ער האט עס פארגעסן אינדערהיים און אויפן וועג צום עירפארט האט ער זיך דערמאנט און זיך אפגעשטעלט קויפן אן אנדער טעיסטערס טשויס באטל פון גראסערי...

ס'איז געווען א דין תורה אויף דעם, און ער איז געווען פטור צו באצאלן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:

די מעשה דרייט זיך ארום אז יענער איז האט למעשה נישט געדארפט באצאלן. כ'האב עס געפרעגט אמאל איינעם וואס זיצט אסאך ביי חושן משפט דין תורה'ס און ער האט מיר געזאגט אז אויבן אויף זעהט ער נישט וויזוי יענער זאל זיין פטור צו באצאלן. בין איך סתם נייגעריג צו וויסן אויב איינער האט א קראנטע מקור אז יענער איז טאקע געווען פטור.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובה דורך ישרן »

nmi האט געשריבן:

קען זיין די סברא איז אז ער האט אים געגעבן די קאווע מיט די דימאנטן און ער האט אים געהייסן איבערגעבן די קאווע, איז ער געווארן א שליח נאר אויף די קאווע, אויב אזוי פארוואס האט ער אים געגעבן די דימאנטן, מוז זיין בתורת מתנה ווייל ער האט דאך אים גארנישט געהייסן טוהן דערמיט. ויל"ע.

ישרן האט געשריבן:

יענער האט מיר געזאגט אז אויב די מעשה איז לויט דיין סברה מיר ער אים עס יא באצאלן. אין די פוסקים איז דא אסאך אזאנע מעשה'ס און ס'איז זייער שווער זיך ארויסצודרייען דערפון. אבער אפגעטון האט ער אים זיכער גוט...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

חושן משפט סימן רצא סעיף ד
אפילו כשקבל עליו, אינו חייב אלא כפי שווי החפץ שקבל עליו לשמור. שאם נתן לו לשמור דינר זהב, ואמר לו: הזהר בו של כסף הוא, ופשע בו ונאבד, אינו חייב אלא בשל כסף, שיאמר לו: לא קבלתי עלי אלא שמירת דינר של כסף. וכן כל כיוצא בזה. אבל אם הפסידו בידים, משלם של זהב.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

יידישע קהילות האט געשריבן:חושן משפט סימן רצא סעיף ד
אפילו כשקבל עליו, אינו חייב אלא כפי שווי החפץ שקבל עליו לשמור. שאם נתן לו לשמור דינר זהב, ואמר לו: הזהר בו של כסף הוא, ופשע בו ונאבד, אינו חייב אלא בשל כסף, שיאמר לו: לא קבלתי עלי אלא שמירת דינר של כסף. וכן כל כיוצא בזה. אבל אם הפסידו בידים, משלם של זהב.

אבער דא רעדט מען דאך פון צוויי באזונדערע חפצים ופשוט לחלק אז אויף די אנדערע האט ער בכלל נישט מקבל געווען קיין שמירה און מקען אננעמען אז סאיז בתורת מתנה און ער דארף עס נישט צוריקגעבן אפילו אויב עס איז בעין..
לעצט פארראכטן דורך ישרן אום פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 12:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
א מחי'
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א מחי' »

האבעך שוין עפעס געלערנט היינט אויך...
אהה! א מחי' צו זיין א איד!!
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

דא רעדט מען פון א פשוע ונאבד??? ער האט עס דאך ביי זיך אינדערהיים...

עניוועיס. כ'בין נישט קיין דיין און ליידער בין איך נאכנישט אדורך געקאכט אין חושן משפט כ'קען פשוט נאכזאגן וואס יענער האט מיר געזאגט. אגב, יענער איז א באוויסטע מענטש אין חושן משפט.

כ'זאג נישט אז יענער איז למעשה נישט ארויס זכאי בדין כ'בין נאר סתם נייגעריג צו וויסן אויב איינער קען יענעם און ווייסט אז ס'איז טאקע אמת.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

בעל דמיון האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:כללים פארן נעמען פעקלעך, די חשבון איז פשוט.

1) נעם נישט!

מען מעג טוען א טובה א איד.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

בעריש'ל האט געשריבן:
בעל דמיון האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:כללים פארן נעמען פעקלעך, די חשבון איז פשוט.

1) נעם נישט!

מען מעג טוען א טובה א איד.

1) נעם נישט!
געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלדיג »

וויפיל נאך קרבנות וועלן די טובות אפקאסטן פאר כלל ישראל?!?!
נעם נישט
און אויב יא, נאר פון א נאנטן באקאנטן וואס דו ווייסט בידיעה ברורה, אז דו ווייסט פונקטליך וואס ער שיקט מיט, פארוואס ער שיקט עס, און ער ווייסט אז דו גייסט עס ערנסט אונטערזוכן, כולי האי ואולי
לייפציק האט געשריבן:
לעבן איז א גרויסע סכנה, מ'איז אויסגעשטעלט צו כל מיני זאכן, פאר געשטארבענע מענטשן שאדט גארנישט,
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

איך זאג אפ און האב שוין אפגעזאגט פון א גרויסע ראש ישיבה אויך.

ביי א פאל וואס איך וואלט יא גענומען, זאג איך יענעם זאג מיר וואס די ווילסט שיקן און ווי מען קען עס קויפן און איך וועל טוהן דער גאנצע מצוה בשלימות (און נאר אזוי)
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

חוח בין השושנים האט געשריבן:
Iphone האט געשריבן:איינער האט אמאל געוואלט שיקן א באטל קאָפי מיט מיינס א משפחה מיטגליד קיין אייראפע. נאכן אונטערזוכן האט ער געטראפן א דיימאנד אינעווייניג. ער האט געטראגן אן אנדערע באטל וואס ער האט געקויפט אין געשעפט.

יענער איז געווען מלא טענות. פארשטייט זיך אז ער האט דאס צוריקגעבן

העי מיין כיתה ז' רבי האט פארציילט אזא מעשה 30 יאר צוריק...
כ'האב נישט געוואוסט אז ס'האט שוין דעמאלטס עקזיסטירט אזא זאך ווי א איי-פאון און אז ער האט שוין געהאט קרובים אויך... :wink:

איך האב געהערט די זעלבע מעשה נאר נישט מיט א באטעל קאפי נאר מיט א פאר תפילין וואס ער האט אויפגעשניטן און אנשטאט פרשיות האט ער געטראפן דיימאנדס דארט
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

מאכט נישט קיין סענס אז ער האט אויפגעשניטן תפילין
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3365
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

די מעשה פון לייגען דיימאנטען אין תפילין איז באוואוסט.
(ווער עס האט געשען צו, אדער אויב עס איז בכלל אמת ווייס איך ניט. אבער אזאנטס האט מען שוין געהערט.)
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

נעם נישט

צופיל פראבלעמען פאסירן מיט נעמען
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”