2020 וואוטער פראוד סקאנדאל

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: 2020 וואוטער פראוד סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:פון נעכטיגן הירינג:

מצליח האט געשריבן:רודי דזשוליאני היינט ביי די היערינג און פענסילוועניע:
עס איז ארויסגעשיקט געווארן אין פענסעלוועניע 1,823,148 עבסענטי בעלאטן, געציילט האט מען 2.5 מיליאון עבסענטי בעלאטן!...

איך בין נישט דער עקספערט אין מעטאמאטיקס, אבער דאס שטימט גאר שטארק נישט!...

ער האט אויך ערווענט אז דינסטאג [א טאג איידער די הירינג] האט די אפיציעלע סטעיט וואלן וועבסייט אראפגענומען דען ציפער פון די 2.5 מיליאן מעיל אין שטימען

נאך א טענה וואס איין עדות האט אויפגעברענגט, איז אז מ'האט געהאט טויזנטער געדעמיטשטע בעלאטס, וואס עלעקשאן ארבייטער האבן איבערגעשריבן אויף אנדערע בעלאטס און געסקענט,[אן קיין השגחה צו זיי פילן טאקע אריין אזוי ווי די אריגינעלע בעלאטס]

און דערנאך איז מען געוואיר געווארן אז די מאשין קען נישט ליינען די פרישע אויך נישט ווייל ס'איז אויסגעפילט געווארן מיט פינגע פענס, האט מען ווידעראמאל אריינגעברענגט א פעקל ליידיגע מעיל אין בעלאטס, און מ'האט ווידער אריינגעפילט,

דאסמאל האט מען שוין געכאפט אז עפעס גייט פאר, און ווען די ריפאבס האבן פארלאנגט צו זען וואס טוטזיך, האט מען זיי פונדערווייטנס געגעבן א קורצע פלעש בליק אויפן בעלאט און מער נישט

1 עדות דערציילט:

מ'האט געטוישט די פלאץ וואו מ'שטימט געווענטליך [ס'האט געקאסט 2.5 מיליאן און געווארן באצאלט דורך פריוואטע קאמפאניס (נישט באקאנט צו די קאמפאניס האבן ליב טראמפ אדער נישט, איינע פון זיי איז עפעס מיט א נאמען "טוויטער")], אין די נייע פלאץ איז פאראן פילע עלעוועיטערס און ס'איז פשוט געווען שווער מיטצוהאלטן ווער ברענגט פון וואו

דערנאך איז געווען א בעק רום צו ציילן שטימען,וואס מ'האט זיי נישט אריינגעלאזט דארטן,
געגאנגען אין קאורט, און נאך 6 שעה באקומען א פסק אז מ'מוז זיי אריינלאזן,
מ'האט געפאלגט, און זיי אריינגעלאזט פאר 5 מינוט א יעדע 2 שעה

אז כ'על האבן געדולד וועל איך שרייבן נאך
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
וואל טאג
שר חמש מאות
תגובות: 940
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 1:35 pm

Re: 2020 וואוטער פראוד סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואל טאג »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
וואל טאג האט געשריבן:104 פעידזשעס איז צו סאך פאר מיר צו דורכליינען
למעשה טוט סידני פאועל פארענטפערן די פאקט אז אז אן אודיט/ריקאונט אין דזשארדזשיע האט נישט אנטפלעקט קיין שום פראוד אין די מאשין קאונט?
אן דעם זע איך נישט ווי די קעיס קען זיך אפילו רוקן איין טאג אין די געריכטן

דאס איז ממש שאך-מאט....

איז דא עמיצער וואס וויל פרובירן פארענטפערן דעם וואונדער?

וויל די שטימע ווערט אפגעגעבן אויפן מאשין

די פאפירענע זענען סך הכל א פרינט אוט

ס'הייסט? די ארגינעלע בעללאטס זענען אין מיסט???
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: 2020 וואוטער פראוד סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

וואל טאג האט געשריבן:

נישטא קיין אריגינעלע

דאס גאנצע שטימע ווערט געגעבן אויף א מאשין

מ'דריקט אויף א טאטש סקרין

אזוי האט געזאגט דער סטיעל וואס איז געקומען פארענטפערן דאמיניאן
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
מצה טאש
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 2:46 pm

Re: 2020 וואוטער פראוד סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה טאש »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
וואל טאג האט געשריבן:104 פעידזשעס איז צו סאך פאר מיר צו דורכליינען
למעשה טוט סידני פאועל פארענטפערן די פאקט אז אז אן אודיט/ריקאונט אין דזשארדזשיע האט נישט אנטפלעקט קיין שום פראוד אין די מאשין קאונט?
אן דעם זע איך נישט ווי די קעיס קען זיך אפילו רוקן איין טאג אין די געריכטן

דאס איז ממש שאך-מאט....

איז דא עמיצער וואס וויל פרובירן פארענטפערן דעם וואונדער?

וויל די שטימע ווערט אפגעגעבן אויפן מאשין

די פאפירענע זענען סך הכל א פרינט אוט

אבער די טענות זענען נישט אויף די פרינטס, קיין איין קאמפעני וואלט זיך נישט געטרויט מיט אזא פרעכע פראוד וואס דער וויילער אליין קען זעהן. די טענה איז נאר אויף די טעבולעטינג מאשינען וואו מען סקענט ענדגילטיג די קאוד.
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: 2020 וואוטער פראוד סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

מצה טאש האט געשריבן:

גראדע בין איך טאקע נישט קלאר אין די נקודה

איך האב געזוכט צו זען א קאפי פון אזא פרינטאוט, אבער נישט געפונען

עפעס דאכט זיך מיר אז ערגעץ איז געווען טענות אז אויף די פרינטאוט שטייט אנדערש ווי ער האט געשטימט

איך געדענק נישט וואו
און איך מיין אז מ'האט נעישט גערעט פון דאמיניאן

ועדיין צ"ע
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: 2020 וואוטער פראוד סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

ערגעץ איז אויך געשטאנען אז די פרינט אוט האט נישט פארמאגט קיין נאמען פון א קאנדידאט פאר סעיפטי נאר א בארקאוד

געדענק נישט צו כ'האב עס געזען פארלעסלעך
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: 2020 וואוטער פראוד סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
וואל טאג האט געשריבן:104 פעידזשעס איז צו סאך פאר מיר צו דורכליינען
למעשה טוט סידני פאועל פארענטפערן די פאקט אז אז אן אודיט/ריקאונט אין דזשארדזשיע האט נישט אנטפלעקט קיין שום פראוד אין די מאשין קאונט?
אן דעם זע איך נישט ווי די קעיס קען זיך אפילו רוקן איין טאג אין די געריכטן

דאס איז ממש שאך-מאט....

איז דא עמיצער וואס וויל פרובירן פארענטפערן דעם וואונדער?

וויל די שטימע ווערט אפגעגעבן אויפן מאשין

די פאפירענע זענען סך הכל א פרינט אוט

דאס ווערט געפרינט ווען מען שטימט (אזוי זעה איך), מען באקומט די צעטל, מען קען איבערקוקן אויב די מאשין האט עס גוט אנגעצייכנט, און דערנאך לייגט מען אריין דעם צעטל אין די סקענער.

די צעטל בלייבט און דאס ציילט מען איבער ביים ריקאונט.

שטעלט זיך ווידער די פראגע, וויאזוי קען זיין אז די ריקאונט האט געוויזן די זעלבע ריזאולטס ווי די מאשין ציילונג?
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: 2020 וואוטער פראוד סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

יש ברירה האט געשריבן:
בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
וואל טאג האט געשריבן:104 פעידזשעס איז צו סאך פאר מיר צו דורכליינען
למעשה טוט סידני פאועל פארענטפערן די פאקט אז אז אן אודיט/ריקאונט אין דזשארדזשיע האט נישט אנטפלעקט קיין שום פראוד אין די מאשין קאונט?
אן דעם זע איך נישט ווי די קעיס קען זיך אפילו רוקן איין טאג אין די געריכטן

דאס איז ממש שאך-מאט....

איז דא עמיצער וואס וויל פרובירן פארענטפערן דעם וואונדער?

וויל די שטימע ווערט אפגעגעבן אויפן מאשין

די פאפירענע זענען סך הכל א פרינט אוט

דאס ווערט געפרינט ווען מען שטימט (אזוי זעה איך), מען באקומט די צעטל, מען קען איבערקוקן אויב די מאשין האט עס גוט אנגעצייכנט, און דערנאך לייגט מען אריין דעם צעטל אין די סקענער.

די צעטל בלייבט און דאס ציילט מען איבער ביים ריקאונט.

שטעלט זיך ווידער די פראגע, וויאזוי קען זיין אז די ריקאונט האט געוויזן די זעלבע ריזאולטס ווי די מאשין ציילונג?

דאס וויל איך טאקע וויסן

כ'הא שוין אויבן געפרעגט פון נקדימון און נישט פארגעסן

וואו זעסטע אז מ'קען עס איבערקוקן?

אויך, דער סטיעל האט געזאגט אז מ'געבט עס פאר אן ארבעטער אוועקצולייגן, נישט אז מ'סקענט עס
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
א_נייע_גרינער
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 17, 2017 12:14 pm

Re: 2020 וואוטער פראוד סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א_נייע_גרינער »

דאס האט די אלטע באבע פארציילט אין פענס. הירינג
אז עס איז נישט געשטאנען די פרעזידענט נאמען אויף איר פרינט אוט
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: 2020 וואוטער פראוד סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:דאס וויל איך טאקע וויסן

כ'הא שוין אויבן געפרעגט פון נקדימון און נישט פארגעסן

וואו זעסטע אז מ'קען עס איבערקוקן?

אויך, דער סטיעל האט געזאגט אז מ'געבט עס פאר אן ארבעטער אוועקצולייגן, נישט אז מ'סקענט עס

איבעראל ווי איך קוק... כהאב געקוקט איבער פענסילוועניע מישיגען און דזשורדזשע

אט איז וויאזוי די סקענינג מאשין קוקט אויס. די בעלאטס ווערן אוועקגעלייגט אין די אונטערשע טייל פונעם מאשין, און מען קען עס איבערקוקן ביי א ריקאונט.
אטעטשמענטס
icp1.jpg
icp1.jpg (30.13 KiB) געזען 1148 מאל
icp2.jpg
icp2.jpg (31.5 KiB) געזען 1148 מאל
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: 2020 וואוטער פראוד סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

א_נייע_גרינער האט געשריבן:דאס האט די אלטע באבע פארציילט אין פענס. הירינג
אז עס איז נישט געשטאנען די פרעזידענט נאמען אויף איר פרינט אוט

פארדעם הייסן זיי איבערקוקן די בעלאטס בעפאר מען סקענט עס. די מאשין קען מאכן א טעות, הגם אין דעם פאל אז מען רעדט פון א אלטע באבע איז מער מסבר אז זי האט בטעות געדרוקט אויף די אומריכטיגע קאנדידאט...
האמת עד לעצמו
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 1:21 pm
פארבינד זיך:

Re: 2020 וואוטער פראוד סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמת עד לעצמו »

בנוגע וואוטינג מאשינען זענען דא פארשידנארטיגע, דא איז א מעפ וועלכע מען האט גענוצט ווי
https://verifiedvoting.org/verifier/#mo ... /year/2020
האמת עד לעצמו
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 1:21 pm
פארבינד זיך:

