שוידערליכע שיסעריי אין דזשוירזי סיטי רח״ל - (ג' וישלח תש"פ)

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובה דורך לעכטל »

lebediger berel האט געשריבן:בס"ד
למען אחי ורעי אדברה נא
נאכן זיך דרייען דא אזויפיל יארן חברים קומען חברים גייען, זאכן טוישן זיך ארויף און אראפ ואכמ"ל.
איין זאך האט זיך קלאר ארויס געשטעלט צו מיר ווילן אדער נישט, אז די קרעטשמע איז געווארן א געוויסע טייל פון אונזער אידישע לעבן, דא נעמט מען אינפארמאציע, דא גיבט מען זיך אויס די מיינונגען, מען האט הנאה, ווי מען רופט עס ביי אונז "מען לופטערט זיך אביסל אויס" אויף די מערסט אויסגעהאלטענסטע וועג וואס איז שייך לויט די היינטיגע טעכענאלאגיע.
עס איז אויך א פלאץ ווי מיר טוען אונזער עסקנות אדער אקטיוויזים יעדער פאר זיין צוועק / מצוה / אידישקייט יהי' איך שיהי'.
מיר אלע האבן דא אויך זייער שטארק קאמפיינט און געשטופט און פאראויס געריקט דאס שאפן פון אלע נייע אידישע ישובים, און מיר קענען זאגן אז מיר האבן א געוויסע פראצענט (ערגעץ צווישן איינס ביז פופציג פראצענעט) אין די הצלחה פון די נייע מאוומענט פון ישובים וכו'.
מיר האבן הנאה געהאט און דעבאטירט זייער טאט, זיי (די ערשטע דזשערזי סיטי תושבים) האבן געלייגט זייער עתיד אויפן וואגשאהל און אריין געשפרינגען אין א זאך וואס זיי האבן געוואוסט אז זייער פעולה וועט זיין א טובה פאר גאנץ כלל ישראל און דאס האט זיי געגעבן דעם טרייב קראפט און קוראזש אנצוגיין.
ווען עס קומט פאר א טראגעדיע לויפט יעדער וואס האט עקסעס די ערשטע צו די אידישע וועלט צו וויסן וואס גייט פאר און פון דא שעפט מען די אינפארמאציע און אסאך מאל די אינספיראציע.
למעשה האבן מיר זיך דא אינטערסירט און שעפעקולירט אויף זייער בלוט, און געהאט די נאטורליכע מענטשליכע צופרידנהייט צו וויסן וואס גייט פאר, צו זיין דערשראקן, באזארגט, טרויעריג און בארואיגט, און אלע אנדערע גייסטישע באדערפעניש וואס א מענטש האט אין אזא צייט.
יעצט איז די צייט וואס מיר דארפן טון למעשה. איך רוף יעדן איינעם פערזענליך, דזשערזי סיטי דארף אונז האבן, די העלדן משפחת פערענץ דארפן אונז האבן.
נישט קיין חילוק וויפיל איר געבט אויף אנדערע טיעמ'ס פעידזשעס וכו' מיר ווילן אי"ה מאכן א אייוועלט זיידי בערל טיעם פעידזש און בעטן צו געבן א הוספה פון לכל הפחות 25 דאללער עקסטער אויפן אייוועלט טיעם מיטן ניק! (נאכדעם קענט איר אראפסיינען פונעם אינטערנעט לע"נ די קדושים! אויב איר קענט און ווילט) וכל המוסיף מוסיפין לו מן השמים.
מאכט אייך גרייט צום אייוועלט טיעם קאמפיין!

