דער שם הוי' אויף א צלם אין פראג!

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

דער שם הוי' אויף א צלם אין פראג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

די מעשה איז געשריבן געווארן אין "דאס אידישע ליכט" פר' תולדות תשל"ט

*

דער שרייבער פון די דאזיגע פאסירונג האט באזוכט די שטאט פראג אין יאר תרצ״ז. איך האב דארט געטראפן פיהל בעזוכער איינער האט געוואלט זעהן דעם גולם, א צווייטער — דעם של״ה הקדוש'ס שוהל, א דריטער — דעם מהר״ל׳ס שוהל, דעם נודע ביהודה'ס קלויז. דעם רבין ר׳ יונתן אייבעשיץ׳ס שוהל, א אנדערער ווידער האט געוואלט זען דעס שטאט־זייגער מיט אידישע אותיות, ארום וועלכן עס זענען געוועבט געווארן פארשידענע מעשיות, ווי, למשל, אז א איד א גאלדשמידט, האט דערפונדן דעם ערשטן זייגער אין פראג און אים אוועקגעשענקט אלם מתנה, צום קעניג. זענען, פון טשיקאווע וועגן, אנגעפארן שרים און פרינצן צו באקוקן יענעם וואונדער, און זיי האבן געפירט אונטערהאנדלונגען מיט יענעם גאלדשמידט, אז ער זאל צו זיי קומען און אויך אוועקשטעלן אויפן ראטהויז אזא זייגער, וואס ווייזט די צייט און שפילט אוים דעם מלוכה־הימנון און נאך אנדערע קונצשטיק. וואס האט דער קעניג פון פראג געטאן? קודם כל, האט ער באלוינט דעם אידישן גאדשמידט מיט א הון רב, פאר׳ן כבוד, וואס ער האט פארשאפט צו זיין הויפט שטאדט פראג, און דאן האט ער באפוילן זיין לייב דאקטאר פשוט אים בלינד מאכן, כדי ער זאל נישט קענען אויסארבעטן ערגעץ אנדערש אזא סארט זייגער...

די געשיכטע פונ׳ם גולם, וואס דער הייליגער מהר״ל האט באשאפן און מיט אים זיר באנוצט, אין דער צייט ווען עלילת דם האט געבושעוועט אין יענע מקומות, וועגן דעם ווייסן אלע,

ביים מאגיסטראט פון פראג שטייען צוויי ריזיגע מאנומענטן, איינער פון מהר״ל זצ״ל און דער צווייטער פון גולם.

דער שרייבער פון די דאזיגע שורות האט אבער געזען א שרעקליך, מורא׳דיג בילד וואס האט ממש פארגליווערט דאם בלוט אין זיין קערפער: אויף דער קארל׳ס בריק שטייט א גרויסער צלם און נעבן צלם זענען אויםגעשניטן מיט גרויסע גאלדענע אותיות: קדוש קדוש קדוש ד׳ צבאות.

ווען א איד דערזעט דאס, ווערט ער ממש אויפגעטרייסלט. עס דארף נישט זיין גראד א איד, וואם איז א תלמיד חכם און יראת שמים נאר אפילו א פשוט׳ער חי־וקיים, א איד וואם קען קיין שייטל עברי נישט און אפילו נישט מאכן המוציא, ווערט דערשיטערט פון אזא באגעגעניש.

אונטער׳ן צלם שטעהט בקיצור די געשיכטע פון דער דאזיגער אויפשריפט אויפ׳ן צלם: א איד גראד א גאלדשמידט, איז פארבייגעגאנגען די קארל־בריק אין פראג, און זעהענדיג דעם צלם, האט ער אויסגעשפיגן און געזאגט דעם פסוק: שקץ תשקצנו ותעב תתעבנו כי חרם הוא... מעשה שטן, איז פונקט פארבייגעגאנגען א קאטוילישער מאנאד און ער האט דאס צוגעזען. דער מאנאך האט שוין יענעם אידן נישט אפגעלאזט, גערופן פאליציי און מען האט דעם אידן אריינגעזעצט אין תפיםה, און פראג האט זיר געגרייט צו א עפנטליכן משפט. די בישאפן פון פראג און דער סביבה האבן געוואלט שלאגן דערפון קאפיטל, האבן זיי פון דעם משפט געמאכט א גרויסן עסק.

דער ביטערער פסק איז ארויסגעגעבן געווארן מיט א תנאי: דעם גאלדשמידט מוז מען אויפהענגען, און אידן פון פראג ארויסטרייבן און זייער גאנץ פארמעגן זאל געהערן צו דער קירכע, ווייל דער איד האט די קירכע געלעסטערט...

און וואס איז געווען דער תנאי? דער תנאי איז געווען אז אויב דער גאלדשמידט וועט אויסשניידן פון א גאלדענעם טאוועל, מיט גרויסע אותיות דעם פסוק אין ישעיה (קאפיטל ו): קדוש, קדוש, קדוש, ד׳ צבאות,
און דעם פסוק אויפהענגען נעבן צלם - וועט מען אים סאי־־ווי־סאי אויפהענגען, אבער די אידן פון פראג וועט מען נישט פארטרייבן.

דערציילט דער פנקס פון דער אלטער פראגער קהלה, אז דער מהר״ל האט זיך געזעהן מיט׳ן גאלדשמיד אין תפיסה, און אים געבעטן מקדש השם צו זיין, ער זאל אין זינען האבן דעם אויבערשטן, און אים געהייםן אויסשניידן דעם הייליגן פסוק אזוי, אז ווען אידן וועלן פארבייגיין די קארל׳ס בריק וועלן זיי נאר זען דעם פסוק, און די ערלים וועלן זען נאר דעם צלם... ווייל דער גירוש פראג — האט דער מהר״ל געזאגט — וועט זיין א מורא׳דיגע קאטאסטראפע פאר אלע אידן אין פראג און טויזנטער לעבנ׳ס זענען אין סכנת נפשות, און זיין לעבן איז דאר סאי-ווי פארשפילט...

דאס איז איינע פון די רשעות׳דיגע שטיקלעך וואס די מערב־אייראפעאישע מלכים און פרינצן, שטאט־תקיפים, בירגערמייסטערס און פון דער קירך גופא, האבן זיר צעהוליעט איבער אידן.

ע"כ המעשה פון דאס אידישע ליכט

*

דער שרייבער פון די שורות האט געליינט די מעשה אלס קינד אין איינע פון די מנחם מענדל ביכער און נישט געגלייבט די מעשה, אבער אפאר יאר צוריק האט ער באזוכט אויפן בריק, איינע פון די עלטסטע און מערסט-היסטארישע ערטער אין פראג, און זיך איבערצייגט אז די מעשה קען זיין אמת,

נאט אייך א בילד



דאס איז א בילד פון די גאנצע בריק
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

שרעקעדיג
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 03, 2011 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב חכמה »

שרעקליך.
ועי' שבועות כט. תוד"ה דעבודת, אז שם המיוחד קען ארויפגיין אויף עבודה זרה.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

לכאורה איז דא שייך סתם מחשבת מין למינות, און די שם האט נישט קיין שום קדושה וכדומה.
(כאטש א איד האט דאס געמאכט, אבער ער האט דאס געמאכט ע"ד די גוים וואס האבן דאס פארלאנגט לשם ע"ז, וידוע ששם קדוש שנכתב לשם ע"ז אין לו קדושה רק טומאה כמבואר בנו"כ על אודות המטבעות שיש בהם שם בן ד' ואסור ליתנם בארון הקודש).
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

אפגעזען וואס די כוונות דערביי זענען געווען, טוט דער בילד אויפשוידערן יעדעס אידיש נפש!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אוהב חכמה האט געשריבן:שרעקליך.
ועי' שבועות כט. תוד"ה דעבודת, אז שם המיוחד קען ארויפגיין אויף עבודה זרה.

אינטערסאנט אז פון רד"ק איז נישט משמע אזוי, ווי ער זאגט אויפן פסוק אני ה' הוא שמי (ישעי' מ"ב, ח') "הוא שמי המיוחד לי לא כשם הפסילים אע"פ שעובדיהם ישתתפו אותם עמי בשם אלהים ולא יוכלו לשתפם עמי בזה השם כי אני הוא אדון על הכל"
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

ווייניג מאל דען אנגעטראפן מיסיאנערישע מאטריאל מיטן שם הוי״ה בניקודיו רח״ל?
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

האסטו נישט וועגען דעם געשריבן אין איך זיך א מעשה?
viewtopic.php?f=25&t=14570&p=476697&hilit=%D7%A4%D7%A8%D7%90%D7%92#p476697
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 03, 2011 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב חכמה »

דער חידוש מיטן תוס' איז אז א פסוק קען דאס מיינען עיי"ש (ואה"נ ס'קומט נישט דא אריין...), דער רד"ק מיינט אפשר אז זיי ווייסן נישט די ריכטיגע סודות בזה, אדער אופן ההיגוי.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

עס איז אריינגעקומען א פארלאנג צו די מנהלים אז מען זאל פארמעקן די בילדער פונעם אריינפיר-תגובה ווייל מען טאר נישט קוקן אויף צלמים

וואס זאגען די תלמידי חכמים דערצו?
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

דאס אז דער פסוק אויף דעם שתי-וערב פון טשארלס בריק איז צוגעשטעלט געווארן דורך א אידישן שמיד איז טאקע אמת, אבער עס האט גארנישט געהאט מיט'ן מהר"ל מפראג. די מעשה האט פאסירט אסאך יארן נאך דעם מהר"ל'ס פטירה.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

קרעמער האט געשריבן:עס איז אריינגעקומען א פארלאנג צו די מנהלים אז מען זאל פארמעקן די בילדער פונעם אריינפיר-תגובה ווייל מען טאר נישט קוקן אויף צלמים

וואס זאגען די תלמידי חכמים דערצו?


גיב עס איבער פאר אונזערע גראפיקער, זיי זאלן צישניידן דעם צלם און לאזן גאנץ דעם בילד

אחרי שובי נחמתי
אולי הוא בכלל ושם אלהים אחרים לא תזכירו, וכפירש"י שלא יאמר שמור לי בצד עבוד"ז פלוני, ויש לחלק
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

איך בין נייגעריג וועלכע אויסגאבע וועט כאפן דאס ערשטען די געשיכטע....
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

איר ווייסט נישט אז די ״וויטנעסעס״ וועלעכע האבן פראפערטיס אין ניו יארק. אין ווערד פון שווערע מיליאנען. באנוצן זיך מיט די שם הוי׳?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 03, 2011 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב חכמה »

שטארק זיך האט געשריבן:איר ווייסט נישט אז די ״וויטנעסעס״ וועלעכע האבן פראפערטיס אין ניו יארק. אין ווערד פון שווערע מיליאנען. באנוצן זיך מיט די שם הוי׳?


און זיי זאגן דאס טאקע נישט ריכטיג ארויס...
שפוך חמתך על הגוים אשר לא ידעוך, ועל ממלכות אשר בשמך לא קראו.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

אוהב חכמה האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:איר ווייסט נישט אז די ״וויטנעסעס״ וועלעכע האבן פראפערטיס אין ניו יארק. אין ווערד פון שווערע מיליאנען. באנוצן זיך מיט די שם הוי׳?


און זיי זאגן דאס טאקע נישט ריכטיג ארויס...
שפוך חמתך על הגוים אשר לא ידעוך, ועל ממלכות אשר בשמך לא קראו.
שרייבן, שרייבן זיי עס יא ריכטיג ארויס, ליידער.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע: ביים פרידזשידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר_הדייעט »

קרעמער, לא תלמיד חכם אני ולא מורה הוראה, אבער דאס זענען מיינע פשוטע געפילן אלס "פשוטער איד".

פון רבי חיים בריסקער האב איך געזען (נאכגעזאגט מפי תלמידו רבי ברוך בער לייבאוויטץ), אז קוקן אויף א שתי וערב גייט אריין אין כלל פון ולא תתורו אחרי לבבכם זו מינות.

נאכדעם איז דא דער פסוק "מלך ביפיו תחזינה עיניך", געהערט אמאל בשם צדיק אחד ווען נישט געווען בקו הבריאות און חסידים זיך געשטיפט צו זען דעם רבי'ן, דער צדיק זיך זייער געבייזערט ואמר "מלך ביפיו תחזינה", וואס איז דא זיך צו שטיפן צו זען א רבי'ן בשפל המצב? (השם של הצדיק שמור אצלי ויכולים לקבלו באישית).