Re: 2020 וואוטער פראוד סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמת עד לעצמו »

קומט אויס אז אין דזשארדזשיע האט מען גענוצט דאס https://verifiedvoting.org/votingequipment/#bmd, שטעלט זיך טאקע די קשיא וויאזוי קען די מאשין צולייגן? איך מיין אבער עס איז נישט אזוי שווער, ווייל די מאשין קען צופרינטן די איבעריגע וואס פעלט זיך אויס (דאס מיינט אז די פראבלעם איז ביי די מאשין וואו מען פילט אויס די וואוט), איך בין אבער נאכנישט אינגאנצן קלאר אין די נושא
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16830
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: 2020 וואוטער פראוד סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

די מאשינען (אין דזשארדשיע) ארבעט אז נאך דער וויילער סעלעקטירט זיין טשויס אויף א אייפעד מאשין פרינט עס ארויס זיין בעלעט. אויף די בעלעטס איז דא דער בארקאוד + ארויסגעטייפט אלעס וואס ער האט סעלעקטירט טראמפ, פערדו וכו'.

עס בעט דער וויילער איבערצוקוקן צו די סעלעקטירטע וואס דער מאשין האט ארויפגעפרינט איז טאקע וואס ער האט סעלעקטירט

דערנאך לייגט דער וויילער אליינס אריין זיין בעלעט אין די סקענער. די סקענער ליינט נאר די בארקאוד.

ווען מען מאכט א RLA (ריסק לימיטעד אודיט) קוקט מען איבער מיט די האנט די געטייפטע חלק וואס דער מאשין האט ארויסגעפרינט.

יעצט ווען מען האט איבערגעקוקט די געטייפטע חלק איז עס געווען (כמעט) די זעלבע ווי די בארקאוד קאונט.

איך האב נישט געהערט אז מענטשן זאלן קאמפלעינען אין דזשארדשיע אז דער מאשין האט ארויסגעפרינט ביידען בעת זיי האבן סעלעקטירט טראמפ אדער פארקערט.

דאס איז עס אין קורצן
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: 2020 וואוטער פראוד סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

נקדימון האט געשריבן:די מאשינען (אין דזשארדשיע) ארבעט אז נאך דער וויילער סעלעקטירט זיין טשויס אויף א אייפעד מאשין פרינט עס ארויס זיין בעלעט. אויף די בעלעטס איז דא דער בארקאוד + ארויסגעטייפט אלעס וואס ער האט סעלעקטירט טראמפ, פערדו וכו'.

עס בעט דער וויילער איבערצוקוקן צו די סעלעקטירטע וואס דער מאשין האט ארויפגעפרינט איז טאקע וואס ער האט סעלעקטירט

דערנאך לייגט דער וויילער אליינס אריין זיין בעלעט אין די סקענער. די סקענער ליינט נאר די בארקאוד.

ווען מען מאכט א RLA (ריסק לימיטעד אודיט) קוקט מען איבער מיט די האנט די געטייפטע חלק וואס דער מאשין האט ארויסגעפרינט.

יעצט ווען מען האט איבערגעקוקט די געטייפטע חלק איז עס געווען (כמעט) די זעלבע ווי די בארקאוד קאונט.

איך האב נישט געהערט אז מענטשן זאלן קאמפלעינען אין דזשארדשיע אז דער מאשין האט ארויסגעפרינט ביידען בעת זיי האבן סעלעקטירט טראמפ אדער פארקערט.

דאס איז עס אין קורצן

יישר כח
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: 2020 וואוטער פראוד סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

נקדימון האט געשריבן:די מאשינען (אין דזשארדשיע) ארבעט אז נאך דער וויילער סעלעקטירט זיין טשויס אויף א אייפעד מאשין פרינט עס ארויס זיין בעלעט. אויף די בעלעטס איז דא דער בארקאוד + ארויסגעטייפט אלעס וואס ער האט סעלעקטירט טראמפ, פערדו וכו'.