איך בין גרייט ווי איז די טיעם קאמפיין?
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

נאכנישט אויפגעסעט
איך האב געשיקט אישי פאר אנשי ד.ס. אבער זיי האבן נאכנישט געענטפערט
איך האב מקדים געווען נעשה לנשמע ווייל כהאב עס נישט געוואלט לאזן פארשלאפן ווערן איך האלט דער געדאנק קען און וועט אי"ה שאפן א שיינעם סכום
איך פרעג אבער וויפיל דארף מען צילן דא?
אדרבה, די וואס קענען זאלן שוין אויפשטעלן דעם טיעם און אהער מיטן לינק. מ'טאר נישט יעצט טראכטן מ'דארף טון!
און אויב האלט מען א צווייטנס נאמען איז בעסער, קענען זיי אויסמעקן מיין נאמען און לייגן זייער ניק, דער עיקר איז די זאך זאל געשען, שוין יעצט!
(געדעקט, מיין ציל איז צומאכן די אקציע "חוץ" וואס דו דארפסט געבן פאר דיין חבר'ס / קרוב'ס טיעם) איך טו אויך פון א גאר אנדערע דירעקציע (מיט א אנדערע נאמען)
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובה דורך לעכטל »

lebediger berel האט געשריבן:נאכנישט אויפגעסעט
איך האב געשיקט אישי פאר אנשי ד.ס. אבער זיי האבן נאכנישט געענטפערט
איך האב מקדים געווען נעשה לנשמע ווייל כהאב עס נישט געוואלט לאזן פארשלאפן ווערן איך האלט דער געדאנק קען און וועט אי"ה שאפן א שיינעם סכום
איך פרעג אבער וויפיל דארף מען צילן דא?
אדרבה, די וואס קענען זאלן שוין אויפשטעלן דעם טיעם און אהער מיטן לינק. מ'טאר נישט יעצט טראכטן מ'דארף טון!
און אויב האלט מען א צווייטנס נאמען איז בעסער, קענען זיי אויסמעקן מיין נאמען און לייגן זייער ניק, דער עיקר איז די זאך זאל געשען, שוין יעצט!
(געדעקט, מיין ציל איז צומאכן די אקציע "חוץ" וואס דו דארפסט געבן פאר דיין חבר'ס / קרוב'ס טיעם) איך טו אויך פון א גאר אנדערע דירעקציע (מיט א אנדערע נאמען)

וויפיל האלט איר וועט ווערן געשאפן אין אזא טיעם?
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

דאס פרעג איך, וואס האלט דער עולם?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובה דורך maybeeynot »

מאתים האט געשריבן:אויסהערנדיג די אינטערוויא פון יודל ליכטענשטיין אויף קול מבשר ווארפט ער דארט דרך אגב עפעס א ליכט אויף די געשעעניש, דאס אז א אידישע בראקער האט דינייד א אפליקעשן וואס דער מערדער האט איינגעגעבן צו וואינען אין דגערסי סיטי בעיסט אויף זיין קרימינעלע רעקארד, מאכט עפעס טראכטן אז דאס איז געווען נקמה, ווער ווייסט..

אין אפשר פאר דעם האבן זיי אויך געהארגט א אויבער דרייווער ווייל ער האט זיי געדרייוועט אריין צו געבן די אפליקשען וואס איז געווארן דינייעד האבן זיי זיך אויס געגעבן די כעס אויף אים.
קאם אן
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובה דורך עושר וכבוד »

וואנאוויטשער האט געשריבן:איך כאפ נישט פארוואס די רוצחים האבן נישט געקענט ארויסלויפן דארכ'ן בעק טיר אין ממשיך זיין מיט זייערע מערדשאפט,
ס'דאך נישט געווען קיין פאליציאנטן פון די בעק?

די קשיא איז די מערסט געפרעגטע קשיא אין דעם אשכול, און מ'האט עס שוין מיליאן מאל געענטפערט. ביטע כאפ א בליק אויף צוריק...
נאך איינער

תגובה דורך נאך איינער »

כ"ק אדמור מהר"י מסאטמאר
אטעטשמענטס
Screenshot_20191213-093309_WhatsApp.jpg
Screenshot_20191213-093309_WhatsApp.jpg (293.14 KiB) געזען 2242 מאל
אוועטאר
טראכט א מינוט
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:58 am

תגובה דורך טראכט א מינוט »

