א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4279
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

האלצשטיין האט געשריבן:איך זא נישט פארוואס מ'זאל מאכן ליצנות פון אזא מעשה, ניין, ס'פאסירט נישט אפט אז א קעצל זאל זיך דרייען נעבן צינום הקדושים פון צדיקים און מ'זאל זיי נישט קענען פארטרייבן

מ'האט שוין געהערט כמה מעשיות פון נשמות וועלכע זענען נעבעך מגוגל געוורן אין בעלי חי ה"י.

איר זענט 100% גערעכט.
ווייסן מיר זיכער וואס טוט זיך אין הימל? ניין! טאמער יא, וואלט נישט געווען קיין בחירה.
מוז דאס זיין אז עס איז א קעצל וואס זוכט א תיקון? ווער ווייסט. דערמאנט פונעם וויץ:
Why did the black cat cross the road? because it wanted to go to the other side.

אבער... איך גיי גאר אפט צום ציון, און איך האב נאך קיינמאל נישט געזען קיין קעץ דארט.
און ווער עס ווייסט די מעשיות, ווייסט קלאר אז רימניצער רבי זצ"ל האט אסאך עוסק געווען אין תיקון נשמות. זיי פלעגן קומען צו איהם און שטארק מוטשענען.
ווער עס קען ר' עמרם בן אסתר (אבערלאנדער) וואס דארף איצט א רפואה, וואס האט זיך געדרייט יארן ביים רבין, און ער האט פיינט ווען מען פארציילט אלע מיני מעשיות מופתים אויפן רבין. ער זאגט אייביג אז דער גרעסטע מופת איז נעם א מחזות און בייג זיך איין שטייענדיג כמעט ביז דער ערד פאר 5 מינוט... און די רבי האט דאס געטוהן גאנץ יום כיפור. דער ר' עמרם לרפו"ש פארציילט אסאך וועגען די נשמות וואס האבן זיך געדרייט ביים רבין. די רבי פלעגט צונדן פיהל ליכט, גיסן וואסער פון איין טעפל צום צווייטען, איינמאל האט ער געוואלט טריקן פונעם טעפל די רבי האט דאס געגעבן א כאפ אוועק און אויסגעגאסן. איך געדענקט נישט פונטקליך די מעשה, אבער עס האט געהאט צו טוהן מיט שווערע נשמות וואס ער האט פראבירט מתקן זיין.
ממילא, מען מוז נישט פון אלעם חוזק מאכן. מען מוז נישט זאגן אויף איעדע קעצל אז עס זוכט א תיקון. אבער ביים הייליגן רבין וואס האט מתקן געווען אהן א שיעור נשמות, שטימט עס גאר גיט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
פריטלעך
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 3:00 pm

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריטלעך »

חוח בין השושנים האט געשריבן:כ'זע דא צוויי צדדים, פלאס מענטשן וואס שטייען אינדערמיט, בבחינת מאמין ואינו מאמין. כ'פארשטיי אבער נישט פארוואס מ'דארף דא חוזק מאכן, לאכן, שפעטן, איינער פון אנדערן.

השי"ת האט אונז געגעבן א הערליכע אידישקייט, וואס פארמאגט אסאך טויערן, מהלכים, טיילן און אפילו שיכטן פון שאלעכץ וואס זענען א שומר לפרי. ס'איז צוגעשטעלט פאר יעדן איש כפי מהללו. יעדער טרעפט זיך זיין דביקות / התעוררות / חלק-התורה לויט זיין שורש נשמה.

איינעם ציעט צו לומדות, איינער צו דרוש, איינער הלכה למעשה, איינער רמזים, איינער קבלה, איינער רבי'שע נייעס, איינער חסידות, איינער ליטאות, איינער היסטאריע, איינער ליל-שישי'ס און קומזיצן, און איינער פארוואגלטע נשמות און קעץ.

ביטע לאז יעדן טרעפן זיין תענוג רוחני באשר הוא שם. דיין לאכן העלפט נישט, דיין שפעטן קלערט נישט אויף. און... די אלע זאכן ווייזן קיינעם נישט אויף אז דו ביזט גערעכט אדער קלוגער.

שיקן? יא, שיק!