עס בעט דער וויילער איבערצוקוקן צו די סעלעקטירטע וואס דער מאשין האט ארויפגעפרינט איז טאקע וואס ער האט סעלעקטירט

דערנאך לייגט דער וויילער אליינס אריין זיין בעלעט אין די סקענער. די סקענער ליינט נאר די בארקאוד.

ווען מען מאכט א RLA (ריסק לימיטעד אודיט) קוקט מען איבער מיט די האנט די געטייפטע חלק וואס דער מאשין האט ארויסגעפרינט.

יעצט ווען מען האט איבערגעקוקט די געטייפטע חלק איז עס געווען (כמעט) די זעלבע ווי די בארקאוד קאונט.

איך האב נישט געהערט אז מענטשן זאלן קאמפלעינען אין דזשארדשיע אז דער מאשין האט ארויסגעפרינט ביידען בעת זיי האבן סעלעקטירט טראמפ אדער פארקערט.

דאס איז עס אין קורצן

א דאנק.

אין פענסעלוועניע ביי די היערינג האט יא איינער געזאגט אז עס איז נישט געשטאנען די נאמען פאר וועם זי האט געוואוט פאר פרעזידענט און מען האט איר געזאגט אז עס צוליב זיכערהייט סיבות.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16830
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: 2020 וואוטער פראוד סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

מעגליך. עס האט פאסירט.

פוינט ביאינג, טאמער וואלט דער מאשין געטוישט און ארויסגעפרינט ווראנג נאמען אויף שווערע טויזענטער בעלעטס וואלט געדארפט זיין הונדערטע קאמפלעינטס אין דזשארדשיע.

און טאמער טוישט עס בלויז די בארקאוד (און מען וועט איינזעצן אז מען שווינדעלט ביי די אפיציעלע קאונט אויף עלעקשען נאכט) ווערט מען עס געוואר ביי אן אודיט ווי מען קוקט די געטייפטע חלק.
א_נייע_גרינער
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 17, 2017 12:14 pm

Re: 2020 וואוטער פראוד סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א_נייע_גרינער »

איך בין נישט אזא ת"ח צו דורך לערנען די סוגיא פון RLA
wiki/Risk-limiting_audit

ציילן זיי איבער אלע מיליאן וואוטס, מיט די הענט?
איז עס בכלל מעגליך, איבערקוקן יעדער וואוט וואס עס שטייט דארט און אראפ לייגן רעכט'ס אדער לינקס
אזא ארבעט נעמט וואכן,
(300 פעפערס א מינוט, 18000 א שעה, 144000 אכט ארבעט שעות)

אדער ציילט מען נאר א פראצענט, ועל הכלל כולו יצא
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16830
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: 2020 וואוטער פראוד סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

א_נייע_גרינער האט געשריבן:איך בין נישט אזא ת"ח צו דורך לערנען די סוגיא פון RLA
wiki/Risk-limiting_audit

ציילן זיי איבער אלע מיליאן וואוטס, מיט די הענט?
איז עס בכלל מעגליך, איבערקוקן יעדער וואוט וואס עס שטייט דארט און אראפ לייגן רעכט'ס אדער לינקס
אזא ארבעט נעמט וואכן,
(300 פעפערס א מינוט, 18000 א שעה, 144000 אכט ארבעט שעות)

אדער ציילט מען נאר א פראצענט, ועל הכלל כולו יצא

יעדער איינציגסטער שטימע. דאס איז געווען דער גרעסטער האנד אודיט אין אמעריקא אויב האב איך נישט קיין טעות.

למשל פאלטען קאונטי האט געהאט 300 ארבעטער. צען שעה א טאג פאר 5 טעג אין א ציה. דאס איז 15,000 שעה פאר 528K בעלעטס.

דאס איז 35 בעלעטס פער שעה.

איך מיין גראדע זיי האבן געענדיגט פאר פינעף טעג שוין.
לעצט פארראכטן דורך נקדימון אום דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 11:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א_נייע_גרינער
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 17, 2017 12:14 pm

Re: 2020 וואוטער פראוד סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א_נייע_גרינער »

אנדערע ווילן שפעקעלירן אז טראמפ וועט פריוון צו פארכאפן די מאכט מיט די הילף פון די רעפ. קאנקרעס/סענאט
-----
ווי אזוי ארבעט עס בכלל די עלעקטאריל וואוטס

וועלעכע הויז באשטעטיגס זיינע לעקטאר וואוטס?
די קאנגרעס אדער סענאט אדער דארף עס אריבער גיין ביי ביידע
ד.מ. סענאט האט די לעצטע ווארט?

אויב הלכה למעשה דארפן זיי באשליסן פארן פאלק
און די רעפ. וועלן אלע פארכאפן זייערע סטעיטס אפילו די עלעקטאריל זענען דעמ.
דעמאלס וואס איז די הלכה ווען א סטעיט וואס האט איין דעמ. סענאט און איין רעפ. סענאט,
ווי למשל: AZ, CO, WI, MI, PA, ME, GA, OH, MT, AL
בעקעלע.הפוכה
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2020 10:21 am

Re: 2020 וואוטער פראוד סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעקעלע.הפוכה »

דער מעיאר מיט אפאר ווערטער
https://www.dropbox.com/s/yikpsryk3dz20 ... 9.mp4?dl=0
השתדלות בפרנסה, מיט הכנסות, האבן נישט קיין שייכות - מדארף טוען ווייל מדארף טוהן לקיים גזירת המלך בזיעת אפך וכו', און דער בורא עולם האט שוין זיינע וועגן צו געבן - ב"ה וב"ש
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: 2020 וואוטער פראוד סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:טוויטער פארלעצט מסתמא נישט קיין געזעץ, הגם ס׳קען זיין אז יא, אבער מער זיכער אז נישט. ס׳איז זיין פראפאטי, און ס׳קען זיין זיי מעגן דיר סוספענדירן אהן א סיבה אויך. ספעציעל אז איינע פון די טורמס און קאנדישענס איז אז מ׳קען דיר פארשפארן פאר א לא דבר. און די עגרי׳ס.

אפשר יעצט וועלן די נישט כאפערס כאפן.

דער פראלבעם מיט טוויטער איז אז זיי לייגן זייער לעגאלע אינטערדריקונג אינטערן שלייער פון פאלטשע מערכה קעגן מיסלידינג אינפארמעישן. צומאל איז עס א וידיאו פון א דוקטאר, צומאל א ארטיקל פון א צייטונג וואס דעקט אויף קארופציע, און צומאל א לויער וואס זאגט אז ער האט באווייזן אויף ווער פראוד. הער אויף מיט די ליגיונות. שרייב אז מ׳האט אים סוספענדירט אלטס טייל פון די מערכה צו דערשטיקן קאנסערוועטיוון, און העלפן פראפאגאנדירן די לינקע.

טוויטער איז א געהעריגע פובלישער, דארט מעג נאר שטיין וואס עס געפעלט פאר זייער ארענדאר יענקל. און ווי געזאגט, ס׳איז לעגאל אויך. טוויטער איז א חלק פון די פעיק נוז פראפאגאנדע וואס העלפט דערשטיקן פרידאם און ספיעטש, אזוי ווי אלע דיקטאטורן טוען.

אבער נאכאמאל. ס׳איז ליגאל.