צו זען דעם שם השם מיט אזא שפלות ובזיון איז דאך שרעקליך. ווי קען איינער קוקן דערויף? ביי קידוש לבנה שטייט מען זאל נישט קוקן צופיל אויף די לבנה ווייל עס איז א בושה, זי איז נתמעט געווארן. ועל אחת כמה וכמה, ווי קען מען צוקוקן דעם בזיון פון שמו הגדול יתברך באופן נורא ובזוי כזו ר"ל.

אפילו ווען איינער איז אין פראג און ער גייט קוקן ווייל מען גייט שטילן דעם נייגעריגן דורשט נאך היסטאריע, אויב איז ער א שטיקל בעל נשמה און פארמאגט א שטיקעלע אידישע הרגשה, קען ער נישט קוקן דערויף מער ווי א רגע כמימרא. און דאס איז אויך געזאגט געווארן פאר שטארקע נאטורן וועלכע קענען קוקן און קענען זיך דערנאך ספראווען מיט די געפילן. אבער פאר א שוואכן בעל נפש איז דאך דאס א סכנה, און זיכער נישט ארויפלייגן דא א בילד קבל כל עם ועדה.

ווען מען זאל שענדן אזוי איינעמ'ס טאטע, וואלט ער דאס געקענט צוקוקן? די אויגן וואלטן זיך אים פארמאכט אינסטינקטיוו.

ווען מען הענגט א איד לאחר מיתת בית דין, זאגט דער פסוק מען זאל אים תיכף באגראבן נאך יענעם טאג, כי קללת אלקים תלוי. און רש"י איז מוסיף, עס איז ווי מען הענגט דעם צווילינג פון מלך איז עס א בזיון פאר'ן קעניג. מילא די פראגער גוים נעמען דאס נישט אראפ, אבער דא אין א אידישע ערליכע קרעטשמע זאל מען דאס לאזן אזוי?

ואין אני אומר קבלו דעתי, רק הנראה לעניית דעתי והנרגש לעשירת נשמתי היהודי כתבתי.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

שטארק זיך האט געשריבן:
אוהב חכמה האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:איר ווייסט נישט אז די ״וויטנעסעס״ וועלעכע האבן פראפערטיס אין ניו יארק. אין ווערד פון שווערע מיליאנען. באנוצן זיך מיט די שם הוי׳?


און זיי זאגן דאס טאקע נישט ריכטיג ארויס...
שפוך חמתך על הגוים אשר לא ידעוך, ועל ממלכות אשר בשמך לא קראו.
שרייבן, שרייבן זיי עס יא ריכטיג ארויס, ליידער.



פארוואס כאפ איך נישט פון וואס עטס רעדטס?

הסבר ביטע.
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

פון וויקפידיע:

The Crucifix and Calvary


Statuary of the Holy Crucifix and Calvary
(sousoší Kříže s Kalvárií) This sculpture is one of the most historically interesting sculptures on the bridge, which gradually gained its present appearance throughout many centuries. The original wooden crucifix was installed at this place soon after 1361 and probably destroyed by the Hussites in 1419. A new crucifix with a wooden corpus was erected in 1629 but was severely damaged by the Swedes towards the end of the Thirty Years' War. The remnants of this crucifix can be found in the lapidarium of the National Museum in Prague. This was replaced by another wooden Calvary which, in turn, was replaced with a metal version in 1657. Bought in Dresden, this crucifix was originally made in 1629 by H. Hillger based upon a design by W. E. Brohn. In 1666, two lead figures were added, but these were replaced in 1861 by the present sandstone statues by Emanuel Max, portraying the Virgin Mary and John the Evangelist.
The golden Hebrew text on the crucifix was added in 1696. It was placed there as punishment for a Prague Jew, Eliass Backoffen, who had been convicted of debasing the Holy Cross by defecating next to it. The text is derived from the words of the prophet Isaiah and reads, in English, Holy, holy, holy is the Lord of Hosts. These words, which are the origin of the Sanctus in the Mass, are an important confession of faith in the Jewish tradition as well; their placement in this context has been perceived by some as offensive. A bronze tablet with explanatory text in Czech, English and Hebrew was mounted under the statue by the City of Prague in 2000. The tablet's placement came after an American Rabbi, Ronald Brown of Temple Beth Am in Merrick, New York was passing over the bridge and noted the possibly offensive nature of the placing of the text. Upon a direct request to the mayor, the tablet was soon placed in front of the statue.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