נעוואדא (נדס) שיק!
ווער ווייסט וויפיל נאך אזעלכע קלארע אויפריכטיגע אוצרות דו האלסט אין דרעפט. (אדער גאר חלילה פארמעקט היל"ת)
בלינצע
שר האלף
תגובות: 1223
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלינצע »

גרשון האט געשריבן:איך האב נישט קיין אנונג פארוואס א קליין, פארלאזט קעצל וואס זוכט שוץ איז זיכער א נשמה.

נישט אלעס פארשטיי איך.


א זייטיגע שאלה, דו גלייבסט אין גולגולי נשמות?
ברוז
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 5:49 pm

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוז »

מה שהיה הוא שיהיה...
אטעטשמענטס
1.png
1.png (57.84 KiB) געזען 2745 מאל
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

הערט אויס ליבע אידן... איך בין ווייט פון א גלויביגער אין די סארט זאכן, ווער עס וויל, קען נאכקוקן מיינע מיינונגען אין די חלומות אשכול פון הבחור דייטש, וואס איך האב געשריבן דערויף און אלע אנדערע ענליכע סארט זאכן.

קענענדיג דעם בית-החיים, און גייענדיג אהין אפט, קען איך זאגן אז קיין קעץ דרייען זיך נישט דארט, דוכט זיך אז איך האב נאך קיינמאל נישט געזען קיין קאץ דארט. א קאץ וואס האט נישט געטראפן קיין פלאץ, נאר ממש ביים ריבניצער און ממש ביים סקולענער, זאגט עפעס, ס'איז נישט סתם. ס'איז דא נאך וואונקלען דארט וואו ער וואלט זיך געקענט דרייען. ס'איז זיכער עפעס א העכערע זאך.
אוועטאר
א מחי'
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א מחי' »

חסדי אבות האט געשריבן:הערט אויס ליבע אידן... איך בין ווייט פון א גלויביגער אין די סארט זאכן, ווער עס וויל, קען נאכקוקן מיינע מיינונגען אין די חלומות אשכול פון הבחור דייטש, וואס איך האב געשריבן דערויף און אלע אנדערע ענליכע סארט זאכן.

קענענדיג דעם בית-החיים, און גייענדיג אהין אפט, קען איך זאגן אז קיין קעץ דרייען זיך נישט דארט, דוכט זיך אז איך האב נאך קיינמאל נישט געזען קיין קאץ דארט. א קאץ וואס האט נישט געטראפן קיין פלאץ, נאר ממש ביים ריבניצער און ממש ביים סקולענער, זאגט עפעס, ס'איז נישט סתם. ס'איז דא נאך וואונקלען דארט וואו ער וואלט זיך געקענט דרייען. ס'איז זיכער עפעס א העכערע זאך.

דערמאנט מיר די מעשה פון סאטמאר אינגל קעמפ - נעפאנעק די הינט אויפ'ן פארטש פון בית שלמה ווי רד"ז פלעגט כסדר דערציילן...
אהה! א מחי' צו זיין א איד!!
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4071
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

Kosher Travel האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:איך זא נישט פארוואס מ'זאל מאכן ליצנות פון אזא מעשה, ניין, ס'פאסירט נישט אפט אז א קעצל זאל זיך דרייען נעבן צינום הקדושים פון צדיקים און מ'זאל זיי נישט קענען פארטרייבן

מ'האט שוין געהערט כמה מעשיות פון נשמות וועלכע זענען נעבעך מגוגל געוורן אין בעלי חי ה"י.

איר זענט 100% גערעכט.
ווייסן מיר זיכער וואס טוט זיך אין הימל? ניין! טאמער יא, וואלט נישט געווען קיין בחירה.
מוז דאס זיין אז עס איז א קעצל וואס זוכט א תיקון? ווער ווייסט. דערמאנט פונעם וויץ:
Why did the black cat cross the road? because it wanted to go to the other side.