נאך איינער האט געשריבן:כ"ק אדמור מהרי"י מסאטמאר
איך האב אמאל געמיינט אז... ווער ס'האט שכל טראכט (קרעדיט: מאטי אילאוויטש)
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובה דורך מי יודע »

ערליכער האט געשריבן:https://www.charidy.com/jcvictims

ישראל הם נתבעים ונותנים

טיייערע אידן מיט א בקשה פון חבירים, ידידים פון די צובראכענע משפחה בפרט און די תושבים בכלליות פון זשערסי סיטי

לאמיר ווייזן אז געלט איז נישט קיין אפהאלט צוריקצושטעלן א צובראכענע איד אויףדי פיס וואס האט פארלוירן זיין ווייב און פרנסה און איבערגעבליבן מיט חובות ,
אין צוריקשטעלען די ישוב אויף די פיס און קענען ווייטער אנגיין ,מען קען נישט באשרייבן די ווייטאג וואס דאראט הערשט , טאטעס פארלאזן נישט די הייזער , צו קענען זיין מיט די קינדער און מיט די ווייב , לאמיר ארויסווייזן סאלדירקייט אז געלט איז נישט קיין פראגע צייכען

געטס וואס איר קענט,העלפטס פארשפרייטען די לינק פונעם קאמפיין , שיקטס עס אויף אימעיל, טעקסט, גרופעס , סאשעל מידיע , ווייזן פאר איד וואס איר קענט האבן א השפעה צו געבן , בזכות דעם זאלט איר קיינמאל וויסן פון קיין צער אייך און אייער משפחה .אמן

טוט א חסד פאר די קדושים
לע"נ משה צבי ז"ל השם ינקום דמו בן ר' אברהם שלום אהרןנ"י.
לע"נ בתיה לאה מינדל ז"ל השם ינקום דמה בת ר' בנימין צבי נ"י.
ת.נ.צב.ה.

https://www.charidy.com/jcvictims

מיינע צוויי סענט, כ'האף קיינער וועט נישט ברוגז זיין
מ'דארף העלפן משפחת פערענץ און מ'דארף העלפן די קהלה, מיין הארץ וויל געבן א געוויסע סכום פאר פערענץ, און א געוויסע סכום פאר די קהלה, אבער נישט די זעלבע פאר ביידע, דאס צוזאמען שטעלן ביידע זאכן צוזאמען מאכט אביסל פראבלעמאטיש ודי, איז מעגליך צו צוטיילן די צוויי קאמפיינס?
איך בין נייגעריג אויב נאך איינער פילט ווי מיר, אדער איך בין נאר א דעת היחיד
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

למעשה איז שוין אזוי אויסגעשטעלט, כ'גלייב אז די מצב ערלויבט נישט צופיל קאפ און מח צו טראכטן, ווען איך וואלט ווען געווען דער פירער אין דז.ס. וואלט איך ח"ו אונטערגעבראכן און נישט געקענט אנגיין. ווען אלעס וועט זיך סעטלען, און עסקנים וואס טוען אין קאמפיינס וועלן איבערטראכטן וואס איז בעסער צו טון אויב הי' לא תהי' נאכאמאל וועט מען עס שטודירן.
יעצט מוז מען שטיצן שטיצן שטיצן
מאך א סך הכל פון ביידע סכומים, זאג א תפלה סזאל זיך אזוי איינטיילן און געב א הוספה און שיק עס אריין!
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

ר' בערל, לפענד"נ אז דו קענסט שטעלן א פינעף אלפים ציל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובה דורך עושר וכבוד »

ר' בערל ביטע שרייב נישט די ווארט אייוועלט, נאר נוץ עפעס א קאוד נאמען. איך וויל נישט אז די סייט זאל באקומען מער פובליסיטי און די טרעפיק וועט נאך ערגער ווערן...

