ר' יום טוב האט געשריבן:ס'לייגט זיך דאך אויפן שכל אז ער צילט בלויז די גראסערי. פון ווי זאל דער גוי וויסן אז ס'איז דא דארט א שול/חדר? אדער אז ס'איז בכלל אין באנוץ אין די שעות?
כ'וועל אייך אויסזאגן א סוד, ווען דער רוצח ימ"ש האט אריינגעלייגט אין גוגל מעפס צו זוכן די ווארט "זשואיש" (וכדומה) אינעם געגענט, איז אים גלייך ארויפגעשפרינגען די גרינוויל שול, ארטהאדאקס סינעגאג.
צו ער האט געמיינט פונקטליך די קינדער אדער סתם אזוי די שול, דאס ווייסט איין באשעפער.
(און ער האט בכלל נישט געוואוסט ווען מען נוצט א שול, ער קען מיינען אז דארט איז דא עשרה בטלנים די גאנצע טאג)
די חידוש איז נאר, אז העכער די שול שטייט גרויסע אידישע אותיות, וואס דאס וואלט אים זיכער געצויגן די אויג צו געבן א עפן די טיר און אריינשפאצירן דארט.
הוכו בסנוורים.