אבער... איך גיי גאר אפט צום ציון, און איך האב נאך קיינמאל נישט געזען קיין קעץ דארט.
און ווער עס ווייסט די מעשיות, ווייסט קלאר אז רימניצער רבי זצ"ל האט אסאך עוסק געווען אין תיקון נשמות. זיי פלעגן קומען צו איהם און שטארק מוטשענען.
ווער עס קען ר' עמרם בן אסתר (אבערלאנדער) וואס דארף איצט א רפואה, וואס האט זיך געדרייט יארן ביים רבין, און ער האט פיינט ווען מען פארציילט אלע מיני מעשיות מופתים אויפן רבין. ער זאגט אייביג אז דער גרעסטע מופת איז נעם א מחזות און בייג זיך איין שטייענדיג כמעט ביז דער ערד פאר 5 מינוט... און די רבי האט דאס געטוהן גאנץ יום כיפור. דער ר' עמרם לרפו"ש פארציילט אסאך וועגען די נשמות וואס האבן זיך געדרייט ביים רבין. די רבי פלעגט צונדן פיהל ליכט, גיסן וואסער פון איין טעפל צום צווייטען, איינמאל האט ער געוואלט טריקן פונעם טעפל די רבי האט דאס געגעבן א כאפ אוועק און אויסגעגאסן. איך געדענקט נישט פונטקליך די מעשה, אבער עס האט געהאט צו טוהן מיט שווערע נשמות וואס ער האט פראבירט מתקן זיין.
ממילא, מען מוז נישט פון אלעם חוזק מאכן. מען מוז נישט זאגן אויף איעדע קעצל אז עס זוכט א תיקון. אבער ביים הייליגן רבין וואס האט מתקן געווען אהן א שיעור נשמות, שטימט עס גאר גיט.


א מעשה וואס איך האב אליינס געהערט פון ר' עמרם ה' ישלח לו רפואה שלימה בקרוב
אין פלארידא פלעגט דער רבי יעדן טאג (ביים שפאצירן אדער גייענדיג אין שול ?) דורכגיין א הויז ווי א הונטל פלעגט ארומלויפן אינעם פראנט יארד כנהוג באמעריקע.
ווען דער רבי זי"ע איז אריבערגעגאנגען פארנט פונעם הויז ווען דער הונט האט עם געזען איז ער אריינעגעלאפן טיף אריין און געזוכט ווי זיך צו באהאלטן טון שרעקעדיגערהייט געוואארט ביז ער האט מער נישט געזן דעם רבין וכלשוונו געזוכט א מייזן לאך
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4147
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

ג'הערט דערציילן בשם ר' אברהם יצחק מערמעלשטיין [מנהל בת"ת וויזניץ ב"פ ]
אז עס איז געווען זיין טאטעס יאר צייט , איז ער ארויף צום ציון פון זיין טאטע ,אינעם בית החיים אין וויזניץ מאנסי,
האט אים זיין עדים וואס איז מנהל אין רובניץ , אים געזאכט אז ער זאל גיין קוקן א אינטערעסאנטע זאך ,עס איז דא א קאץ וואס וויל נישט אוועק גיין פונעם ריווניצער ציון
איז ער צוגעגאנגען ,אין טאקע באמערקט די קאץ.
בערך 60 פיס אוועק ,איז זיין טאטעס ציון די אנדערע זייט פון ווי די קאץ איז געזיצן , ער איז געגאנגען צום ציון פון זיין טאטע ,געזאגט 4 קאפיטלעך תהלים אין , די קאץ איז נעבן זיי, ווען מען איז אנגעקומען ביי קדיש ,האט זיך דער קאץ ארום געדרייט צו זיי נענטער. אין שטילע הייט געקוקט אויף זיי.
נאך קדיש איז דער קאץ אוועקגעגאנגען, ר' אברהם יצחק איז געגאנגען אפאר מניט שפעטער קוקן ווי די קאץ איז , האט ער אים געטראפן צוריק ביים ציון פונעם רבניצער צדיק ז"ל
הצלחה
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24620
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מורא'דיג אינטערסאנט,

אין אויך האב איך הנאה געהאט פין הרב חוח'ס תגובה, דברים נכונים ואמתיים
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

rutledge האט געשריבן:איר ווייסט וויפול פליגן און מאסקיטאס זיצן שוין אפ יארן קיינער גיבט זיי קיין תיקון

