Gevald Geshrigen האט געשריבן:להערה בעלמא די מטבעות זענען בדרך כלל פון א שפעטערדיגע תקופה דורכאויס תקופת בית שני זעט מען צורת אלכסנדר אפילו פון שפעטער מזמן מלכי רומי ווייל די מלכות מצרים מלכות סוריא זענען גלגולים פון מלכות יון און אפילו מלכות רומי טו ען עקסטענט. טאקע מזמן בית שני אבער לאו דוקא ווען ער האט נאך געלעבט. אויף פרסישע מטבעות זעט מען טאקע זייער אסאך די לייבן אין א מלחמה מיט א מענטש אבער ביי אלכסנדר איז עס סתם אנגעטון ווי א היינטיגע הודי hoody וואס די בני חם גייען כהיום און נישט בדרך מלחמה.
קודם כל, רוב מאכטפולע קעניגן פלעגן זיך לאזן גיסן מטבעות מיט זייער געשטאל נאך בחיים חייתם.
שכוח ממי שאמרו פארן באשיינען די וועלט, איך בין נישט קיין גרויסע היסטאריקער צו אריינרעדן אבער איך גלייך זייער צו עס אפליינען, זע צו שרייבן ווי מער, איך פריי מיר אז איך האב אויפגעברענגט די אשכול, יעדע נייע תגובה ברענגט מיר א הנאה.
נאך מער, די סיבה פארוואס זיי האבן אויפגעהערט צו רעדן פון אלכסנדר איז געווען צולים דעם וואס ער איז געווארן אן עבודה זרה, און דער עולם גולם פלעגט אים דינען ביי די גרויסע בנין וואס תלמי הראשון (די טאטע פונעם תלמי וועלכע האט געצווינגען די חכמים איבערצוטייטשן די הייליגע תורה) האט געבויעט אויף זיין קבר ווי ער איז געליגן.
פאר די רוימים האט דאס קיינמאל נישט געשמעקט. עס איז באקאנט א יוליוס קייזער ווען ער איז געווען אין אלכנסדריה האט ער גע'גנבט גאלד פון אלכסנדר מוקדון'ס קבר, צו קענען פינאנצירן די מלחמה וואס ער האט געהאלטן אינמיטן.
די צווייטע אויפן וועג ארויס האט ער געזאגט: איך בין געקומען קוקן א קעניג, נישט א רייע פון טויטע קערפער. דאס איז אויך געווען א שטארקע באליידיגונג פאר די מצריים.
על כל פנים, מיט די יארן שפעטער ווען קריסטינטום האט איינגענומען יענע גאנצע חלק וועלט און עבודה זרה איז געווארן גע'אסר'ט איז אלכנסדר מוקדון'ס קבר נעלם געווארן אויף אייביג. טייל זאגן אז עס איז פארברענט געווארן און טייל זאגן אז די קריסטן האבן פשוט געטוישט די נאמען פונעם קבר אויף איינע פון זייערע שמייליגע וועלכע האט גע'פייגער'ט פאר 350 יאר פארדעם. און ווען עטליכע הונדערט יאר שפעטער די קריסטן האבן אריבערגעפירט די קבר פון יענעם שמייליגן קיין ווינעציע ווי זיי האבן אויפגעבויעט א נייע גרויסע קבר פאר יענעם, דאס איז גאר געווען די גוף פון אלכסנדר מוקדון און נישט פון יענעם שמייליגן. און זיי האבן ראיות והוכחות אויף דעם און זיי טענה'ן אז די קריסטליכע פירער ווייסן היינט צוטאגס אז אינעם קבר ליגט נישט יענער שמייליגער נאר אלכסנדר מוקדון, נאר עס פאסט זיי נישט צו מודה זיין אז פאר טויזענט יאר מאכן זיי פורים פון זייער עולם וועלכע גייט אהין מיט אן ערענסקייט.
משגיחים, ביטע פארעכטן אויב עס איז צו ווייט געפארן אדער עס דארף אן הגהה.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו