Goodmorning האט געשריבן:יואל שרייבער האט געשריבן:Goodmorning האט געשריבן:קלינטאן'ס ריסעט איז געווען פאר א דרייפערטל פון זיינע שקצערייען זענען געשען, אמעריקע האט אויך געשטיצט איראק אונטער סאדאם אנטקעגן איראן, מודזשאהאדין אין אפגאניסטאן אנטקעגן רוסלאנד. רוסלאנד איז היינט צוואנציג מאל מער מאכטפול ווי דאן. נאריש צו מיינען ער קען זיין אויף אמעריקע'ס זייט, זיין גאול איז צו זיין די איינציגסטע וועלט מאכט און אפשוואכן די מערב וועלט.
פוטין וויל זיין די איינציגסטע וועלט מאכט? ער לעבט נישט אין לאלא לענד, וויאזוי אין די וועלט קען ער צוקומען אפילו נאנט צו אמעריקע אדער טשיינע? אפילו די סאוויעט יוניאן האט נישט געהאט קיין עכטע טשענס אין ריאליטי קעגן אמעריקע.
קוקט שוין באלד אויס ווי די איזרעלי דמיונות וועגן אן איראנער וועלט מאכט.
בכלל נישט קיין סוד אז ער טראגט זיך ארום מיט פלענער פון צוריקברענגן די שטארקייט פון רוסלאנד. און אמעריקע האט געציטערט פון די סאוויעטן פארבאנד מיט אזויפיל לענדער אונטער איר. ער ארבעט אקטיוו צו אנדרייען נאציאנאליסטישע גרופעס אין אלע מערב לענדער, אמעריקע און אייראפע, צו אפשוואכן זייער שטארקייט אינערליך.
און אז רעאליסטיש איז אמעריקע שטערקער אפשר, מעג ער נישט צילן צו זיין די וועלטס מאכט? ער האט גאנץ אסאך איינפלוס יעצט אויך איבער די וועלט.
אוודאי וויל ער אז ער זאל זיין וואס שטערקער און די מערב וועלט וואס שוואכער, אבער ער וועט קיינמאל נישט קענען זיין אזוי שטארק ווי אמעריקע אדער טשיינע על פי דרך הטבע.
און פוטין איז אויך פאראנטווארטליך פאר אלע פראבלעמען פון אמעריקע און אייראפע? ער האט אריינגעברענגט מיליאנען אימיגראנטן אין יוראפ די לעצטע זעקס זיבן יאר? ער האט חרוב געמאכט מאנופעקטשערינג אין אמעריקע? עס איז סתם א נארישע תירוץ פון די מידיא און די עסטאבלישמענט, אנשטאט מאכן א חשבון הנפש און טראכטן ווי זיי זענען געגאנגען ראנג, געט מען אלעס א שמיר אן אויף אפאר רוסישע באטס.
סארי, אבער די אלעקס דזשאונס קאנספירעסי טעאריעס זענען סאך בעסער אויסגעבאקן.