פאר ווער עס ווייסט נישט איז ביי פליגן און מאסקיטאס נישט שייך קיין נשמות, רש"י הק' ברענגט אז זיי ווערן באשאפן מן העיפוש. משא"כ ביי קעץ איז באקאנט אויף רבי שלאמקע זוויהלער ווי ער האט אסאך פארארבעט מיט די ירושלימ'ער קעץ מען קען דאס נאכקוקן אין די ספרים ווי ער איז באשריבן, און ביי נאך צדיקים איז געווען מעשיות מיט הונט און קעץ. עס איז גאר קיין געלעכטער נישט, קיין איין ניק'ל דא וויל נישט אראפקומען נאכאמאל אין אזא שרעקליכן אופן וואס די נשמה ליידט יסורים נוראים פון זיין מגולגל אין א קאץ.
איך וויל באטאנען אז איך האב דא נישט באשטעטיגט אז די ריבניצער/סקולענער קאץ איז א נשמה וואס איז געקומען זוכן א תיקון, אבער עס איז גוט געווען זיך נאר צו דערמאנען אז עס עקזיסטירט נאך עפעס חוץ אונזער קליינע נידריגע וועלטל און מען דארף זיך גרייטן נישט אויסצוקוקן ווי די אלע וואס האבן זיך געכאפט צו שפעט.
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
איך ארבעט אויף דעם
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 10:25 pm

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך ארבעט אויף דעם »

הימילשע חשבונות איז שווער צו וויסן, אזויפיל ווייס איך אז קול מבשר מאכט אזוי צידרייט דעם ציבור מיט דעם, קוקט אייס זיי זיכען עפעס פריש נאכדעם וואס די טורניים דראמא האט זיך שוין גענדיגט.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

Kosher Travel האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:איך זא נישט פארוואס מ'זאל מאכן ליצנות פון אזא מעשה, ניין, ס'פאסירט נישט אפט אז א קעצל זאל זיך דרייען נעבן צינום הקדושים פון צדיקים און מ'זאל זיי נישט קענען פארטרייבן

מ'האט שוין געהערט כמה מעשיות פון נשמות וועלכע זענען נעבעך מגוגל געוורן אין בעלי חי ה"י.

איר זענט 100% גערעכט.
ווייסן מיר זיכער וואס טוט זיך אין הימל? ניין! טאמער יא, וואלט נישט געווען קיין בחירה.
מוז דאס זיין אז עס איז א קעצל וואס זוכט א תיקון? ווער ווייסט. דערמאנט פונעם וויץ:
Why did the black cat cross the road? because it wanted to go to the other side.

אדער ר' עמרם לרפו"ש פארציילט אסאך וועגען די נשמות וואס האבן זיך געדרייט ביים רבין. די רבי פלעגט צונדן פיהל ליכט, גיסן וואסער פון איין טעפל צום צווייטען, איינמאל האט ער געוואלט טריקן פונעם טעפל די רבי האט דאס געגעבן א כאפ אוועק און אויסגעגאסן. איך געדענקט נישט פונטקליך די מעשה, אבער עס האט געהאט צו טוהן מיט שווערע נשמות וואס ער האט פראבירט מתקן זיין.
.

דאס וואסער גיסען האט לכאורה געהאט מיט עין הרע'ס און עס איז מסוכן צו טרינקען דאס וואסער.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4279
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:איך זא נישט פארוואס מ'זאל מאכן ליצנות פון אזא מעשה, ניין, ס'פאסירט נישט אפט אז א קעצל זאל זיך דרייען נעבן צינום הקדושים פון צדיקים און מ'זאל זיי נישט קענען פארטרייבן

מ'האט שוין געהערט כמה מעשיות פון נשמות וועלכע זענען נעבעך מגוגל געוורן אין בעלי חי ה"י.

איר זענט 100% גערעכט.
ווייסן מיר זיכער וואס טוט זיך אין הימל? ניין! טאמער יא, וואלט נישט געווען קיין בחירה.
מוז דאס זיין אז עס איז א קעצל וואס זוכט א תיקון? ווער ווייסט. דערמאנט פונעם וויץ:
Why did the black cat cross the road? because it wanted to go to the other side.

אדער ר' עמרם לרפו"ש פארציילט אסאך וועגען די נשמות וואס האבן זיך געדרייט ביים רבין. די רבי פלעגט צונדן פיהל ליכט, גיסן וואסער פון איין טעפל צום צווייטען, איינמאל האט ער געוואלט טריקן פונעם טעפל די רבי האט דאס געגעבן א כאפ אוועק און אויסגעגאסן. איך געדענקט נישט פונטקליך די מעשה, אבער עס האט געהאט צו טוהן מיט שווערע נשמות וואס ער האט פראבירט מתקן זיין.
.