איך האב געשריבן א ענדליכע מעשה אין מיין איבערלעבענישן נאכן וואלקעינאו ווען די השגחה עליונה האט מיך געפירט צו זיין אין די שטאט ווין אויף שבת,
זענען מיר אלע שבת נאכמיטאג ארויס אין צענטער פון שטאט זעהן א מעשה פלא, אז דארט איז געוועהן א קירכע וואס האט אנגעהויבן זינקען אין דער ערד און די גלחים האבן געזאגט פארן מלך אז די אידן האבן געמאכט א כישוף אויף די קירכע אז ס'זינקט,
דער קעניג האט ארויס געגעבן א גזירה אז אויב די אידן וועלן דאס נישט מתקן זיין וועלן זיי פאטריבן ווערן פון די שטאט, האט דער גדול דער אור זרוע (פון די לעצטע ראשונים) געהייסן ברענגען א גאלדענעם טאץ און אויסגעקלאפט דעם שם הוי' ב"ה, דהיינו אז דער שם איז בולט פונעם טאץ, און געהייסן אויפהענגען העכער די טיר פונעם קירכע און לפלא דאס זינקען האט זיך אויפגעהערט, פון פריער איז די קירכע געוועהן הויעך מיט עטליכע טרעפ און יעצט איז ער גלייך מיט די גאס (סטריט לעוול),
אונז זעמיר ארום געלאפן זוכן אט די קירכע און מיר האבן עס געפינען עס איז פונקט אקעגן איבער דעם קעניגליכן פארלעמענט, ס'איז געוועהן שבת נאכמיטאג און מיר האבן פארשטייצעך קיין בילדער נישט געכאפט, עפעס א יונגערמאן (משולי המחנה) האט פראבירט צו רעדן צו א גוי זאל מאכן א בילד און אים געזאגט זיין אימעיל אדרעס ווי ער זאל אים אפשיקן דעם בילד... ער ווארט נאך ביז יעצט...

אבער די מעשה איז אמת ויציב, מ'זעהט עס בחוש, א עכטע קלויסטער מיט א שתי וערב און העכער דעם דעם גאלדענעם שם הוי',
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 03, 2011 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב חכמה »

אויפריכטיג האט געשריבן:פארוואס כאפ איך נישט פון וואס עטס רעדטס?

הסבר ביטע.


פארהאן א געוויסע (קריסטליך-באזירטע) סעקטע וואס רופן זיך מיטן בורא כל עולמים'ס שם המיוחד. וואס פונקטליך וועט איר האבן פון וויסן פונקטליכער?
(מיין הארץ לאזט מיר פשוט נישט שרייבן. וגם אפשר דאסור מושם אלהים אחרים לא תזכירו).
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

איך זעה נאר שטיין קדוש קדוש קדוש, אבער ה' צבקות זעה איך נישט, (די רינדלעכיגע ווערטער אונטן? קוקט 'מיר' ענדערשט אויס ווי גוי'אישע ווערטער)

(נ.ב. ווי הרב שנאפס ענטפערט אין אישי איז עס יא קלאר נאר ווארשיינליך איז עס אומקלאר פון א טעלפאון)
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אוהב חכמה האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:איר ווייסט נישט אז די ״וויטנעסעס״ וועלעכע האבן פראפערטיס אין ניו יארק. אין ווערד פון שווערע מיליאנען. באנוצן זיך מיט די שם הוי׳?


און זיי זאגן דאס טאקע נישט ריכטיג ארויס...
שפוך חמתך על הגוים אשר לא ידעוך, ועל ממלכות אשר בשמך לא קראו.


דער אמת'ער אמת איז אז מיר ווייסען נישט דער ניקוד פון שם הוי'ה
דער ניקוד וואס מיר האבען אויף דער שם הוי'ה איז פון אדנ-י
וידועים דברי הגר"א בביאורו לשו"ע או"ח לגבי כוונת השם
אלא דלפ"ז היה קשה לי שם חול של הוי"ה בפסל מיכה
דשם למה מנוקד בניקוד של אדנ-י
הלא שם אינו נוהג הדין של זה שמי לעלם
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”