מאך א טיעם "בית המדרש על השורה (אנליין)" און די היימישע וועלן שוין וויסן.
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובה דורך ליידיג גייער »

מיינע צוויי סענט, כ'האף קיינער וועט נישט ברוגז זיין
מ'דארף העלפן משפחת פערענץ און מ'דארף העלפן די קהלה, מיין הארץ וויל געבן א געוויסע סכום פאר פערענץ, און א געוויסע סכום פאר די קהלה, אבער נישט די זעלבע פאר ביידע, דאס צוזאמען שטעלן ביידע זאכן צוזאמען מאכט אביסל פראבלעמאטיש ודי, איז מעגליך צו צוטיילן די צוויי קאמפיינס?
איך בין נייגעריג אויב נאך איינער פילט ווי מיר, אדער איך בין נאר א דעת היחיד


פרעג זיינע ידידים ביסט מסתמא נישט דער איינציגער, ס'קען זיין אז געוויסע פעידזשעס (ווי חברים און משפחה) גייט פאר די משפחה.
לעצט פארראכטן דורך ליידיג גייער אום פרייטאג דעצעמבער 13, 2019 10:16 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובה דורך maybeeynot »

:lol:
עושר וכבוד האט געשריבן:ר' בערל ביטע שרייב נישט די ווארט אייוועלט, נאר נוץ עפעס א קאוד נאמען. איך וויל נישט אז די סייט זאל באקומען מער פובליסיטי און די טרעפיק וועט נאך ערגער ווערן...

מאך א טיעם "בית המדרש על השורה (אנליין)" און די היימישע וועלן שוין וויסן.
זקן מופלג
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 16, 2019 1:09 am

תגובה דורך זקן מופלג »

זינגער האט געשריבן:FBI זיכט פאר א קאר וואס איז געוועהן פארמישט אין די אטאקע, כ'האף מ'וועט עהם טרעפן ווי שנעלער, דאס איז שרעקעדיג, מ'האמיר געמיינט אז מ'איז פארטיג.

ביטע דערשרעק נישט דעם עולם, סך הכל זיכן זיי דעם ווען וואס האט באלאנגט צום שיסער
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2480
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

תגובה דורך פארפלאנטערט »

SatmarHQ: JUST IN: C"k Rabbiny Shlita will feer Melava Malka Motza Shabbos in Jersey City to be Mechazek Toishvei HuEir after the horrific tragedy R"l
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

גראמער האט געשריבן:קוקטס איבער די קליפ, און באטראכט איינע פון די מענטשן, דער וואס האט אן א גרעי דזשעקעט, ער קוקט אויס זייער פארדכטיגט, ער שטייט פארקלאצט, דרייט זיך אויס צו קוקן צו די זייט פון די גראסערי, און די רגע ער באמערקט די ווייסע ווען אריינפארן די גאס (אזוי קוקט עס אויס, ווייל ער ווארט אוועק א סעקונדע בעפאר מען זעהט די ווען, און פון זיין פנים קוקט אויס ווי ער קוקט צו יענע ריכטונג.) הייבט ער אן אוועקגיין מיט א שנעלקייט


מער פון איינער זעט מען דארט זיך אומקוקן הין און צוריק ווי זיי וואלטן געווארט צו זען איינעם קומען
און הארט דעמאלטס אנהייבן אוועקשפאצירן
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

knowledge האט געשריבן:דער מאיאר האט נארוואס געטוויט

My opinion is that as more info comes out it’ll become increasingly clear that the target was the 50 children at the Yeshiva attached to that store. We will never know 100% but the doorway to the yeshiva was 3 feet away + it seems he goes in that direction 1st

This is a horrible tragedy but even in so much darkness with lives lost there is some light in that without question had the bravery/quick response of the police not trapped them in the store this could have been much much worse.