דאס וואסער גיסען האט לכאורה געהאט מיט עין הרע'ס און עס איז מסוכן צו טרינקען דאס וואסער.

ניין. ר' עמרם האט בפירוש פארציילט אז די רבי האט געזאגט עפעס וועגען נשמות. איך געדענקט נישט פונקטליך די מעשה.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

איך ארבעט אויף דעם האט געשריבן:הימילשע חשבונות איז שווער צו וויסן, אזויפיל ווייס איך אז קול מבשר מאכט אזוי צידרייט דעם ציבור מיט דעם, קוקט אייס זיי זיכען עפעס פריש נאכדעם וואס די טורניים דראמא האט זיך שוין גענדיגט.

אויב איז אפילו נאר איין איד נתעורר געווארן לתשובה האט עס אויך געלוינט הגם עס איז קיין סוד אז מידיא שעפט חיות פון סאנזאציעס
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
המעריב ערבים
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2019 12:08 am

Re: שווארצע קעצל זוכט א תיקון ביים ציון פון הרה"ק מריבניץ זי"ע און הרה"ק מסקולען זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המעריב ערבים »

אלט מאנרא האט געשריבן:
טשעירמאן האט געשריבן:האבן עס פילע מתפללים טאקע מיטגעהאלטן?? ער ברענגט דאך נאר דריי מענטשן

ווי זיי פארציילן איז עס געווען 4 אזייגער פארטאגס

א קאץ פארשטיי איך נאך 4׳ע אינמיטען די נאכט אבער א בר נש וואס זיכט ער אין בית החיים אזוי שפעט/פרי
אולימיטעד טאלק & טעקסט פאר בלויז $8 חודש דא
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

די מעשה פאר זיך איז נישט שלעכט, ס'האט נישט קיין לעכער און ס'שטימט מער ווייניגער, עס האט אבער נישט גענוג סיבה פאר מענטשן עס צו וועלן גלייבן, גארנישט ספעציעל.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

נעבן מיין הויז זעצן זיך כסדר אוועק קעצלעך, איך גלייב אז ס'איז מיין רביצינ'ס מעשים טובים וואס גיבט זיי די תיקון.

גראדע נישט נאר איינער, קוקט אויס איינמאל די נשמות שפירן א העכערקייט געבן זיי איבער פאר די חברים און זיי קומען אויך יונק זיין.
אוועטאר
אגד
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2020 11:32 pm

Re: שווארצע קעצל זוכט א תיקון ביים ציון פון הרה"ק מריבניץ זי"ע און הרה"ק מסקולען זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אגד »

המעריב ערבים האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:
טשעירמאן האט געשריבן:האבן עס פילע מתפללים טאקע מיטגעהאלטן?? ער ברענגט דאך נאר דריי מענטשן

ווי זיי פארציילן איז עס געווען 4 אזייגער פארטאגס

א קאץ פארשטיי איך נאך 4׳ע אינמיטען די נאכט אבער א בר נש וואס זיכט ער אין בית החיים אזוי שפעט/פרי


ווי סאיז באקאנט זענען דא דארט מענטשן 24 hours
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

איך פארשטיי אז עס איז דא וואס האבן נישט ליב צי גלייבן און אזלעכע מעשיות.

אבער איך זעה נישט פארוואס דער מעשה זאל נישט קענען זיין אמת, פאר א פאקט דרייט זיך דארט און ביה"ח קיינמאל קיין קעץ .

אויך געדענק איך נאך ווי היינט א מעשה מיט א קאץ וואס האט זיך געדרייט נעבען די וויזשניצער ביהמ"ד אויף פיליס און פלעגט ארויף און אראפגיין די טרעפ וואס פירט צום רבי'נס הויז, אזוי איז געווען פאר א שטיק צייט. ביז איינער האט אבאכט געגעבן אז ווען דער רבי איז און ביהמ"ד איז דער קאץ אונטען און ווען נישט איז אויבן, איז ער געגאנגען אזוי שמייכעלדיג האלב נישט גלייבעדיג זאגן פארן רבין אז א קאץ דרייט זיך דא און ס'קוקט איהם אויס ווי עס גייט דארט ווי דער רבי איז, האט זיך דער רבי אנגערופן ערענסטע הייט ווילאנג איז דאס שוין דא? האט יענע געענטפערט שוין א שטיק צייט. האט זיך דער רבי אנגערופן, הלמאי מע'האט מיר נישט געזאגט. אפאר טאג שפעטער איז עס שוין מער נישט געווען דארט.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5686
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