אבער טעד קרוז האט עפעס געווילדעוועט קעגן יעקל דורסקי מיט באנומענע, אז טוויטער שטעלט זיך נישט פאר אלץ פובלישער,?
בעקעלע.הפוכה
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2020 10:21 am

Re: 2020 וואוטער פראוד סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעקעלע.הפוכה »

דא האט עטץ דעם נעכטיגן שמועס מיטן קיסר יר"ה - שאלות ותשובות - זעהט אויס גאנץ קלאר מיט זיין שטעלע
https://www.dropbox.com/s/zycrwyzsrhf8v ... 9.mp4?dl=0
השתדלות בפרנסה, מיט הכנסות, האבן נישט קיין שייכות - מדארף טוען ווייל מדארף טוהן לקיים גזירת המלך בזיעת אפך וכו', און דער בורא עולם האט שוין זיינע וועגן צו געבן - ב"ה וב"ש
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

Re: 2020 וואוטער פראוד סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

Trump's baseless claims of Georgia voter fraud spark fears among Republicans

Trump’s party worries his comments could depress GOP turnout in key Senate runoff elections

https://www.theguardian.com/us-news/202 ... f-election
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: 2020 וואוטער פראוד סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

אהער און אהין האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:טוויטער פארלעצט מסתמא נישט קיין געזעץ, הגם ס׳קען זיין אז יא, אבער מער זיכער אז נישט. ס׳איז זיין פראפאטי, און ס׳קען זיין זיי מעגן דיר סוספענדירן אהן א סיבה אויך. ספעציעל אז איינע פון די טורמס און קאנדישענס איז אז מ׳קען דיר פארשפארן פאר א לא דבר. און די עגרי׳ס.

אפשר יעצט וועלן די נישט כאפערס כאפן.

דער פראלבעם מיט טוויטער איז אז זיי לייגן זייער לעגאלע אינטערדריקונג אינטערן שלייער פון פאלטשע מערכה קעגן מיסלידינג אינפארמעישן. צומאל איז עס א וידיאו פון א דוקטאר, צומאל א ארטיקל פון א צייטונג וואס דעקט אויף קארופציע, און צומאל א לויער וואס זאגט אז ער האט באווייזן אויף ווער פראוד. הער אויף מיט די ליגיונות. שרייב אז מ׳האט אים סוספענדירט אלטס טייל פון די מערכה צו דערשטיקן קאנסערוועטיוון, און העלפן פראפאגאנדירן די לינקע.

טוויטער איז א געהעריגע פובלישער, דארט מעג נאר שטיין וואס עס געפעלט פאר זייער ארענדאר יענקל. און ווי געזאגט, ס׳איז לעגאל אויך. טוויטער איז א חלק פון די פעיק נוז פראפאגאנדע וואס העלפט דערשטיקן פרידאם און ספיעטש, אזוי ווי אלע דיקטאטורן טוען.

אבער נאכאמאל. ס׳איז ליגאל.

אבער טעד קרוז האט עפעס געווילדעוועט קעגן יעקל דורסקי מיט באנומענע, אז טוויטער שטעלט זיך נישט פאר אלץ פובלישער,?

לע''ע איז טוויטער באשיצט אינטער סעקשאן 230 וואס לויטעט אז א טעלפאון קאמפעני וכדו' קענען נישט ווערן אנגעקלאגט אויף זאכן וואס ווערט פאבלוצירט אויף א טעלפאון ליין וויבאלד זיי זענען א פשוטע קאמיונעקאציע מיטל .
משא''כ א צייטונג וכדו' וואס זענען פאבלישערס קען מען יא אנקלאגן פארן אומיושרדיג באשמיצן א מענטש,
טוויטער פאלט אינטער די ערשטע קאטעגאריע.

טענה'ט טעד קרוז אז די גאנצע סיבה פארוואס זיי זענען באשוצט אינטער סעקשאן 230 איז וויבאלד זיי זענען נישט בעה'ב אויף די קאנטענט אבער יעצט אז זיי טוען וואס זיי טוען איז פשט אז זיי זענען יא בעה'ב ממילא זאל מען זיי קענען קלאגן ווען איינער ווערט באשמיצט אדער געשעדיגט דורך טוויטער
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”