ער ליינט אייועלט
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3550
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובה דורך ר' יום טוב »

ס'לייגט זיך דאך אויפן שכל אז ער צילט בלויז די גראסערי. פון ווי זאל דער גוי וויסן אז ס'איז דא דארט א שול/חדר? אדער אז ס'איז בכלל אין באנוץ אין די שעות?
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובה דורך דריידל »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:
גראמער האט געשריבן:קוקטס איבער די קליפ, און באטראכט איינע פון די מענטשן, דער וואס האט אן א גרעי דזשעקעט, ער קוקט אויס זייער פארדכטיגט, ער שטייט פארקלאצט, דרייט זיך אויס צו קוקן צו די זייט פון די גראסערי, און די רגע ער באמערקט די ווייסע ווען אריינפארן די גאס (אזוי קוקט עס אויס, ווייל ער ווארט אוועק א סעקונדע בעפאר מען זעהט די ווען, און פון זיין פנים קוקט אויס ווי ער קוקט צו יענע ריכטונג.) הייבט ער אן אוועקגיין מיט א שנעלקייט


מער פון איינער זעט מען דארט זיך אומקוקן הין און צוריק ווי זיי וואלטן געווארט צו זען איינעם קומען
און הארט דעמאלטס אנהייבן אוועקשפאצירן

אזוי קוקט עס אויס א גאנצן טאג דארט. זענען דא אסאך אנעמפלאיד חברה דארט וואס זיצן אויפן גאס פאר ליידיג גיין.
זיי זענען נישט אזוי סאפיסטיקירט
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

ר' יום טוב האט געשריבן:ס'לייגט זיך דאך אויפן שכל אז ער צילט בלויז די גראסערי. פון ווי זאל דער גוי וויסן אז ס'איז דא דארט א שול/חדר? אדער אז ס'איז בכלל אין באנוץ אין די שעות?

און דער מאיאר האלט אנדערש
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובה דורך דריידל »

ר' יום טוב האט געשריבן:ס'לייגט זיך דאך אויפן שכל אז ער צילט בלויז די גראסערי. פון ווי זאל דער גוי וויסן אז ס'איז דא דארט א שול/חדר? אדער אז ס'איז בכלל אין באנוץ אין די שעות?

אפשר איז ער געווען דארט א וואך פריער און אבזערווירט
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובה דורך Kollel »

א פחד צו זעהן ווי די גאן שטעקט זיך ארויס צוויי מאל פון די גראסערי צו שיסן אויף הרב לאקס
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
יענקעל משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 11:19 am

מסיבת מלכה מלכה

תגובה דורך יענקעל משה »

נעכטן איבערן טאג זענען די עסקני היושב אריין צו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"יי צום ערשט האט מען געטראכט פון א ווילדן געדאנק די רבי זאל ארויסקימען אויף א שבת מחזק זיין די צובראכענע תושבי היושב נאך אזא שווערע טראגעדיע למעשה איז דאס נישט קיין זאך וואס קען צוגיין על רגל אחת האט אבער די רבי באוויליגט אריבערצוקימען מוצאי שבת ווי עס וועט געפראוועט ווערן א גרויסארטיגער מלוה מלכה אינאיינעם מיט א סעודות הודאה לרגל יום הצלת רבינו הקדוש מסאטמאר זצוק"ל
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4239
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובה דורך א גולם »

לייפציק האט געשריבן:מיט אזעלכע אוטאמאטישע געווער וואס די רוצחים האבן פארמאגט, האבן זיי נישט געהאט קיין פראבלעם אוועקצולייגן די ערשטע פיסגייער פאליציי אין א אויגן בליק,מיט זייערע שאטגאנס, עס איז נישט קיין פארגלייך בכלל, זיי האבן געקענט שיסן אין א רגע וואס די פאליציי נעמט 2 מינוט, זיי וואלטן נישט געדארפט מורא האבן פון די צוויי פאליציי.

און זיי האבן געוויסט אז יעדע רגע ציילט, און זיי האבן נאך געהאט גרויסע פלענער ה"י מיט די וואפן אין ווען, פארוואס זיי זענען געבליבן דארט ווארטן מיט די טויטע גופים, וואס זענען געשאסן געווארן אין די ערשטע רגע?
ווייסט איין באשפער און איז לכאורה פון די גרעסטע ניסים.


קען גאר זיין (ווי מזעט דא פריער און די בלעטער) אז איינער פון די צוויי רוצחים זענען אימגעפאלן פונעם אנדערע רוצח, וועגן דעים זענען זיי נישט ארויס
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”