חסדי אבות האט געשריבן:הערט אויס ליבע אידן... איך בין ווייט פון א גלויביגער אין די סארט זאכן, ווער עס וויל, קען נאכקוקן מיינע מיינונגען אין די חלומות אשכול פון הבחור דייטש, וואס איך האב געשריבן דערויף און אלע אנדערע ענליכע סארט זאכן.

קענענדיג דעם בית-החיים, און גייענדיג אהין אפט, קען איך זאגן אז קיין קעץ דרייען זיך נישט דארט, דוכט זיך אז איך האב נאך קיינמאל נישט געזען קיין קאץ דארט. א קאץ וואס האט נישט געטראפן קיין פלאץ, נאר ממש ביים ריבניצער און ממש ביים סקולענער, זאגט עפעס, ס'איז נישט סתם. ס'איז דא נאך וואונקלען דארט וואו ער וואלט זיך געקענט דרייען. ס'איז זיכער עפעס א העכערע זאך.

ביי די ריבניצער און סקולענער רבי'ס דרייען זיך מענטשן, האט מען אים געזען. ווער ווייסט ווי נאך ער איז געווען און קיינער האט אים נישט באמערקט? און ווער ווייסט וויפיל נאך קעץ דרייען זיך אויפ'ן זעלבן בית החיים און קיינער באמערקט זיי אפילו נישט ווייל זיי ווייסן נישט צו וועלכע ציונים צוצוגיין?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

פאלט קיינעם נישט ביי אז די צוויי ציונים זענען די איינציגסטע קברים אויפן גאנצן בית החיים וועלכע זענען ארומגענומען מיט ווענט אבער זענען אפן נעבן די מציבה אז אונזער הרב כ"ץ זאל זיך קענען אריינשלייכן דארט?

די נאטור פון קעץ איז אז זיי האבן ליב פארמאכטע ערטער, די איינציגסטע תמיה אויף די געשיכטע איז אז דער קעצל האט זיך נישט דערשראקן פון די אנוועזנדע מענטשן, וואס די הסבר אויף דעם קען זיין אז דער איז אנגעשטעקט מיט די שעדליכע רעיביס ווי פערפלוואל האט פריער ערווענט וועלכע איז גורם מאדנע אויפפירונג ביי קעץ.
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
אוסף אמרים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:09 pm

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוסף אמרים »

חוח בין השושנים האט געשריבן:כ'זע דא צוויי צדדים, פלאס מענטשן וואס שטייען אינדערמיט, בבחינת מאמין ואינו מאמין. כ'פארשטיי אבער נישט פארוואס מ'דארף דא חוזק מאכן, לאכן, שפעטן, איינער פון אנדערן.

השי"ת האט אונז געגעבן א הערליכע אידישקייט, וואס פארמאגט אסאך טויערן, מהלכים, טיילן און אפילו שיכטן פון שאלעכץ וואס זענען א שומר לפרי. ס'איז צוגעשטעלט פאר יעדן איש כפי מהללו. יעדער טרעפט זיך זיין דביקות / התעוררות / חלק-התורה לויט זיין שורש נשמה.

איינעם ציעט צו לומדות, איינער צו דרוש, איינער הלכה למעשה, איינער רמזים, איינער קבלה, איינער רבי'שע נייעס, איינער חסידות, איינער ליטאות, איינער היסטאריע, איינער ליל-שישי'ס און קומזיצן, און איינער פארוואגלטע נשמות און קעץ.

ביטע לאז יעדן טרעפן זיין תענוג רוחני באשר הוא שם. דיין לאכן העלפט נישט, דיין שפעטן קלערט נישט אויף. און... די אלע זאכן ווייזן קיינעם נישט אויף אז דו ביזט גערעכט אדער קלוגער.

שיקן? יא, שיק!

WOW WOW מיין תגובה פון די וואך!
האסט געטראפן א פאסיגע דוגמה אויף וואס צו שרייבן די דיבורים אבער באמת איז דאס נוגע כלפי אסאך ענינים און ס'איז א וויכטיגע יסוד בכלליות.
נחזור לענינינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:20 am

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחזור לענינינו »

שטיגליץ האט געשריבן:פאלט קיינעם נישט ביי אז די צוויי ציונים זענען די איינציגסטע קברים אויפן גאנצן בית החיים וועלכע זענען ארומגענומען מיט ווענט אבער זענען אפן נעבן די מציבה אז אונזער הרב כ"ץ זאל זיך קענען אריינשלייכן דארט?

די נאטור פון קעץ איז אז זיי האבן ליב פארמאכטע ערטער, די איינציגסטע תמיה אויף די געשיכטע איז אז דער קעצל האט זיך נישט דערשראקן פון די אנוועזנדע מענטשן, וואס די הסבר אויף דעם קען זיין אז דער איז אנגעשטעקט מיט די שעדליכע רעיביס ווי פערפלוואל האט פריער ערווענט וועלכע איז גורם מאדנע אויפפירונג ביי קעץ.

מוז מודה זיין אז ס'מאכט אסאך סענס וואס דו זאגסט.
CHEZKY
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 4:09 am

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך CHEZKY »

בעקעלע.הפוכה האט געשריבן:מי אנוכי להכניס דעתי בדברים הללו:
אבער אלץ א מאמין בתיקוני נשמות וגלגולים כמו שמובא באריכות בספרי הרה"ק מקאמארנא זי"ע, האב איך יעצט געצינדן א לעכטל אין געלערנט א פרק משניות שיהיה לטובת ולעילוי הנשמה האבודה שהיה אתמול אצל ציוני הרה"ק ר חיים זאנוויל בן ר משה ויוטא צפורה, ואצל ציון הרה"ק רבי ישראל אברהם בן רבי אליעזר זוסיא, זאל די פארווייטיגטע נשמה האבן א תיקון - בתוך שאר נשמות האבודות ותנצב"ה


לדעתי האסט דו געטון די בעסטע זאך
אנשטאט זיך צו דינגען אויב סאיז א אמתע' זאל אדער נישט, צינט מען א לעכט און מלערנט א משנה לעילוי נשמתו
ממך ילמדו וכן יעשו!

סקען זיין אז סאיז טאקע חלומות אבער אויפען צד אז עס איז א פארלוירענע נשמה איז דאך בידינו צו אים העלפען
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ישלהוסיף האט געשריבן:
חסדי אבות האט געשריבן:הערט אויס ליבע אידן... איך בין ווייט פון א גלויביגער אין די סארט זאכן, ווער עס וויל, קען נאכקוקן מיינע מיינונגען אין די חלומות אשכול פון הבחור דייטש, וואס איך האב געשריבן דערויף און אלע אנדערע ענליכע סארט זאכן.

קענענדיג דעם בית-החיים, און גייענדיג אהין אפט, קען איך זאגן אז קיין קעץ דרייען זיך נישט דארט, דוכט זיך אז איך האב נאך קיינמאל נישט געזען קיין קאץ דארט. א קאץ וואס האט נישט געטראפן קיין פלאץ, נאר ממש ביים ריבניצער און ממש ביים סקולענער, זאגט עפעס, ס'איז נישט סתם. ס'איז דא נאך וואונקלען דארט וואו ער וואלט זיך געקענט דרייען. ס'איז זיכער עפעס א העכערע זאך.


א תיקון פונעם תורת מרדכי וויזניץ, דבר אלעזר אוהעל, רב ד' מנחה חדשה, וכיוצ"ב האט דאס קעצל נישט געוואלט, זעהט אויס ווי ער קען גוט די בילדער מאגאזינען...

ווער זאגט ער איז נישט דארט געווען? ביים דבר אלעזר און רב ד'מנחה חדשה דרייעט מען זיל נישט אזויפיל האט קיינער עס נישט באמערקט און די תורת מרדכי'ס ציון איז אין א פארמאכטע בנין.
בכלל איז עס א נערישע טענה ווייל קענסט אייביג פרעגן פארוואס איז ער נישט געגאנגען צו א צווייטע צדיק.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”